"ואלה המשפּטים" — "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט איבערגעבן די ייִדן", האָט דער אייבערשטער געזאָגט צו משה רבינו. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן, דער עיקר, מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים און סאָציאַלע באַציִונגען צווישן מענטשן. הײַנט איז אויך שבת־שקלים — דער "ספּעציעלער" שבת, וואָס קומט פֿאַרן ראָש־חודש אָדר, ווען מע לייענט אין דער צווייטער ספֿר־תּורה וועגן דער מעשׂה מיטן "מחצית־השקל" — ווי די ייִדן האָבן מנדבֿ געווען אַ האַלבן זילבערנעם שקל, כּדי אָנטיילצונעמען אין דער אויפֿשטעלונג פֿונעם משכּן.
די ייִדישע מענער פֿלעגן יעדעס יאָר באַצאָלן אַ האַלבן שקל פֿאַר די אַלגעמיינע "קרבנות ציבור", וואָס די כּהנים האָבן געבראַכט אינעם בית־המיקדש. מע האָט געמוזט געבן דאָס געלט פֿאַרן חודש ניסן, ווען עס הייבט זיך אָן דאָס נײַע "קרבנות־יאָר". דערפֿאַר, פֿלעגט מען באַוואָרענען דאָס פֿאָלק פֿון פֿריִער, אין אָדר.
דאָס זאַמלען די האַלבע שקלים האָט אויך דערמעגלעכט משה רבינו איבערצוציילן די ייִדן. די מפֿשרים דערקלערן, אַז אַזאַ סומע, דווקא אַ האַלבער שקל, סימבאָליזירט די אייניקייט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אַ באַזונדערער מענטש איז בלויז אַ "העלפֿט"; דווקא צוזאַמען מיט די אַנדערע קאָן מען דערגרייכן שלימות. דערפֿאַר האָבן די ייִדן געגעבן דווקא אַ "מחצית־השקל" פֿאַרן משכּן, כּדי מקיים צו זײַן די מיצווה בשותּפֿות.
די גמרא זאָגט, אַז המן האָט פֿאָרגעלייגט אַחשוורושן די זעלבע סומע געלט, ווי דעם סכום, וואָס משה רבינו האָט געזאַמלט, כּדי צו באַקומען דאָס רשות אויסצוהרגענען די ייִדן. די נדבֿה, וואָס די ייִדן האָבן פֿריִער אויסגעגעבן פֿאַרן משכּן, האָט אָבער מבֿטל געווען די גזירה. דאָס, וואָס די ייִדן האָבן זיך פֿאַראייניקט צוליב אַ הייליקן צוועק מיט הונדערטער יאָר פֿריִער, האָט צעשטערט דעם רישעותדיקן פּלאַן. דאָס אַחדות לשם־שמים האָט דעם שטאַרקן כּוח מנצח צו זײַן די רשעים, וואָס קאָן איבערשטײַגן די גרענעצן פֿון אָרט און צײַט.
די פּרשה איז תּמיד גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט די מינהגים פֿונעם שבת, ווען מע לייענט זי, ווי אויך מיט דער קומענדיקער וואָך. דערפֿאַר האָט די תּורה־מישפּטים, וואָס ווערט באַהאַנדלט אין דער הײַנטיקער סדרה, אַ שײַכות צו דער מעשׂה מיט "מחצית־השקל".
"ואלה המשפּטים" — "און דאָס זענען די מישפּטים"; רש״י איז מסביר, אַז די מיצוות, וואָס ווערן דערקלערט אין דער הײַנטיקער פּרשה, זענען אויך געגעבן געוואָרן בײַם באַרג סיני, אַזוי ווי עשׂרת־הדברות — דערפֿאַר קלינגט דער דאָזיקער פּסוק ווי אַ המשך. עס פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא: פֿאַרוואָס וואָלט עמעצער בכלל געטראַכט פֿאַרקערט? מע ווייסט דאָך, אַז די גאַנצע תּורה קומט פֿונעם אייבערשטן.
דער פֿאַקט, וואָס די תּורה האָט ספּעציעל געוואָרנט, אַז די הלכות, וואָס ווערן באַהאַנדלט אין דער איצטיקער סדרה, קומען אויך מן־השמים, ווײַזט אָן, אַז צוליב אַ געוויסער באַזונדערקייט, זעען זיי אויס דווקא אַנדערש, און מאַכן אַן אויסדרוק, אַז זיי זענען געוויינטלעכע מענטשלעכע געזעצן. בײַם זעלבן פּסוק, באַטאָנט רש״י, אַז ייִדן זאָלן זיך נישט מישפּטן אין אַ נישט־ייִדישן געריכט, ווײַל אַפֿילו ווען זייערע געזעצן שטימען מיט דער תּורה, גיבן זיי אָפּ כּבֿוד דער עבֿודה־זרה.
ווי אַזוי זשע קאָן אַ זאַך, וואָס זעט אויס ווי אַ יושרדיקער מישפּט, זיך פֿאַרוואַנדלען אין "כּבֿוד צו עבֿודה־זרה" — בפֿרט הײַנט, ווען ס׳רובֿ געריכטן אין דער וועלט זענען סעקולערע, און האָבן נישט קיין שײַכות צו רעליגיע?
די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז אויב אַ צדיק מוז עמעצן מישפּטן, טוט ער עס לשם־שמים, על־פּי־יושר און מיט רחמנות; להיפּוך, באַנוצן זיך די נישט־ייִדישע געריכטן כּסדר מיט גוואַלד און צוואַנג. דאָס געזעץ גופֿא, די שטרעבונג פֿון דער רעגירונג צו פֿאַרמישפּטן אַ מענטש, וואָס איז באַגאַנגען אַ פֿאַרברעכן, ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין עבֿודה־זרה, אַ קולט פֿון מאַכט.
די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די הלכות פֿון אַ ייִדישן שקלאַף. ווײַטער ווערט דערקלערט, ווי אַזוי מע זאָל מישפּטן די גנבֿים, באַהאַנדלען די ענינים פֿון חובֿות, אָפּצאָלן אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר אַ היזק, און אַ ריי אַנדערע זאַכן, וואָס טרעפֿן זיך אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס לײַדט פֿון פֿאַרשיידענע סאָציאַלע פּראָבלעמען. אין אַ גוטער קהילה, וווּ עס הערשן ברידערלעכע באַציִונגען צווישן די מענטשן, זענען נישטאָ קיין גנבֿות און שקלאַפֿערײַ. אויב עמעצער ברענגט, על־פּי־טעות, אַ היזק, אָדער איז שולדיק געלט אַ גוטן פֿרײַנד, וועלן זיי לייזן די סיטואַציע צווישן זיך, אָן קיין בית־דין אָדער געריכט. אין אַ געזונטן געזעלשאַפֿטלעכן מצבֿ, מײַדן די מענטש בכלל אויס די געריכטן, און ווילן זיך מיט קיינעם נישט מישפּטן.
ס׳קומט אויס, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די עשׂרת־הדברות, וואָס בלײַבן אַקטועל יעדן טאָג, ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה באַהאַנדלט די מיצוות, וואָס זענען רעלעוואַנט בלויז אין סיטואַציעס, וואָס מע זאָל שטרעבן אויסצומײַדן. און אַפֿילו ווען עס טרעפֿט זיך אַ מצבֿ, ווען מע מוז לייזן אַ סיכסוך אין אַ בית־דין, פּרוּוון די דיינים, צוערשט, צו מאַכן אַ פּשרה, און נישט צו פּסקענען לויטן שטרענגן דין. דאָס הייסט, אַז אין אונדזער סדרה ווערן דערקלערט אַ ריי הלכות, וואָס ווערן אַלץ ווייניקער אַקטועל, ווען מע שטרעבט צו שאַפֿן אַ מער יושרדיקע געזעלשאַפֿט; עס גייט אַ רייד וועגן אומגעוויינלעכע מיצוות, וואָס מע זאָל פּרוּוון אויסצומײַדן, און נישט מקיים צו זײַן.
צוליב דעם דאָזיקן פּאַראַדאָקס, וואָלט מען געקאָנט משער זײַן, אַז די הלכות, וואָס ווערן באַהאַנדלט אין אונדזער פּרשה, זענען בלויז מענטשלעכע געזעצן. די תּורה זאָגט אונדז אָבער, אַז ס׳איז נישט אַזוי. אין אַ פּראָבלעמאַטישער סבֿיבֿה, זענען זיי אַקטועל און העלפֿן צו פֿאַרמינערן דעם אומיושר; אין אַ ברידערלעכער געזעלשאַפֿט, וווּ מע מוז זיי נישט אויספֿירן אינעם בוכשטעבלעכן זין, קאָן מען פֿון זיי אָפּלערנען וויכטיקע לימודים, און זיי מקיים צו זײַן ברוחניות, אויספֿירנדיק זייער אינערלעכן באַדײַט.
אין דער גמרא זענען פֿאַראַן דרײַ מסכתּות, וווּ עס ווערט פּרטימדיק באַשריבן, ווי אַזוי די דיינים זאָלן לייזן די סיכסוכים צווישן מענטשן: "בבֿא־קמא", "בבֿא־מציעא" און "בבֿא־בתרא"; דאָס מיינט: "דער ערשטער, מיטלעכער און לעצטער טויער". אין די דאָזיקע "טויערן" ווערן באַהאַנדלט פֿאַרשיידענע מישפּט־פֿאַלן, וואָס גייען אַריבער, בהדרגה, פֿון אַגרעסיווע קריגערײַען צו פֿרײַוויליקע קאָמפּראָמיסן און פֿרידלעכע באַציִונגען צווישן שכנים.
מע קען זאָגן, אַז הינטער דעם לעצטן "טויער" הייבט זיך אָן נאָך אַ העכערע מדרגה — ווען די מענטשן לעבן אינגאַנצן ברידערלעך און דאַרפֿן בכלל זיך נישט מישפּטן. די מעשׂה פֿון "מחצית־השקל", ווען די ייִדן האָבן זיך צוזאַמען באַטייליקט אינעם שאַפֿן דעם משכּן, אָן סיכסוכים, פּערזענלעכער גאווה און חילוקים צווישן אָרעמע און רײַכע, איז אַ סימבאָל פֿון אַזאַ געזעלשאַפֿט, ווען די בוכשטעבלעכע "מישפּטים" פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערן נישט נייטיק, און הייבן זיך אויף ביז דער מדרגה פֿון ריין־גײַסטיקע פּרינציפּן.