ווען איך בין קינדווײַז געווען אַ תּלמידה אין דער שלום־עליכם שול 21, פֿלעג די לערערין, בלומע לעדערהענדלער, יעדן פֿרײַטיק, בײַם עונג־שבת, דערציילן אַ פֿאָלקס־מעשׂהלע — געוויינטלעך וועגן אַן אָרעמען פּאָרפֿאָלק, וואָס מוז, נעבעך, שווער האָרעווען, כּדי צו קאָנען קויפֿן חלה, פֿיש און פֿלייש לכּבֿוד שבת.
אין אַ טייל פֿון די מעשׂיות, איז דער ייִד אַהיימגעקומען פֿון שיל פֿרײַטיק־צו־נאַכטס מיט אַן אורח, און געבעטן זײַן פֿרוי שטעלן נאָך אַ טעלער אויפֿן טיש. דאָס פֿלעג מיך זייער פֿאַרחידושן. אויב דאָס פּאָרפֿאָלק האָט קוים געהאַט גענוג געלט צו האָדעווען זיך אַליין (און אָפֿט מאָל, אויך אַ משפּחה מיט קינדערלעך), ווי אַזוי זשע האָבן זיי נאָך געקענט אויפֿנעמען אַן אורח? האָבן זיי זיך דען אַלע געטיילט מיט איין אָרעמען ביסל פֿלייש?
פֿון דעסטוועגן, איז מיר דווקא געפֿעלן, וואָס אַ ייִד שעמט זיך נישט צוצוגיין צו אַ פֿרעמדן און פֿאַרבעטן אים אַהיים. אין אַמעריקע האָב איך זיך נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן אַזאַ זאַך. איין זאַך וואָס טאַטע־מאַמע האָבן מיך געלערנט איז: למען־השם, נישט רעדן מיט קיין פֿרעמדע לײַט... שוין אָפּגערעדט, עמעצן אַהיימצוברענגען. זיי וואָלטן געמיינט, אַז איך בין אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען.
מיט יאָרן שפּעטער האָט זיך געמאַכט, אַז איך בין אַליין געוואָרן "די פֿרעמדע אין שטעטל". כ׳האָב זיך ערשט געהאַט אַרײַנגעצויגן אין אַ נײַער געגנט, און אין יענעם ערשטן שבת אין דער פֿרי בין איך געגאַנגען אין דער אָרטיקער שיל, אַ באַשיידענער בנין אין צפֿון־ריווערדייל, און זיך שטילערהייט אַוועקגעזעצט, מיינענדיק, אַז קיינער וועט מיך נישט באַמערקן.
מיט אַ מאָל, בעת דער שול־פּרעזידענט האָט פֿאַרןֿ "אַדון עולם" געמאַכט די וויכטיקע מעלדונגען, האָט ער פּלוצלינג דערמאָנט מײַן נאָמען, זאָגנדיק: "מיר באַגריסן די נײַע משפּחה אין אונדזער קהילה, און ווינטשן זיי מזל־ברכה אין זייער נײַער היים."
נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז דאָס איז אַן אָרטאָדאָקסישע שיל, איז מיר געווען שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי דער פּרעזידענט האָט געוווּסט, אַז איך זיץ דאָרט, ווײַל איך בין דאָך געזעסן הינטער דער מחיצה. האָט ער טאַקע אַרײַנגעקוקט אין דער ווײַבער־שיל?
(זינט דעמאָלט האָב איך אײַנגעזען, אַז אַ סך מאַנסבילן אין שיל, נישט נאָר זיי קוקן אַרײַן צו די פֿרויען אין שיל, נאָר באַגריסן זיי אַפֿילו דורך דער מחיצה. אָפֿט מאָל, רופֿט אַ פֿרוי איר מאַן דורכן געוועב פֿונעם ווענטל, ער זאָל צוקומען, כּדי זי זאָל אים איבערגעבן אַ שליסל אָדער אַ וויכטיקן אָנזאָג.)
הגם איך האָב זיך אַ ביסל פֿאַררייטלט, ווען דער פּרעזידענט האָט דערמאָנט מײַן נאָמען און צענדליקער פּאָר אויגן האָבן אַ קוק געטאָן אין מײַן זײַט, האָב איך דווקא הנאה געהאַט ווען שפּעטער, בײַם קידוש, זענען דרײַ באַזונדערע פֿרויען צוגעקומען מיך באַגריסן, און מיך פֿאַרבעטן צו זיך אויף מיטאָג! נישט געוווּסט ווער איך בין, וואָס איך בין; נאָר סתּם, ווײַל איך בין אַ ייִדיש קינד, איז מען געווען גרייט מיך אַרײַנצונעמען.
זינט דעמאָלט בין איך אַליין געוואָרן אַ גאַסטגעבערין, און פֿאַרבעט איצט כּמעט יעדע וואָך ייִדן צו זיך אויף די שבתדיקע מאָלצײַטן. ווען איך דערצייל מײַנע נישט־פֿרומע אָדער נישט־ייִדישע פֿרײַנד וועגן דעם, ווערן זיי פֿאַרחידושט. דאָס פֿאַרבעטן אַ גרופּע מענטשן צו זיך אויף אַ וועטשערע אָדער מיטאָג, בפֿרט יעדע וואָך, איז בײַ זיי אַ פֿרעמדער מינהג.
ס׳איז נישט תּמיד געווען אַזוי. אין די 1950ער יאָרן פֿלעגט מען גאַנץ אָפֿט מאַכן "דינער פּאַרטיס" (וועטשערע־שׂימחות) פֿון צוויי אָדער דרײַ פּאָרלעך. מע פֿלעג אַרויסגעבן אַרטיקלען און ביכלעך ווי אַ וועגווײַזער פֿאַר דער באַלעבאָסטע, דערקלערנדיק, וואָס פֿאַר אַ מעניו צוצושטעלן און וואָס פֿאַר אַ געזעלשאַפֿטלעכע כּללים צו פֿאָלגן. דער געוועזענער ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער עד קאַטש איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע וועטשערע־שׂימחות, אויף וועלכער ער פֿאַרבעט פּראָמינענטע פֿיגורן פֿון דער ליטעראַרישער און קינסטלערישער וועלט. כ׳האָב אַ מאָל געלייענט, אַז בײַ קאַטשס וועטשערעס, ווען די געסט זעצן זיך צום טיש, הייסט ער יעדן איינעם מעלדן, ווער ער איז און וואָס ער טוט. איין מאָל, האָט ער פֿאַרבעטן דזשעקי קענעדי אָנאַסיס אויף אַזאַ וועטשערע. זי האָט דעמאָלט געאַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר בײַם פֿאַרלאַג "דאָבלדיי". ווען די געסט האָבן אָנגעהויבן דערציילן וועגן זיך, איז קאַטש געווען נײַגעריק צו הערן וואָס זי וועט זאָגן, ווײַל, פֿאַרשטייט זיך, אַלע האָבן געוווּסט ווער זי איז. ווען ס׳איז געקומען איר ריי, האָט זי געענטפֿערט זייער פּשוט: "איך בין דזשעקי קענעדי און איך בין אַ רעדאַקטאָר."
דאָס וואָס פֿרוי קענעדי האָט געענטפֿערט אויף אַזאַ באַשיידענעם אופֿן איז אַ סימן, אַז זי האָט זיך געפֿילט דאָרט היימיש, און געוואָלט, אַז מע זאָל זיך צו איר באַציִען ווי צו אַלע אַנדערע. דאָס איז אויך מײַן ציל, ווען מע קומט צו מיר אויף אַ שבתדיקן מאָלצײַט: די געסט זאָלן זיך פֿילן באַקוועם איינער מיטן אַנדערן, און אַפֿילו אָנקניפּן נײַע חבֿרשאַפֿטן. מײַן גרעסטע הנאה, איז ווען אַ גאַסט קלינגט מיר אָן נאָך שבת און בעט בײַ מיר דעם טעלעפֿאָן פֿון אַ צווייטן גאַסט (ווײַל, פֿאַרשטייט זיך, שבת קען מען נישט שרײַבן.)
כּדי צו דערמעגלעכן אַזוינע מאָמענטן, האָב איך זיך אויסגעלערנט, אַז ס׳איז וויכטיק צו פֿאַרבעטן מענטשן, וואָס האָבן עפּעס בשותּפֿות. בײַ ס׳רובֿ גאַסטגעבער מיינט עס אַן ענלעכע קאַריערע, אָבער פֿון מײַן דערפֿאַרונג, איז דאָס נישט גענוג אינטערעסאַנט. אַ סך מער עפֿעקטיוו איז, ווען די געסט האָבן אַן ענלעכע הינטערגרונט, אידעאָלאָגיע, אָדער כאַראַקטער.
אַ מאָל בלײַב איך אַליין איבערראַשט צו זען, וועלכע פֿון מײַנע געסט געפֿעלן זיך. כ׳האָב לעצטנס פֿאַרבעטן אַ גרופּע מענטשן, נישט אויף אַ שבת, נאָר סתּם אויף אַ שׂימחהלע, און כ׳בין געווען דערשטוינט צו זען ווי מײַן פֿרומע חבֿרטע, וועלכע טראָגט אַ שייטל, פֿאַרברענגט זייער גוט מיט מײַן מאַנס חבֿר, אַ טשעכישער ייִדישער קינסטלער, וועלכער וויצלט זיך כּסדר. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, שטאַמט מײַן חבֿרטעס משפּחה פֿון דער זעלבער טשעכישער פּראָווינץ ווי ער, און זיי האָבן פֿאַרפֿירט אַ לאַנגן שמועס וועגן די פֿאַרשידענע ערטער וווּ איר משפּחה האָט געוווינט.
עס זענען דאָ פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי צו העלפֿן די געסט זיך צו פֿילן באַקוועם. אויב זיי קומען אָן איידער מיר האָבן געענדיקט צוצוגרייטן דעם סאַלאַט און אַנדערע קלייניקייטן (און דאָס איז אָפֿט אַזוי), גייען זיי — ספּעציעל די פֿרויען — אַרײַן אין קיך און פֿרעגן, צי זיי קענען צוהעלפֿן. מײַן מאַן און איך פֿלעגן ענטפֿערן, אַז ס׳איז נישט נייטיק, אָבער זינט דעמאָלט האָב איך אײַנגעזען, אַז אַ טייל פֿון זיי ווילן עס טאָן, ווײַל עס קומט זיי אָן שווער צו רעדן מיט פֿרעמדע. גיב איך זיי אַן אַרבעט אין קיך, אַ מין געלעגנהייט זיך "אָנצוּוואַרעמען".
הכנסת־אורחים איז ספּעציעל וויכטיק ווען מע פֿאַרבעט ייִדן וואָס זענען נישט פֿרום, ווײַל נישט תּמיד ווייסן זיי וואָס צו טאָן (אָדער וואָס נישט צו טאָן). על־פּי־הלכה איז אַ פֿראַגע, צי אַ פֿרומער ייִד מעג פֿאַרבעטן אַ גאַסט, אויב ער ווייסט, אַז יענער וועט פֿאָרן אַהין, ווײַל דאָס מיינט, אַז מיר צווינגען אַ ייִדן צו זײַן מחלל־שבת. איך האַלט אָבער, אַז די מיצווה פֿון מקרבֿ זײַן ייִדן איז אַזוי וויכטיק, אַז איך בין גרייט זיך צו מאַכן נישט־וויסנדיק. איך בעט זיי בלויז איין זאַך: פּאַרקירן זייער אויטאָ אויף דער גאַס אַנשטאָט אין אונדזער פֿאָרוועג.
ס׳איז אַ גוטער געדאַנק צו דערקלערן פֿון פֿריִער דעם סעקולערן גאַסט געוויסע טראַדיציעס, ווײַל אויב נישט, קאָן ער זיך טועה זײַן און דערבײַ זיך פֿאַרשעמען. איין בײַשפּיל איז בײַם וואַשן זיך פֿאַר דער המוציא. לויט דער טראַדיציע, מוז מען צווישן דער צײַט פֿון וואַשן זיך און דעם הערן המוציא — שווײַגן. אויב עס געפֿינען זיך אַ סך מענטשן בײַם טיש, קאָן די שווײַגעניש דויערן כּמעט פֿינף מינוט — אַ גאַנץ לאַנגע צײַט, בײַ מענטשן, וועלכע זענען נישט צוגעוווינט. נישט איין מאָל האָט אָבער געטראָפֿן, אַז איך האָב פֿאַרגעסן איבערצוגעבן אַ סעקולערן גאַסט, אַז מע דאַרף שווײַגן, און דער גאַסט האָט גערעדט פֿאַר פֿײַער און פֿאַר וואַסער, און בכלל נישט באַמערקט, אַז אַלע שווײַגן! כּדי אויסצומײַדן די פּראָבלעם, וועלן געוויסע גאַסטגעבער בכּיוון אָנהייבן זינגען אַ ניגון, בשעת אַלע וואַשן זיך. ווען אַלע זינגען, איז דאָך נישט העפֿלעך איבערצוהאַקן מיט אַ שמועס, וועט דער גאַסט במילא שווײַגן.
אַ מאָל וועט בײַ אַ סעקולערן גאַסט זיך פּלוצלינג צעקלינגען די מאָבילקע. ס׳רובֿ פֿון זיי פֿאַרשטייען, אַז דאָס איז אָסור, אַנטשולדיקט מען זיך און מע לעשט זי אויס. אָבער אַ מאָל וועט אַ גאַסט נישט וויסן, אָדער פֿאַרגעסן, אָדער ס׳וועט אים בכלל נישט אָנגיין, און ער וועט טאַקע ענטפֿערן אויפֿן קלונג. בײַ מיר איז דאָס אַ סימן, אַז דאָס קומעדיקע מאָל וואָלט מסתּמא געווען מער געוווּנטשן אים צו פֿאַרבעטן אין אַ זונטיק!
דאָס אויסזעצן די געסט איז זייער וויכטיק, ווײַל די אַראַנזשירונג קאָן באַשטימען, צי דער מאָלצײַט וועט זײַן אַ געראָטענער צי נישט. אין געוויסע היימען זיצט די משפּחה אין איין זײַט טיש, און די געסט — אין דער צווייטער, אָבער לויט מײַן מיינונג, איז בעסער, ווען די משפּחה־מיטגלידער זיצן צווישן די געסט. אַזוי קענען מיר זיך באַטייליקן אין פֿאַרשיידענע שמועסן און דערבײַ זיך אויסלערנען מער וועגן זיי, ווי ווען מיר וואָלטן געזעסן באַזונדער. דאָס איז ספּעציעל וויכטיק, ווען עס קומען פֿאָר עטלעכע שמועסן מיט אַ מאָל — אַ זאַך וואָס געשעט אָפֿט, בפֿרט ווען עס זיצן 10־12 מענטשן אַרום דעם טיש. שפּעטער, נאָך דעם ווי די געסט גייען אַהיים און אונדזער הויזגעזינד בלײַבט אַליין, דערציילן מיר איינער דעם אַנדערן וואָס יעדער האָט געהערט אָדער זיך דערוווּסט וועגן די געסט, און אַזוי דערפֿילט מען, ווי מע וואָלט זיך טאַקע אַליין באַטייליקט אין אַלע שמועסן.
אַ מאָל שאַפֿט זיך אַ פּראָבלעם, ווען די געסט האַלטן זיך בײַ אַן אַנדער רעליגיעזער טראַדיציע ווי מיר. ס׳רובֿ ייִדן טענהן, למשל, אַז ווען מע מאַכט קידוש דאַרפֿן אַלע שטיין. אַ מינאָריטעט, בפֿרט די ׳יעקעס׳ (דײַטשישע ייִדן), זאָגן פֿאַרקערט, אַז אַלע דאַרפֿן זיצן. אָבער בײַ מײַן טאַטן אין שטוב איז געווען נישט אַזוי, און נישט אַזוי. ער האָט געמאַכט קידוש שטייענדיק, און מיר זענען געזעסן. דער רעזולטאַט איז, אַז ווען עס קומען צו אונדז געסט אויף שבת, ווערט אַ גאַנצער מישמאַש. מיר זיצן, די געסט שטעלן זיך אויף, און דערנאָך ווייסן מיר אַליין נישט וואָס צו טאָן. די געסט מיינען מסתּמא, אַז מיר זענען גאַנץ צעטומלט...
אַן אַנדער פּראָבלעם איז דאָס עסן. הײַנט דאַרף מען זיך רעכענען מיט דעם, אַז אַ סך מענטשן מײַדן אויס געוויסע שפּײַזן: צוליב אַן אידעאָלאָגיע (ווי די וועגעטאַריער), אָדער צוליב געזונט: זיי טאָרן נישט עסן קיין מילכיקס, קליישטאָף (גלוטען), ניס, סויע־פּראָדוקטן, אָדער — אַזוי ווי בײַ מיר — זיי מוזן אויסמײַדן נאַטריום (זאַלץ). איידער איך הייב אָן צוגרייטן דעם מאָלצײַט דאָנערשטיק אויף דער נאַכט, קלינג איך אָן די געסט צו הערן, צי זיי האָבן נישט קיין געוויסע שפּײַז־פּראָבלעמען. כאָטש די געסט פֿאַרענטפֿערן זיך און זאָגן, אַז איך דאַרף זיך נישט מטריח זײַן, אַרט עס מיך נישט, ווײַל עס גיט מיר אַ געלעגנהייט אויסצופּרוּוון רעצעפּטן, וואָס איך וואָלט אַנדערש נישט געמאַכט. למשל, אויב אַ גאַסט טאָר נישט עסן קיין קליישטאָף, קאָך איך צוגרייטן עפּעס מיט רײַז און קאַרטאָפֿל, אַנשטאָט לאָקשן און אַנדערע ווייץ־פּראָדוקטן.
ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ, ווי אַזוי באַשליסט מען ווען צו ענדיקן דעם מאָלצײַט? מיט אַנדערע ווערטער, ווען זאָל מען אויסטיילן די בענטשערלעך (די ביכעלעך מיט די ברכות וואָס מע זאָגט נאָכן עסן)? אויב מע טוט עס צו פֿרי, קאָנען די געסט זיך פֿילן געטראָפֿן ווײַל עס זעט אויס, ווי מע וויל פֿון זיי פּטור ווערן. אויב מע וואַרט צו לאַנג, ריזיקירט מען, אַז ס׳וועט אָנהייבן נודיען די געסט צו זיצן אַזוי לאַנג. האָבן מיר צוגעטראַכט אַ פּשרה: מיר בענטשן נאָכן הויפּטגאַנג, אָבער ווער עס וויל בלײַבן אויף דעסערט, קען בלײַבן, און ווער עס וויל אַוועקגיין — זאָל גיין געזונטערהייט. אַזוי פֿילט קיינער נישט, אַז מע שטופּט אים אַרויס.
וואָס טוט מען אָבער אויב פֿאַרקערט — אויב אַ גאַסט פֿאַרזאַמט זיך? דערפֿאַר איז דאָ אַ פּערפֿעקטער מיטל, אויפֿן סמך פֿון אַן אַלטער טראַדיציע. "אַנטשולדיקט מיר — זאָג איך — כ׳דאַרף גיין כאַפּן אַ שבת־דרעמל."