אין ישׂראל קומען איצט פֿאָר צוויי גרויסע האַנדל־יאַרידים: צו שאַפֿן אַ רעגירונג־קאָאַליציע נאָך די וואַלן און אײַנשטעלן כאָטש אַ קורצווײַליקן שטילשטאַנד מיט “כאַמאַס" נאָך דער אַנטי־טעראָריסטישער אָפּעראַציע אין עזה. אויב אויפֿן ערשטן יאַריד גייט אָן דער האַנדל אַרום דער מאַכט, וואָס אין ישׂראל איז עס נישט גאָר אַ וואַזשנע סחורה; דינגט מען זיך אויפֿן צווייטן יאַריד וועגן מענטשלעכע לעבנס, און קודם־כּל, וועגן דעם לעבן פֿונעם ישׂראל־קאַפּראַל גלעד שליט, פֿאַרכאַפּט מיט דרײַ יאָר צוריק אין געפֿאַנגענשאַפֿט.
וואַלן אין ישׂראל קאָסטן טאַקע אָפּ אַ סך געלט, אָבער סוף־כּל־סוף, קומט מען צו אַ פּשרה — פֿאָרט אייגענע. וואָס איז דער פּרײַז פֿון אַ מענטשלעך לעבן? די כאַמאַסניקעס פֿאָדערן פֿאַרן לעבן פֿונעם ישׂראל־סאָלדאַט אַרויסצולאָזן פֿון די תּפֿיסות 1,400 טעראָריסטן, צווישן וועלכע עס געפֿינען זיך די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די בלוטיקסטע טעראָר־אַקציעס, אין וועלכע עס זײַנען אומגעקומען צענדליקער ציווילע מענטשן.
אַ צווייט מאָל וואָלט מען די פּאַלעסטינער טעראָריסטן געקאָנט אָנווײַזן: סטײַטש, נאָך מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט בײַ אײַך אַ מענטשלעך לעבן, אַפֿילו דאָס לעבן פֿון אײַערע קינדער, קיין ווערט נישט געהאַט; אַנדערש וואָלט איר זיך נישט אויסבאַהאַלטן אין די שולן און שפּיטעלער, נישט אויסגעשאָסן ראַקעטן פֿון די געדיכט־באַזעצטע קוואַרטאַלן?!
דאָ געפֿינט מען זיך אָבער אויף אַ יאַריד, דערצו נאָך אויף אַ מיזרחדיקן יאַריד און אויף אַ יאַריד פֿון טעראָריסטן, וואָס האַלטן זיך נישט בײַ די אָנגענומענע כּללים. דינגט מען זיך. צוריק גערעדט, וואָלטן די ייִדן געדאַרפֿט זײַן שטאָלץ מחמת איין ישׂראל־סאָלדאַט האָט די ווערט פֿון 1,400 אַראַבער! איז עס דאָך נישט מער ווי אַ מיזרחדיקער יאַריד; און אויף דעם יאַריד איז ווי אויף אַלע יאַרידים; בלײַבט דער הענדלער מיטן רווח, ווער עס קויפֿט מער סחורה און גיט ווייניקער אויס געלט.
ס’איז אָבער דאָ נאָך איין זײַט אין דעם האַנדל — די עטישע, וואָס האָט אַ שײַכות נאָר צו ישׂראל (מע קאָן דאָך נישט רעדן ערנסט וועגן מאָראַל אויפֿן שטח פֿון טעראָריסטן?). דאָ ווערט באַלד די ישׂראל־געזעלשאַפֿט צעמישט און צעשפּאָלטן, ווען עס קומט צו דעם ענין. שוין אָפּגערעדט וועגן די עלטערן: טאַטע־מאַמעס, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע קינדער בעת די טעראָריסטישע אַטאַקעס, און טאַטע־מאַמעס, וואָס זייערע קינדער (אָדער די גופֿים פֿון זייערע קינדער) געפֿינען זיך אין די הענט פֿון די טעראָריסטן. וואָס דאַרפֿן זיי פֿילן בײַ אַזאַ געשעפֿט?
אַבסורדיש! אָבער זעט אויס אַפֿילו דער פֿאַקט אַליין, אַז נאָך דער מיליטערישער אָפּעראַציע "צעשמעלצט בלײַ", נאָך וועלכער די ישׂראל־רעגירונג וואָלט בפֿירוש געדאַרפֿט אַרויסשטעלן אירע תּנאָים, קומט איינער אַ כאַלעד מאַשאַל, דער פֿירער פֿון “כאַמאַס", וואָס זיצט זיך אין דמשׂק, און דיקטירט פֿון דאָרטן זײַן פּרײַז און זײַן באַדינג. באַקומט זיך, אויב אַזוי, אַז די הונדערטער אַוויאַ־באָמבאַרדירונגען, האַרמאַט־שיסערײַען און די חורבֿות אין עזה (שוין אָפּגערעדט וועגן די איבער טויזנט מענטשלעכע לעבנס) זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן שיִער נישט בלויז צוליב דעם, אַז איצט, בשעת דעם האַנדל־יאַריד, זאָלן די איסלאַמישע פֿאַנאַטיקער אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז, און אָנשטאָט 1,400, פֿאָדערן צו באַפֿרײַען 1,399 כאַמאַסניקעס?!
ווי עס האָט איבערגעגעבן מיטוואָך די ראַדיאָ "קול־ישׂראל", האָט דער שמאָלער מיניסטאָרן־קאַבינעט באַשטעטיקט דעם פֿאָרשלאָג פֿונעם אַמטירנדיקן פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, צו לאָזן געשלאָסן די איבערגאַנג־פּונקטן אויף דער גרענעץ מיט עזה, ביז דער קאַפּראַל גילעד שליט וועט נישט באַפֿרײַט ווערן. בלויז נאָך זײַן באַפֿרײַונג וועט מען קאָנען באַהאַנדלען דאָס עפֿענען די איבערגאַנג־פּונקטן און שליסן אַ שטילשדאַנד־אָפּמאַך, אויף ווי לאַנג ס‘איז מעגלעך.
דער פּאַלעסטינער צד, בראָש מיט כאַלעד מאַשאַל, וואָס האָט פֿריִער זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרהאַנדלען וועגן שליטס באַפֿרײַונג אין די ראַמען פֿון אַ שטילשטאַנד־אָפּמאַך, האָט איצט זיך אַרויסגעזאָגט פּאָזיטיוו, און איז גרייט עס צו טאָן פֿאַרן אונטערשרײַבן דעם שטילשדאַנד־אָפּמאַך מיט ישׂראל.
גיי אָבער פֿאַרלאָז זיך אויף אַ מיזרח־האַנדלערײַ, בפֿרט מיט טעראָריסטן. ס‘איז שוין אַ באַקאַנטע שיטה, ווען אין די אויגן רופֿט מען אָן איין פּרײַז, און אַליין האָט מען אין זינען גאָר עפּעס אַנדערש.