אין 1948 איז אין רוים אַרויס אַ בוך אונטערן טיטל "דער ייִדישער אָנטייל אין דער פּאַרטיזאַנער-באַוועגונג פֿון סאָוועט-רוסלאַנד". מיר איז באַקאַנט, אַז ס׳איז דאָ אויך אַן ענגלישער נוסח, Jewish Partisans of Eastern) Europe 1985), אָבער כ׳ווייס ניט אויף וויפֿל ער פֿאַלט צונויף מיטן ייִדישן. צו דעם מחבר, משה קאַגאַנאָוויטש, וואָס איז אַליין געווען אַ פּאַרטיזאַנער, האָט מען געהאַט טענות, למאַי ער האָט צו וואַרעם געשריבן וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. לויט קאַגאַנאָוויטשן, באַקומט זיך טאַקע, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט געטאָן זייער אַ סך, כּדי די פּאַרטיזאַנער זאָלן ראַטעווען וואָס מער ייִדן. אָבער די פּאַרטיזאַנער אַליין האָבן זיך צו די ייִדן באַצויגן אָפֿט מאָל שלעכט צי אַפֿילו זייער שלעכט.
קאַגאַנאָוויטש פּרוּווט געפֿינען אַ דערקלערונג פֿאַר די אַנטיסעמיטישע שטימונגען אין די וועלדער פֿון ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע. ער האַלט, אַז שולדיק אין דעם איז סײַ דער כּמעט אוניווערסאַלער האַס צו ייִדן, סײַ די ביטול-באַציִונג, ווײַל מע האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די ייִדן לאָזן זיך פֿאַרניכטן און זעלטן ווען ווײַזן אַרויס אַ ווידערשטאַנד. ער דערציילט וועגן אַ סך עפּיזאָדן, ווען די פּאַרטיזאַנער פֿלעגן הרגענען די ייִדן אָדער זיי פּשוט אַרויסטרײַבן. קאַגאַנאָוויטש שרײַבט, אַז אַזעלכע עפּיזאָדן זײַנען געווען מער כאַראַקטעריש פֿאַר די יאָרן 1941 און 1942, ווען די פּאַרטיזאַנער זײַנען נאָך ניט געווען געשטעלט אונטער אַ צענטראַליזירטער אָנפֿירונג.
צוליב דעם אַנטיסעמיטיזם, ווי אויך דעם גאַנצן מצבֿ אין די מחנות (ער דערמאָנט בפֿרט דאָס שרעקלעכע שיכּרות), האָבן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער געוואָלט זיך האַלטן באַזונדער. דערצו נאָך האָט מען אַזוי געקענט בעסער פֿאַרטיידיקן די ייִדישע קינדער, פֿרויען און זקנים, וואָס האָבן זיך אויסבאַהאַלטן אין די וועלדער. אָבער פֿון מאָסקווע פֿלעגט מען באַקומען פֿאָדערונגען ניט צו דערלאָזן קיין באַזונדערע ייִדישע פּאַרטיזאַנישע גרופּעס, דער עיקר, ווײַל מע האָט געהאַט מורא, אַז דאָס וועט ברענגען שאָדן דער גאַנצער פּאַרטיזאַנער באַוועגונג — אין דעם אַלגעמיינעם אַנטיסעמיטישן קלימאַט איז ניט כּדאַי געווען אונטערצושטרײַכן די ייִדישקייט פֿון די וואַלד-קעמפֿער.
איך האָב איבערגעלייענט קאַגאַנאָוויטשס בוך, ווײַל מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז מיר אין די הענט אַרײַנגעפֿאַלן אַן אַנדער בוך, אויף רוסיש, פֿונעם היסטאָריקער אַלעקסאַנדר גאָגון. עס איז נאָר וואָס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין מאָסקווע און הייסט "סטאַלינס קאָמאַנדאָס: פּאַרטיזאַנישע גרופּירונגען אין אוקראַיִנע". איך בין גאָר ניט קיין מומחה אין די פּאַרטיזאַנער, אָבער דאָס בוך זעט אויס ווי אַן ערנסטע פֿאָרשונג פֿון אַ מענטשן, וואָס האָט ניט — צי מײַדט אויס צו האָבן — אַ פֿאָר-איבערצײַגונג מכּוח דעם ענין. צווישן גאָגונס און קאַגאַנאָוויטשס ביכער ליגט אַן אָפּגרונט: גאָר פֿאַרשיידענע מענטשן האָבן געשריבן אין גאָר פֿאַרשיידענע צײַטן, קאַגאַנאָוויטש האָט געשעפּט אינפֿאָרמאַציע פֿון די אינטערוויוען און צײַטונגען, בעת גאָגון האָט געהאַט דעם צוטריט צו די אַרכיוו-מאַטעריאַלן און צו דער ליטעראַטור, אָנגעשריבן אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרצענדליקער.
קאַגאַנאָוויטשס בוך, וואָס — ווי איך האָב שוין דערמאָנט — קען מען לייענען אויף ענגליש, ווערט ניט ציטירט אין "סטאַלינס קאָמאַנדאָס". צוריק גערעדט, בײַ קאַגאַנאָוויטשן גייט די רייד, דער עיקר, וועגן ווײַסרוסלאַנד. שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז דער ייִדישער אַספּעקט פֿאַרנעמט, בכלל, ווייניק אָרט אין גאָגונס פֿאָרשונג. אָבער דאָס אַלגעמיינע בילד, וואָס דער רוסישער היסטאָריקער שאַפֿט, העלפֿט צו פֿאַרשטיין דעם מצבֿ אויך פֿון די ייִדישע פּאַרטיזאַנער, בפֿרט אין אוקראַיִנע, וווּ די היגע באַפֿעלקערונג האָט תּחילת ניט שלעכט צי אַפֿילו באַגײַסטערט באַגעגנט די דײַטשן. די אוקראַיִנער האָבן געהאַט אַ סך חשבונות מיט דער סאָוועטישער מאַכט; זיי האָבן מער ווי די רוסן געהאַסט די קאָלכאָזן. וועגן די נײַע סאָוועטישע טעריטאָריעס, וועלכע מע האָט אָפּגעשניטן בײַ פּוילן אין 1939, איז שוין גאָר ניטאָ וואָס צו ריידן. פֿאַר זיי איז די סאָוועטישע מאַכט געווען פּשוט אַן אָנשיקעניש.
אַזוי אַרום, איז אין 1941 און 1942 קיין באמת ממשותדיקע פּאַרטיזאַנישע באַוועגונג אין אוקראַיִנע ניט געווען. דאָס מיינט, אַז בעת די הויפּט-שחיטות אין די געטאָס, האָבן די ייִדן אַפֿילו ניט געהאַט צו וועמען צו לויפֿן. וועגן דעם שרײַבט, אַגבֿ, אויך קאַגאַנאָוויטש. די לאַגע האָט זיך געביטן אין 1943, ווײַל נאָך דער סטאַלינגראַדער שלאַכט האָט מען מיט אַנדערע אויגן אַרײַנגעקוקט אין דער צוקונפֿט, די דײַטשן האָבן דערווײַל באַוויזן קאַליע צו מאַכן זייערע באַציִונגען מיט די אוקראַיִנער, און די סאָוועטישע האָבן באַקומען אַ דערפֿאַרונג פֿון פֿירן אַ פּאַרטיזאַנישע מלחמה. אָבער צו יענער צײַט זײַנען שוין ווייניק ייִדן פֿאַרבליבן אויף דער אָקופּירטער טעריטאָריע.
אַ חוץ דעם, דערקלערט גאָגון די אָפּוועזנקייט פֿון אַ באַזונדערער ייִדישער פּאַרטיזאַנישער באַוועגונג אין אוקראיִנע מיט אַנטיסעמיטיזם און מיט דעם וואָס עס זײַנען כּמעט ניט געווען קיין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע זאָלן קענען נעמען אויף זיך די אָנפֿירונג מיט אַזאַ באַוועגונג. אין די אַלטע סאָוועטישע געגנטן האָט מען שוין לאַנג ליקווידירט אַלע סימנים פֿון ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אויף די נײַע טעריטאָריעס, האָט מען אַרעסטירט און פֿאַרשיקט ס׳רובֿ אָנגעזעענע ייִדישע טוער.
אינטערעסאַנט איז די סטאַטיסטיק, וואָס ווערט געבראַכט אין גאָגונס בוך וועגן דעם אָנטייל פֿון די ייִדן אין דער פּאַרטיזאַנער מלחמה אין אוקראַיִנע: דער ייִדישער אָנטייל אין די עלף גרעסטע פּאַרטיזאַנישע פֿאַראייניקונגען איז געווען 2.1 פּראָצענט (פֿאַר דער מלחמה האָבן די ייִדן אויסגעמאַכט 6.5 פּראָצענט אין דער באַפֿעלקערונג פֿון אוקראַיִנע). 90 פּראָצענט פֿון די ייִדן-פּאַרטיזאַנער זײַנען געווען געוויינלעכע מיליטער־לײַט, 8 פּראָצענט — קאָמאַנדירן, און 2 פּראָצענט — פּאָליטישע אַרבעטער. סײַ קאַגאַנאָוויטש, סײַ גאָגון שטרײַכן אונטער די וויכטיקע ראָלע פֿון ייִדן-מעדיקער.
איך ווייס, אַז אין דעם קאָנטעקסט וואָלט איך געדאַרפֿט אויך דערמאָנען דעם פֿילם "סטירדעס" (Defiance), וואָס מע ווײַזט איצט איבער דער גאָרער וועלט. די צרה, איז אַז מיר האָט זיך דערווײַל ניט אײַנגעגעבן צו זען דעם פֿילם. לויט די רעקלאַמעס, שנײַדט ער זיך אויף אַ דזשיימס-באָנדישע מעשׂה. דאָס הייסט, אַז ס׳איז שוין גאָר ניט מײַן סחורה.