מוזיק

די מוזיק־שול פֿון "בוכמאַן־מעטאַ" איז געגרינדעט געוואָרן אין 2004. זינט דעמאָלט, האָט דער אַנשטאַלט דורכגעפֿירט נישט ווייניק אויפֿטוען, וואָס זײַנען ווערט מ'זאָל זיי באַצייכענען. מיר האָט דווקא דערוועקט צו שרײַבן וועגן דער מוזיק־שול קאָנצערט. אַ קאָנצערט? דאָס איז דאָך טאַקע דאָס ממשותדיקע פֿון אַ קאָנסערוואַטאָריע, דאָס איז דאָך איר צוועק און דער תּכלית פֿון איר עקזיסטענץ, איז וווּ שטעקט דאָ דער וווּנדער?

געווען בין איך זיכער, אַז איך גיי צו אַ קאָנצערט, געשפּילט דורך שילער פֿון דער מוזיק־אַקאַדעמיע, און האָב זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ גאַנצן סימפֿאָנישן אָרקעסטער, צוזאַמענגעשטעלט פֿון הונדערט אויסגעשולטע מוזיקער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון זובין מעטאַ, מיט אַ פּראָגראַם פֿון הויכראַנגיקע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי ריכאַרד שטראַוס, פּראָקאָפֿיעוו, בראַמס. דעם וווּנדער איז ווערט צו באַשרײַבן.

אויב ס'איז פֿאַראַן אַזאַ באַגריף ווי “יוגנטלעכע קלאַנגען", איז דאָס טאַקע געווען דער עיקרדיקער קאָמפּאָנענט פֿון אָט דעם באַזונדערן קאָנצערט; דער דיריגענט, זובין מעטאַ, וואָס די ראָמאַנטישע און פֿילבאַרע מוזיק איז אים זייער צום האַרצן, האָט דיריגירט ברייטמעסיק, אויף זײַן טראַדיציאָנעלן אופֿן; דער רעזולטאַט איז געווען אָבער אומדערוואַרט אַנדערש. דאָס איז געווען דער ערשטער קאָנצערט פֿון דעם דאָזיקן אָרקעסטער אַליין אויף דער בינע, אָן דעם מוסטער צו וועמען ער קוקט הכנעהדיק אַרויף: דער באַרימטער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער.

די מוזיק־שול פֿון בוכמאַן־מעטאַ איז ווירקלעך די פֿאַראייניקונג מיט דער ישׂראלדיקער מוזיק־אַקאַדעמיע א"נ פֿון רובין, די גוט־באַקאַנטע קאָנסערוואַטאָריע, וועלכע האָט אין משך פֿון יאָרן אויסגעשולט דורות פֿעיִקע מוזיקער. איצט מיטן צוגאָב פֿון מוזיקאָלאָגיע־קרײַז בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און דער אויסשולונג־פּראָגראַם פֿאַר אָרקעסטראַנטן בײַם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, איז די מוזיק־שול אַ האַרמאָנישער טייל פֿון דעם פֿילצווײַגיקן קונסט־פֿאַקולטעט א"נ פֿון יאָלאַנדאָ און דוד כּץ בײַ דעם אוניווערסיטעט־קאַמפּוס פֿון תּל־אָבֿיבֿ.

בלויז אייניקע מוזיקער פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, וואָס זײַנען אייגנטלעך לערער פֿון דער מוזיק־שול, זײַנען צוגעשטאַנען צו די צענדליקער מוזיקער אויף דער בינע, וועלכע האָבן צום ערשטן מאָל געשפּילט אַ פֿולן קאָנצערט. די דאָזיקע געשעעניש אויף דעם ישׂראלדיקן מוזיקאַלישן פּייסאַזש האָט דערוועקט האָפֿענונג און אָפּטימיזם, אַז דאָ איז געשאַפֿן געוואָרן די מוזיקאַלישע צוקונפֿט פֿון לאַנד.

ס'איז באַקאַנט, און דער נאָמען פֿון דער שול דערציילט עס אויך, אַז אָן דער ברייטהאַרציקער שטיצע פֿונעם געשעפֿטסמאַן יוסף בוכמאַן, וואָלט די מוזיק־שול אין גאַנצן נישט אויפֿגעקומען; אַ לאַנג־יאָריקער פֿרײַנד פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, איז יוסף בוכמאַן אויך דער וויצע־פּרעזידענט פֿון דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט־עקזעקוטיווע; זובין מעטאַ טראָגט דעם פּרעזידענטישן כּבֿוד־טיטל פֿון דער דאָזיקער מוזיק־שול.

פֿאַר דער מוזיק־שול איז זובין מעטאַ אַ סך מער פֿון יעדן מעגלעכן טיטל; דער מאַעסטראָ באַגלייט די מוזיק־שול זינט איר סאַמע אָנהייב, ער איז אַפֿילו געווען אַן אַקטיווער שותּף אין דער קאָנצעפּציע צו גרינדן דעם אַנשטאַלט; דיריגירט ער מיט דעם שול־אָרקעסטער איין מאָל אין יאָר.

נישטאָ קיין רייד וועגן דעם, אַז די מוזיק־שול גרייט צו דעם צוקונפֿטיקן דור פֿון ישׂראל־מוזיקער אויף אַלע געביטן: שפּילן, געזאַנג, דיריגירונג, קאָמפּאָזיציע און טעאָרעטישע פֿאָרשונג. דער באַזונדערער טראָפּ ווערט אָבער געשטעלט אויפֿן סאַמע עיקר — דער שול־אָרקעסטער איז אייגנטלעך דער רעזערוו פֿונעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, ווי אויך פֿון אַנדערע ישׂראל־אָרקעסטערס. די שול טיילט צו דעם ערשטן און צווייטן אַקאַדעמישן טיטל אויף אַלע לימוד־געביטן, נאָר דער דריטער טיטל איז רעזערווירט פֿאַר מוזיקאָלאָגיע און קאָמפּאָזיציע־סטודענטן.

אין שפּיץ פֿון דער מוזיק־שול זײַנען תּמיד געשטאַנען וויכטיקע ישׂראל־מוזיקער, צווישן זיי: דער פּיאַניסט, לערער און דיריגענט אַריה וואַרדי, דער קאָמפּאָזיטאָר און דיריגענט עמי מעיני, דער קאָמפּאָזיטאָר און דיריגענט נועם שריף און אַנדערע. הײַנט טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן טאָג־טעגלעכן גאַנג פֿון דער שול דער פּיאַניסט תּומר לבֿ (לעוו).

אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג־פּראָגראַם דערמעגלעכט די אויסנעמלעכע מוזיקער צו באַקומען לערן־סטיפּענדיעס אין יעדן איינעם פֿון די עקזיסטירנדיקע לערן־געביטן. די אינטענסיווע פֿינאַנציעלע שטיצע דערמעגלעכט די יונגע מוזיקער צו ווידמען די פֿולע צײַט פֿאַר זייערע שטודיעס און רעפּעטיציעס.

די סטודענטן קומען פֿון אַלע עקן לאַנד און פֿון אַלע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג; צו זיי קומען נאָך צו פֿרעמדע סטודענטן פֿון אַלע עקן וועלט: פֿון כינע, אייראָפּע, צפֿון־אַמעריקע, דרום־אַמעריקע און צפֿון־אַפֿריקע. אַ גרויסע צאָל תּלמידים שטאַמען פֿון נײַע עולים־משפּחות, געקומענע פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; און מ'קאָן נישט אַנדערש, ווי נאָר צו באַצייכענען זייער פֿולע אינטעגראַציע אין די אַקאַדעמישע שטודיעס פֿון דער מוזיק־שול ווי אַ דערפֿאָלגרײַכע דערגרייכונג פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.

די טעטיקייטן פֿון דער מוזיק־שול האָבן נישט קיין שיעור. מיטן ציל אויסצושולן דעם צוקונפֿטיקן דור פֿון אָפּערע־זינגער איז אין 2005 פֿאַרשטאַרקט געוואָרן די מיטאַרבעט צווישן דעם וואָקאַלן געביט פֿון דער שול און דער ישׂראלדיקער אָפּערע; אַזוי אַרום קאָנען די שילער־זינגער אָנטייל נעמען אין די ספּעקטאַקלען, וואָס עס פֿירט דורך די “אָפּערע־סטודיע" פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע, ווי אויך זיך באַטייליקן ווי שטעלפֿאַרטרעטער אין די אָפּערע־פֿאָרשטעלונגען.