פּובליציסטיק

אויב איר זײַט אַ ניו־יאָרקער וועט איר זיך ווייניק וואָס וווּנדערן ווי מען בויט דאָ די קאַנאַליזאַציע, ווי אַזוי מען לייגט רערן אונטער די טראָטואַרן און וועגן, ווי לאַנג עס נעמט צו פֿאַרריכטן אַ לאָך אין מיטן שאָסיי. איז קודם־כּל, פֿאַרשליסט מען די גאַס אויף פֿופֿציק יאָר. אין צווישנצײַט, צעקאַליעטשעט מען די גאַנצע גאַס אַזוי, אַז אַלע געשעפֿטן אויף דער גאַס מוזן באַנקראָטירן. העלפֿט גאָט, און עס גייען אַוועק אַ פֿופֿצן יאָר, און מ’פֿאַרשיט די לעכער און מען לייגט מיט מזל אַ טראָטואַר. סוף־כּל־סוף, געקומען די ישועה. מ'קען שוין גיין אין גאַס מיט מענטשן גלײַך. גייט אַוועק אַ שטיקל צײַט און מ’קוקט זיך אַרום. האָפּלאַ! די שווערע אַרטילעריע איז שוין ווידער דאָ. סקאָצל קומט, וואָס איז שוין ווידער? ווײַזט זיך אַרויס, אַז צו לייגן די רערן האָט גענומען לענגער ווי דער ייִדישער גלות און זיי האָבן געדויערט פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים. זיי זײַנען דעפֿעקטיווע, פֿון שלעכטער קוואַליטעט הייסט עס, און די גאַנצע כעלעמער מעשׂה הייבט זיך אָן פֿון דאָס נײַ. לעבן מיר האָט מען מיט אַ יאָר צוריק צעלייגט אַ גאַנצן טונעל וווּ די אויטאָס פֿאָרן. מען האָט אומגעוואָרפֿן ווענט און צעקאַליעטשעט די גאַסן. איך קען מער נישט אַדורכפֿאָרן דורכן טונעל צוצוקומען צו מײַן הויז. ניין! איך דאַרף אויספֿאָרן די גאַנצע געגנט צוצוקומען אַהיים. דערווײַל שנייט. שטייט די אַרטילעריע ליידיק, קיינער אַרבעט נישט. זע איך שוין אַז איך בין אין כעלעם, וווּ מ'צעלייגט אַ הויז צו פֿאַרריכטן דעם דאַך.

זײַט וויסן אַז די מעשׂה וואָס איך גיי אײַך דאָ דערציילן איז נישט נאָר אַ כעלעמער מעשׂה, נאָר אַן אמתע ניו־יאָרקער געשיכטע, ווײַל קיינער קען אַזוינס נישט צוטראַכטן. איז שאַרט אײַך אַרויף די אַרבל, מאַכט זיך באַקוועם און הערט זיך אײַן. מיט יאָרן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַן אַסיפֿה אין ניו־יאָרקער שטאָטראַט, אויפֿן סדר־היום איז געווען “סענטראַל־פּאַרק." דער עיקר, ווי צו פֿאַרשענערן און אויספּוצן סענטראַל־פּאַרק, קינדער זאָלן זיך קענען דאָ שפּילן, מענטשן זאָלן הנאה האָבן פֿונעם טײַכל, און די שיינע ביימער זאָלן קענען בליִען אומגעשטערט. נאָך אַלעמען איז ניו־יאָרק אַ שטאָט פֿון וואָלקן־קראַצער, וווּ אַ סך מאָל קען מען אַפֿילו נישט וויסן צי ס'איז טאָג, צי נאַכט.

בײַ דער דאָזיקער אַסיפֿה וואָס איך האָב פֿריִער דערמאָנט, איז אויפֿגעשטאַנען אַן “אָלדערמאַן." דאָס איז אַזאַ מין אָנגעשטעלטער אין מוניציפּאַלן־בנין, עפּעס אַ שישקע, און האָט אויסגעדריקט זײַן מיינונג וועגן פֿאַרשענערן “סענטראַל־פּאַרק."

“רבותי!" האָט ער געטענהט, “כּדי צו פֿאַרשענערן ‘סענטראַל־פּאַרק,’ שלאָג איך פֿאָר אַז מען זאָל אימפּאָרטירן פֿון ווענעציע אין איטאַליע, הייסט עס — גאַנדאָלאַס. די גאַנדאָלאַס זאָלן אַרומשווימען איבערן טײַכל און דאָס וועט פֿאַרשענערן אונדזער סענטראַל־פּאַרק."

אַ צווייטער שטאָטראַטניק האָט זיך אָפּגערופֿן:

“חבֿרה! איך האָב ממש רחמנות אויף אונדזערע ניו־יאָרקער שטײַער־צאָלער. זיי מאָרדעווען זיך מיט די גרויסע שטײַערן און צאָלן איבערן קאָפּ. דאַרף מען זײַן אַ ביסל פֿאָרזיכטיק איידער מיר נעמען זיך אונטער אויסצוגעבן מער געלטער. וויל איך צוגעבן אַן אַמענדמענט צום אָלדערמאַנס פֿאָרשלאָג וועגן די גאַנדאָלאַס, ווײַל די גאַנדאָלאַס זײַנען ממש אַ געניאַלער אײַנפֿאַל, אָבער ס'וועט קאָסטן צו טײַער. וואָלט איך פֿאָרגעשלאָגן מיר זאָלן טאַקע און אומבאַדינגט אימפּאָרטירן דערווײַל בלויז צוויי גאַנדאָלאַס פֿון ווענעציע. אַן ער — גאַנדאָלאַ, און אַ זי — גאַנדאָלאַ (אַ זכר און אַ נקבֿה), און אַז זיי וועלן זיך פּאָרן און מערן, וועלן מיר פֿון זיי האָבן אַ סך קליינע גאַנדאָלטשיקלעך. איצט שטעלט זיך פֿאָר די פֿרייד פֿון די קליינע קינדערלעך ווען זיי וועלן זען שווימען גאַנצע משפּחות גאַנדאָלטשיקלעך."

דער נימשל פֿון דער מעשׂה איז, אַז מיר קענען הײַנט אויספֿליִען די גאַנצע וועלט און אַפֿילו נאָך ווײַטער, און אַלץ בלײַבן אין כעלעם. איצט שטעלט זיך פֿאָר, ווען די ניו־יאָרקער שטאָטראַטניקעס וואָלטן געווען באַקאַנט מיט אונדזערע כעלעמער מעשׂיות, ווי זיי וואָלטן געשעפּט מאַטעריאַל פֿאַר זייערע פֿאָרשלאָגן. און וואָס איז מכּוח די בריק וואָס אַ קאָנגרעסמאַן האָט פֿאָרגעשלאָגן פֿאַר אַלאַסקאַ, אַ בריק וואָס זאָל פֿירן אין ערגעץ נישט, האַ? ער האָט מסתּמא געזען “פֿידלער אויפֿן דאַך," און געהערט ווי טבֿיה זינגט שלום־עליכמס אײַנפֿאַל, אַז ווען ער וואָלט געווען ראָטשילד וואָלט ער זיך אויפֿגעבויט טרעפּ וועלכע זאָלן פֿירן אין ערגעץ נישט.

און וואָס איז מכּוח בלאַגויעוויטשעס האַנדל מיט סענאַטאָר אָבאַמאַס בענקל? אין כעלעם וואָלט מען דאָך אים פֿאַרצוקערט. זיי האָבן געמאַכט בענקלעך אָבער קיינער האָט זיי נישט געוואָלט קויפֿן. האָבן זיי באַשלאָסן צו האַנדלען מיט פֿעדערן. אײַנגעהאַנדלט אַ פּאָר זעק פֿעדערן אין וואַרשע, איז מען געקומען צום אויספֿיר, צו וואָס שיקן זיי דורך דער פּאָסט, אַז מ'וועט זיי שיקן מיטן ווינט, וועלן זיי שנעלער אָנקומען און ס'וועט נישט קאָסטן קיין גראָשן. אוי, די כעלעמער, די כעלעמער, אמתדיקער חכמים. וואָס דען אונדזערע סענאַטאָרן צי קאָנגרעסלײַט האָבן קעפּ? מ'שפּאַרט זיך, מ'אַמפּערט זיך און די באַן רירט זיך נישט פֿון אָרט. פֿרעגט זיך די פֿראַגע, פֿאַרוואָס האָט כּמעט די גאַנצע וועלט אוניווערסאַלע מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג, אַ חוץ דאָס רײַכסטע לאַנד אין דער וועלט? דאָס איז ווײַל די גאַנצע וועלט איז נישט באַקאַנט מיט כעלעם. אין כעלעם איז אויך געווען אוניווערסאַלע מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג. ס'האָט געהייסן “די קראַנקנקאַסע." אַז מ'איז געוואָרן קראַנק, און די קראַנקנקאַסע איז געווען ליידיק, האָט מען קודם אײַנגעשפּאַנט גאָט אין דער טירחה, געזאָגט תּהילים און צוגעלייגט קאָמפּרעסן, און אַז ס’האָט געהאָלפֿן, האָט מען אַרײַנגעלייגט אַ פּאָר גראָשן אין דער קראַנקנקאַסע. זאָל הייסן אַז מיר האָבן אוניווערסאַלע פֿאַרזיכערונג.

און זאָל די גאַנצע וועלט וויסן אַז מיר ייִדן האָבן אין כּמעט יעדן שטעטל געהאַט די אייגענע הכנסות־כּלה, אַ הקדש פֿאַר די בעטלער, אַ חבֿרה ביקור־חולים, אַ הילף פֿאַר אַ יורד, הילפֿס־קאָמיטעטן. מען האָט אויפֿגענומען אַ דאָקטער מיטן תּנאַי ער זאָל היילן אָרעמע־לײַט אומזיסט. פּרענומעראַנטן וועלכע האָבן זיך פֿאַרשריבן אויף אַרויסצוגעבן רבנישע ספֿרים, ר' מאיר בעל־הנס־צדקה־פּושקעס, הילף פֿאַר די נישׂרפֿים, און שטעטלעך האָבן אַ סך מאָל געברענט. כּמעט יעדע קהילה האָט באַשטימט אַ ספּעציעלע סומע געלט פֿאַר ארץ־ישׂראל, באַזונדערס פֿאַר ירושלים “עד־ביאַת־המשיח." ייִדן האָבן געזאָרגט פֿאַר אַחינו־בני־ישׂראל און פֿאַר אונדזער הייליק לאַנד.

ייִדישע דערציִונג אָן די יוניאָנס. ייִדן האָבן זיך אַליין אַן עצה געגעבן מיט דערציִונג, מיט חדרים און ישיבֿות. מען האָט געלערנט מיידלעך נייען, שרײַבן און לייענען. אין יאָר 1890 האָט דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון “פֿאָרווערטס" אב. קאַהאַן געלערנט אין חדר פֿון ישעיה באַלטרעמאַנצער, אין ווילנע, און דער וואָס לייענט הײַנט דעם “פֿאָרווערטס" וועט זיכער באַוווּנדערן וויפֿל פֿון זײַן תּורה־קענטעניש האָט אב. קאַהאַן אַרײַנגעברענגט אין זײַן צײַטונג. וווּנדערט זיך נישט. מיר האָבן אויך געהאַט מאַטעמאַטיקער און נאַטור־וויסנשאַפֿטלער אין די שטעטלעך. אָט למשל, נעמט אַ ייִדן וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין 1837 אין בירזש, ליטע און געהייסן האָט ער יוסף־יהודה־לייב זאַסניץ. איז ער געווען אַ מאַטעמאַטיקער און אַ פֿאָרשער פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט. האָט זיך אַזוי געטראָפֿן אַז דער ריגער פּאָליטעכניקום האָט באַקומען זייער אַ קאָמפּליצירטע מאַטעמאַטישע פּראָבלעם פֿון אָקספֿאָרד. זייערע מאַטעמאַטיקער זײַנען געבליבן שטעקן און נישט געקענט אַנטשיידן דאָס רעטעניש. מען האָט פּראָקלאַמירט אַ פּריז פֿון 300 רובל פֿאַרן ענטפֿער. ווען זאַסניץ האָט זיך דערוווּסט דערפֿון, איז ער אַוועק צו פֿוס קיין ריגע און זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן דירעקטאָר. קיינער האָט זיך נישט געוואָלט אומקוקן אויף אים. דער דירעקטאָר האָט זיך אָבער צוגעהערט און געשטוינט. אויף צו מאָרגנס האָבן די גרעסטע מאַטעמאַטיקער פֿון ריגע און אַנדערע לענדער זיך צונויפֿגעקליבן אין גרויסן זאַל פֿון אוניווערסיטעט, הערן דעם ענטפֿער. ווען זאַסניץ איז אַרויף אויף דער טריבונע אין זײַן אָפּגעריסענעם הולך, און פֿאַרענטפֿערט די מאַטעמאַטישע פֿראַגע, האָט דער זאַל געשטורעמט מיט אַפּלאָדיסמענטן. נאָך דעם האָט זאַסניץ באַקומען וווינרעכט אין ריגע.

פֿון דעם אַלעם קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז אין כעלעם האָבן געלעבט ייִדן לומדים און חכמים, און דאָס גלײַכן אין די אַמאָליקע שטעטלעך. און אויב ניו־יאָרק איז כעלעם, איז אַמעריקע הײַנט צו טאָג אַן אָפּגעשטאַנענע מדינה לגבי די לעבנס־פֿאַרזיכערונגען פֿון אירע אײַנוווינער. כ'ווייס נישט ווער עס זיצט בײַ דער שיסל אין וואַשינגטאָן, צי אין ניו־יאָרק, נאָר יעדעס מאָל וואָס איך הייב אויף דעם טעלעפֿאָן און וויל עפּעס וויסן, ענטפֿערט מיר אַ קול וואָס איך קען אַפֿילו נישט דעשיפֿרירן זייער ענגליש. צי דאָס איז אין דער באַנק “ITNT," מײַן אויטאָ־פֿאַרזיכערונג, וואָס עס זאָל נישט זײַן, כעלעם איז געשטאַנען אויף אַ הויכער מדרגה אַנטקעגן דעם אוניווערסאַלן אַמעריקאַנעם הקדש.