איך האָב פֿון עמעצן געהערט אַזאַ שפּאַס וועגן די ליובאַוויטשער חסידים — אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר "אַ סעקטע, וואָס איז גאַנץ נאָענט צו דער ייִדישער אמונה". זיי זײַנען טאַקע אַנדערש פֿון די איבעריקע חרדים, בפֿרט ווײַל זיי באַשעפֿטיקן זיך מיט אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע. ווען עס קומט די צײַט פֿון אַ ייִדישן יום-טובֿ, לאָזן זיי ניט לעבן — מע שטעלט דיך אָפּ מיט כּלערליי פֿראַגעס: "דו ביסט אַ ייִד? צי האָסטו שוין הײַנט ... ?" מע זאָגט, אַז זיי ווילן דערמיט מיר דערמאָנען אַז איך בין אַ ייִד. אפֿשר. כ׳ווייס די איינציקע זאַך, אַז אין די יום-טובֿדיקע טעג האַלט איך אַ וועלט פֿון אַלע אַנדערע חסידים, מחמת זיי — טײַערע נשמות — גייען פֿאַרבײַ מיך און טשעפּען זיך ניט מיט קלאָץ-קשיות.
איין מאָל, ווען איך האָב ממש געמוזט מאַכן זיך אַ וועג דורך די אַגרעסיוו-שמייכלענדיקע יונגע חב״דניקעס, האָב איך שוין מער ניט געקענט אויסהאַלטן זייער חוצפּה פֿון טשעפּען זיך צו מענטשן, וואָס האָבן אין זייערע אויגן אויסגעזען ווי ייִדן. האָב איך זיך אויך אויפֿגעפֿירט ניט שיין, דהײַנו: בײַ איינעם פֿון די קאָרדאָנען האָב איך געפֿרעגט אַ יונגאַטש: "קענסטו רעדן ייִדיש?" "ניין" — האָט יענער געענטפֿערט. דעמאָלט האָב איך אים אַרײַנגעזאָגט: "אויב אַזוי, ביסטו ניט גענוג ייִדיש פֿאַר מיר".
בטבֿע בין איך זייער טאָלעראַנט. הגם איך בין אַ "פֿרײַער" ( אַ וועלטלעכער) ייִד, באַצי איך זיך מיט דרך-ארץ צו מענטשן מיט רעליגיעזע געפֿילן. מײַן קריטישע באַציִונג צו די יוגע ליובאַוויטשער גאַסן-פּראָפּאַגאַנדיסטן האָט גאָרנישט צו טאָן מיט זייער פֿרומקייט. פֿאַרקערט, איך האַלט, אַז זייער אַגרעסיווקייט איז אפֿשר גוט בײַם פֿאַרקויפֿן סחורה, אָבער זי פּאָרט זיך ניט בכלל מיט פֿרומקייט, בפֿרט ייִדישער. ייִדישקייט פֿאַרשפּרייט מען ניט ווי בחינמדיקע מוסטער-בלעכלעך מיט "קאָקאַ-קאָלאַ". כאַראַקטעריש, אַז אַלע, אַ חוץ די ליובאַוויטשער, פֿאַרשטייען עס.
דערצו איז עס אַ מין "באָלשעוויזם". אַזוי האָט מען פֿון מיר אַ מאָל געפֿאָדערט איך זאָל זיך באַטייליקן אין פֿאַרשיידענע קאָמוניסטישע ריטואַלן. און די דעמאַגאָגיע וואָס איך הער און לייען — איז אויך אַ באָלשעוויסטישע און חב״ד-רעאַליסטישע. איך מיין דערמיט, למשל, דעם פֿרישן אינטערוויו פֿון הרבֿ בערל לאַזאַר, וואָס פֿירט אָן מיט די ליובאַוויטשער אין רוסלאַנד. ס׳איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 4טן פֿעברואַר 2009 אין דער מאָסקווער טעגלעכער צײַטונג "איזוועסטיאַ".
ווען איך האָב עס איבערגעלייענט אין אינטערנעץ, האָט אויף מיר אַ ווייע געטאָן מיט "סאָוועטיש היימלאַנד". אַגבֿ, דער מאָסקווער ייִדישער זשורנאַל האָט געטראָגן דעם זעלבן אָרדען, פֿון "פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט", מיט וועלכן די רוסישע רעגירונג האָט אין יאָר 2004 באַלוינט דעם רבֿ בערל לאַזאַר. דער סאָציאַליסטישער רעאַליזם איז טאַקע ענלעך מיטן חב״ד-רעאַליזם. דער חשובֿער רבֿ (ער איז, בלי-ספֿק, אַ פֿעיִקער כּלל-טוער) איז אויך גרייט צו דערציילן אַ באָבע-מעשׂה, וואָס איז ניט געשטויגן און ניט געפֿלויגן, אָבער קלינגט זייער גוט פֿאַר פּראָפּאַגאַנדיסטישע צילן.
קודם-כּל — דעמאָגראַפֿיע. אויף דער פֿראַגע "וויפֿל ייִדן וווינען הײַנט אין רוסלאַנד", האָט דער רבֿ געענטפֿערט: "לויט אונדזערע חשבונות, וווינען הײַנט אין רוסלאַנד, בלי-ספֿק, אַריבער אַ מיליאָן ייִדן. אָבער אין דער אמתן, קען זייער צאָל זײַן אַ גרעסערע. פּשוט זיי ווייסן אַליין, אַז זייער באָבעס אָדער עלטער־באָבעס זײַנען געווען ייִדישע." צו דעם האָט ער צוגעגעבן, אַז בערך אַ האַלבער מיליאָן מענטשן קומען אין משך פֿון אַ יאָר כאָטש איין מאָל אין שיל אַרײַן.
וועגן דער דאָזיקער אויסגעחלומטער דעמאָגראַפֿיע האָט מען שוין ניט איין מאָל געשריבן. פּראָפֿעסיאָנעלע דעמאָגראַפֿן האָבן עס פּשוט אויסגעלאַכט. בעת דער פֿאָלקס־ציילונג, דורכגעפֿירט אין רוסלאַנד אין יאָר 2002, האָבן אַרום 230 טויזנט נפֿשות אָנגעוויזן, אַז זיי זײַנען ייִדן. אָבער ווײַל דאָס איז, אַ פּנים, ניט גענוג פֿאַר מעגאַלאָמאַנישע אַמביציעס, רופֿט מען אָן אַ ציפֿער, וואָס איז "אין גאַנצן" פֿינף מאָל גרעסער. ווי אַזוי האָט מען עס "אונטערגערעכנט"? די באָלשעוויקעס זײַנען תּמיד געווען מײַסטערס פֿון קאָרעגירן די רעאַלקייט.
הרבֿ בערל לאַזאַר איז געבוירן געוואָרן אין איטאַליע, אָבער זינט 1978, ווען ער איז געווען 14 יאָר אַלט, האָט ער זיך געלערנט אין די אַמעריקאַנער ישיבֿות. קיין מאָסקווע איז ער געקומען אין 1990, און אין 2000 איז ער געוואָרן אַ רוסישער בירגער (אָבער בלײַבט אויך אַ בירגער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן). לויט אַלע סימנים נאָך, פּריידיקט ער אידעאָלאָגיש אַ מין גײַסטיקן ציוניזם פֿון אַחד-העם. אָט ווי ער האָט דערקלערט זײַן צוגאַנג צום גלות:
"איך וואָלט געזאָגט, אַז בײַ די ייִדן אין גלות איז דאָ נאָר איין היימלאַנד — וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, וווּ ער וווינט און פֿילט זיך אַ טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט. אָבער אין זײַן האַרץ פֿילט ער, אַז ישׂראל — דאָס איז דאָס לאַנד, וואָס איז אים זייער נאָענט. איך טראַכט, אַז די נשמה פֿון יעדן ייִדן געפֿינט זיך אין ישׂראל — ניט אין דעם פּאָליטישן ישׂראל, ניט אין דעם עקאָנאָמישן ישׂראל, נאָר אין דעם גײַסטיקן ישׂראל. טאָמער רוסלאַנד און ישׂראל וועלן שפּילן פֿוטבאָל, בין איך זיכער, אַז 90 פּראָצענט ייִדן אין רוסלאַנד וועלן אונטערהאַלטן רוסלאַנד. ניט ווײַל זיי זײַנען קעגן ישׂראל, נאָר פּשוט, ווײַל רוסלאַנד איז זייער היימלאַנד."
אין מײַנע צײַטן איז עס געווען גאָר אַנדערש — מע האָט געציטערט און געווייטיקט דווקא פֿאַר ישׂראל. צי הייסט עס, אַז איך האָב זיך אַזוי אָפּגעריסן פֿון דער רוסישער רעאַלקייט, און די הײַנטיקע רוסישע ייִדן זײַנען געוואָרן מער פּאַטריאָטיש? צי אַזוי לוינט עס צו זאָגן דעם פּאָליטיש-ניכטערן רבֿ בערל לאַזאַר, ווײַל ער וויל יוצא זײַן פֿאַרן רוסישן רעזשים?
איך הער שוין ווי עמעצער זאָגט: "וואָס מאַכסטו זיך נאַריש? מע דאַרף דאָך פֿאַרשטיין, אַז ער וויל האָבן גוטע באַציִונגען מיט מעדוועדיעוו-פּוטינס קרעמל, און דאָס וועט זײַן אויך גוט פֿאַר די רוסלענדישע ייִדן." אָבער פּונקט אַזוי פֿלעגט מען זאָגן וועגן דעם דיכטער אַהרן ווערגעליס, וואָס איז געשטאַנען בראָש דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד".
די טעג האָב איך גערעדט מיט אַן אַלטן חבֿר מײַנעם, וואָס אַרבעט אין אַ גרויסער ענגליש-שפּראַכיקער צײַטונג. מיט אַ צײַט צוריק האָט ער זיך דערלויבט צו קריטיקירן די חב״דיזאַציע, וואָס האָט אָנגעוואַרעמט פֿאַר זיך אַן אָרט אין דער רוסישער מלוכישער אַנטי-דעמאָקראַטישער סיסטעם און האָט במילא מאַרגינאַליזירט אַלע אַנדערע, היגע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער חבֿר מײַנער האָט מיר געזאָגט, אַז קיין מאָל אין זײַן לאַנגן זשורנאַליסטישן לעבן האָט ער ניט באַקומען אַזויפֿיל מיאוסע אָפּרופֿן אויף זײַן אַרטיקל. וועלן מיר זען, וואָס מיר איז באַשערט צו קריגן.