- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם ערשטן סעפּטעמבער, מיט 70 יאָר צוריק, האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. לעצטנס, גייט אָן אַ שאַרפֿער וויכּוח, ווער איז מער שולדיק אין דעם, אַז די מלחמה האָט אויסגעבראָכן און דער ערשטער קרבן פֿון דער בלוטיקסטער שחיטה איז געפֿאַלן פּוילן. פּוילן באַשולדיקט דעם סטאַליניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט געשלאָסן מיט היטלער־דײַטשלאַנד דעם שעדלעכן "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו פּאַקט" און דערמיט צעבונדן היטלערן די הענט.
ייִדישע טוריסטן פֿון פֿראַנקרײַך אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק נאָכמיטאָג, בשעת די אַנדערע באַטייליקטע פֿון דער ייִדיש־וואָך האָבן געלייענט די פּאָעמעס פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אָדער געשוווּמען אין שווים־באַסיין, אָדער גערודערט מיט אַ שיפֿל, זענען אַכט ייִדיש־לערער פֿון איבערן לאַנד געזעסן אין אַ קרײַז און זיך געטיילט מיט די פּראָבלעמען פֿון לערנען אַ ייִדיש־קלאַס, ווען די סטודענטן געפֿינען זיך אויף פֿאַרשידענע מדרגות. איך קען זיך מער ניט דערלעבן צו וואַרטן אויף אַ "קײַלעכדיקער דאַטע". "וווּק" סטעפֿאַנאָוויטש קאַראַדזשיצעס 150סטע יאָרצײַט — פֿון איצט אָן וועלן מיר אים רופֿן, ווי ס׳טוען עס זײַנע אייגענע לאַנדסלײַט, פּשוט "וווּק" (וואָלף) — פֿאַלט אויס ערשט אין 2014. היות ווי ער איז געווען אַ גרויסער אוהבֿ־לשונות (ספּעציעל פֿון קלענערע און שוואַכערע) און היות ווי איך קען אפֿשר זײַן דער איינציקער אין דער גאַנצער ייִדיש־וועלט, וואָס איז באַקאַנט מיט זײַנע אויפֿטוען, אײַל איך זיך וועגן דעם איבערצוגעבן איידער עס ווערט פֿאַר מיר צו שפּעט דאָס צו טאָן. און אַ חוץ אַלעמען, איז אַ 145סטע יאָרצײַט אויך אַ דאַטע וואָס איז ניט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט! צי געפֿינט זיך אַ מין ייִדישע מוזיק וואָס איז לויטער; וואָס איר ייִחוס־בריוו ציט זיך נאָך פֿון דוד־המלכס צײַטן, וואָס קיין פֿרעמדע השפּעה הערט מען אַבסאָלוט נישט? מע ניצט אַזוינע טערמינען ווען מע רעדט וועגן פֿאָלק־ און עטנישער מוזיק ווי "עכט" און "אַלט", אָבער אין דער אמתן, איז עכטקייט אַ רעלאַטיווער באַגריף, און די עלטער פֿון פֿאָלקמוזיק איז כּמעט ווי אוממעגלעך אָפּצושאַצן. דעם גאַנצן קאָסמאָס, וואָס האָט זיך פֿאַר אונדז, ווייניקסטנס, קאָנצענטרירט אַרום דעם "פּלאַנעט אוישוויץ". די פֿאָרמעלע געשיכטע ווערט געבויט אויף פֿאָרמעלע דאַטעס ווי זײַלן פֿון אַ פֿונדאַמענט, אויף וועלכן עס ווערט געבויט אַ בנין. עס איז אָבער אַ באַוווּסטע זאַך, אַז היסטאָרישע געשעענישן זענען, געוויינטלעך, אַ רעזולטאַט פֿון אָנגייענדיקע פּאָליטישע פּראָצעסן, פֿון אַנטוויקלונגען, וואָס פֿאַרוואַנדלען דעם געגעבענעם מאָמענט אין אַ מאָמענטום, און דינען ווי אַ סיבה פֿאַר אַ נײַער היסטאָרישער אַנטוויקלונג, ווי אַ נײַער רינג אין דער קייט וואָס רופֿט זיך געשיכטע. ווי מיר האָבן שוין נישט איין מאָל באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, זענען די נעמען פֿון די סדרות פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט און מיט די לימודים, וואָס מיר לערנען פֿון זיי אָפּ, און אויך מיט דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט אין דער שיל. די חז״ל און קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן, אַז "אין מוקדם ומאוחר בתּורה" — די תּורה פֿאָלגט נישט דעם כראָנאָלאָגישן סדר. עס איז זייער קלאָר, אַז ישׂראלס הויפּט־דאגה איז איראַן: ביז נישט לאַנג צוריק איז עס פֿאַרבונדן מיט די אַנטוויקלונגען אויף דעם איראַנישן נוקלעאַרן געביט. לעצטנס, זענען צוגעקומען די אַנטוויקלונגען פֿון איראַנס קאָסמאָס־פּראָגראַם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר פּרוּוו צו שיקן אַ סאַטעליט אינעם קאָסמאָס; אַ געביט, אין וועלכן עס זענען ביז איצט געווען נאָר 8 לענדער, ישׂראל צווישן זיי. נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער וועלט, און אַ פֿאַרקלענערטער צאָל אָנטיילנעמער, האָט מען אויף 7 טעג, פֿונעם 24סטן ביזן 30סטן אויגוסט, פֿאַרבראַכט אין אַ געהויבענער שטימונג, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, צווישן די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. די טרײַבנדיקע כּוחות פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס פּראַוועט זײַן 14טן יאָר, זענען, פֿון זײַן אָנהייב אָן, געווען און געבליבן ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן פֿון טאָראָנטאָ. ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער פּראָגראַם. אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם דאָזיקן ענציקלאָפּעדישן לעקסיקאָן פֿון דער גרעסטער און וויכטיקסטער שטרעמונג אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון דער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק", דערציילט דער מחבר אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. ווען אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער, תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר, רימסקי־קאָרסאַקאָוו, זײַנען געקומען אין 1908 צו דעם פּעטערבורגער פּאָליציי־מײַסטער, גענעראַל דראַטשעווסקי, מיט צען יאָר צוריק האָט מען אין שוועדן באַשלאָסן צו געבן ייִדיש דעם סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט-שפּראַך, געשטיצט דורך דער מלוכה. מע האָט מיר עטלעכע מאָל דערציילט, ווי אַזוי דאָס אַלץ האָט זיך באַקומען. דאָך, פֿיל איך זיך ניט זיכער, פּינקטלעכער, ניט גענוג קוואַליפֿיצירט צו שרײַבן וועגן דעם. מע דאַרף אָבער ניט זײַן איבערגעשפּיצט, כּדי אין דעם באַשלוס ניט אײַנזען אַ צוגאָב פֿון פּאָליטיק, פֿון "שולד-געפֿיל", אין שײַכות מיט דער ראָלע, וואָס שוועדן — אָפֿיציעל, אַ נייטראַל לאַנד — האָט געשפּילט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין דער אמתן, ווילנדיק אויסמײַדן אַ מלחמה מיט דײַטשלאַנד, האָט די שוועדישע רעגירונג ניט איין מאָל קאָמפּראָמיטירט דעם סטאַטוס פֿון אַ נייטראַל לאַנד. דער דעקאָראַציע־מײַסטער מיטן רעזשיסאָר פֿון דער פּיעסע "לידער פֿון גן־עדן," קומען צו גיין מיט אַ געניאַלן אײַנפֿאַל. אַזוי ווי ס׳זײַנען פֿאַראַן צוויי ליידיקע ווענט פֿון ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג, פֿאַרוואָס נישט רעפּראָדוצירן אויף לײַוונט אַ קאָפּיע פֿון מיקעלאַנדזשעלאָס קונסטבילד "בראשית," וווּ צוויי פֿינגער טרעפֿן זיך ערגעץ אין הימלישן גן־עדן. איין פֿינגער פֿון דער גאָטהייט און דער צווייטער פֿון מענטש. ביידע האַלטן בײַם פֿאַראייניקן זיך. זיי וועלן די מאָלערײַ צעטיילן אויף צווייען און אויפֿהענגען עס אויף ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג. |