|
Jascha Nemtsov.
Enzyklopädisches Findbuch zum Archiv der "Neuen Jüdischen Schule".
Wiesbaden: Harrassowitz, 2008. |
|
אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם דאָזיקן ענציקלאָפּעדישן לעקסיקאָן פֿון דער גרעסטער און וויכטיקסטער שטרעמונג אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק־געשיכטע, וואָס איז אויסגעוואַקסן פֿון דער פּעטערבורגער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק", דערציילט דער מחבר אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. ווען אַ גרופּע יונגע ייִדישע מוזיקער, תּלמידים פֿונעם באַרימטן רוסישן קאָמפּאָזיטאָר, רימסקי־קאָרסאַקאָוו, זײַנען געקומען אין 1908 צו דעם פּעטערבורגער פּאָליציי־מײַסטער, גענעראַל דראַטשעווסקי,
נאָך אַ דערלויבעניש צו עפֿענען אַ "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער מוזיק", האָט ער זיי געענטפֿערט׃ "ניין, דאָס קאָן איך ניט דערלויבן. דאָס איז אַ פֿאַלשער באַגריף, עס איז ניטאָ קיין ייִדישע מוזיק, לכל־הפּחות, איז עס אַ פּראָבלעמאַטישער ענין. פֿאַרוואָס ווילט איר ניט אָנרופֿן אײַער חבֿרה 'געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק’? דאָס איז אַ ממשותדיקע זאַך. איך אַליין האָב ליב ייִדישע פֿאָלקסלידער, חזנות, חתונה־מוזיק."
אַזוי האָט די געזעלשאַפֿט באַקומען איר נאָמען, הגם, לכתּחילה, האָבן אירע גרינדער און מיטגלידער נאָך ניט געהאַט קיין קלאָרע השׂגה, וואָס איז אַזוינס די ייִדישע "פֿאָלקסמוזיק". אַרום דעם איז געגאַנגען אַ סיכסוך צווישן צוויי פֿאַרשידענע גרופּעס אין דער געזעלשאַפֿט. איין טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט, בראָש מיט דעם באַקאַנטן קאָמפּאָזיטאָר יואל ענגעל, האָט געהאַלטן, אַז מען דאַרף זאַמלען ייִדישע פֿאָלקסלידער, און דערנאָך אַראַנזשירן זיי לויט די פֿאָרמעלע כּללים פֿון דער מוזיקאַלישער טעאָריע. נעמצאָוו רופֿט דעם דאָזיקן צוגאַנג איראָניש אָן — "מוזיקאַלישע קאָנסערוון". די דאָזיקע באַקאַנטע מעלאָדיעס, וואָס איז געווען זיי גרינג צו שפּילן פֿאַר אַ ליבהאָבער, זײַנען געוואָרן זייער פּאָפּולער צווישן דעם ייִדישן עולם אין די גרויסע שטעט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, און די קאָנצערטן פֿון דער געזעלשאַפֿט האָבן געזאַמלט אַ היפּשן עולם.
אָבער די מער אַמביציעזע יונגע קאָמפּאָזיטאָרן זײַנען געווען ניט צופֿרידן מיט אַזאַ באַגריף פֿון ייִדישער פֿאָלקסמוזיק. זיי האָבן געוואָלט שאַפֿן זייערע אייגענע, אָריגינעלע און מאָדערנע ווערק, אינספּירירט דורך דער ייִדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע. צווישן זיי זײַנען געווען משה מילנער און יוסף אַחרון, וועלכע האָבן צונויפֿגעשמאָלצן פֿאָלקלאָר־מאָטיוון מיט חזנישע מעלאָדיעס אין זייערע אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס. זיי האָבן געשריבן פֿאַר אַ קלענערן קרײַז פֿון ליבהאָבער פֿון דער מאָדערנער מוזיק, וואָס ווײַט ניט אַלע פֿון זיי זײַנען געווען ייִדן.
אין 1923 האָט מען געעפֿנט אַן אָפּטייל פֿון דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק" אין מאָסקווע, וואָס האָט זיך גלײַך פֿאַרוואַנדלט אין אַן אומאָפּהענגיקער אינסטיטוציע. די געשיכטע פֿון דער מאָסקווער "געזעלשאַפֿט" איז אַן אינטערעסאַנט און ביז איצט ווייניק־באַקאַנט קאַפּיטל אין דער רוסיש־ייִדישער קולטור־געשיכטע. אין די מיט־1920ער יאָרן איז די דאָזיקע "געזעלשאַפֿט" געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿונעם מוזיקאַלן לעבן אין מאָסקווע. אויף אירע קאָנצערטן האָבן געשפּילט די סאַמע באַרימטע מוזיקער, אַזעלכע ווי די פּיאַניסטקע מאַריאַ יודינאַ און דער "בעטהאָווען־קוואַרטעט". די הויפּט־פֿיגור אין דער "געזעלשאַפֿט" איז געווען דער קאָמפּאָזיטאָר מיכאל גניעסין, וועלכער האָט זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע אין 1923 פֿון ארץ־ישׂראל, וווּ ער האָט געשאַפֿן זײַן אָפּערע "די יוגנט פֿון אַבֿרהם". די שעפֿערישע ירידה פֿון דער "געזעלשאַפֿט" האָט זיך אָנגעהויבן סוף 1920ער יאָרן, ווען די גאַנצע סאָוועטישע קולטור האָט זיך געמוזט צופּאַסן צו דער נײַער "פּראָלעטאַרישער" אידעאָלאָגיע.
די רוסישע "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק" האָט געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר ענלעכע אינסטיטוציעס אין אַנדערע לענדער. דער קאָמפּאָזיטאָר און וויאָלאָנטשעלאָ-שפּילער חיים (יאָאַכים) סטוטשעווסקי האָט אין 1928 אָרגאַניזירט דעם "פֿאַראיין צו שטיצן ייִדישע מוזיק" אין ווין, וואָס האָט עקזיסטירט ביז 1938. אין אונטערשיד צו מאָסקווע, האָט דער ווינער עולם געהאַלטן די ייִדישע מוזיק פֿאַר אַן אינעווייניק־ייִדישן ענין, און די קאָנצערטן פֿון דעם "פֿאַראיין" האָבן ניט צוגעצויגן קיין סך ניט־ייִדישע צוהערער.
דער גרעסטער טייל פֿונעם בוך באַשטייט פֿון אַ פֿאַרנאָטירטן קאַטאַלאָג פֿון די פּובליקאַציעס פֿון פֿאַרשידענע מוזיק-פֿאַרלאַגן, וואָס האָבן אַזוי אָדער אַנדערש געהערט צו דער "נײַער ייִדישער שול". די דאָזיקע פּובליקאַציעס זײַנען אָפֿט מאָל געווען אילוסטרירט דורך באַרימטע ייִדישע קינסטלער, אַזעלכע ווי אליעזר ליסיצקי, יוסף טשײַקאָוו, ישׂשׂכר־בער ריבאַק, לעאָניד פּאַסטערנאַק, וואָס שפּיגלען אָפּ נײַע עסטעטישע אידעען. די ביבליאָגראַפֿיע ווערט באַגלייט מיט פּרטימדיקע ביאָגראַפֿישע אַרטיקלען וועגן די פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן אַזוי אָדער אַנדערש געהאַט אַ שײַכות צו דער "נײַער ייִדישער שול" אין רוסלאַנד. דאָס רובֿ מאַטעריאַלן שטאַמען פֿון פֿאַרשידענע אַרכיוון אין רוסלאַנד, ישׂראל, אַמעריקע און אייראָפּע.
דער דאָזיקער לעקסיקאָן איז דער באַנד נומער אַכט אין דער אַלגעמיינער סעריע "ייִדישע מוזיק׃ שטודיען און מקורים פֿאַר ייִדישער מוזיק־קולטור", וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך דעם "האַראַסאָוויץ־פֿאַרלאַג" אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָר קאַרל גרעצינגער. די פֿריִערדיקע פּובליקאַציעס האָבן באַהאַנדלט אַזעלכע טעמעס ווי ציוניזם אין מוזיק, קלעזמער און קלאַסיק, ייִדישע קונסט־מוזיק. די גאַנצע סעריע איז זייער אַ ווערטפֿולער מקור ניט נאָר פֿאַר מוזיקאָלאָגן, נאָר אויך פֿאַר די אַלע, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. די פֿאָרשונגען אין דער סעריע באַטראַכטן מוזיק אין אַ ברייטערן היסטאָרישן קאָנטעקסט (אמת, דער היסטאָרישער צד איז ניט תּמיד אויף אַזאַ הויכן ניוואָ ווי דער מוזיקאָלאָגישער, ווײַל מען באַזירט זיך צומאָל אויף פֿאַרעלטערטע קאָנצעפּציעס).
דער פּעטערבורגער פּאָליציי־מײַסטער האָט געטראָפֿן אין פּינטעלע, ווען ער האָט געזאָגט, אַז דער באַגריף פֿון ייִדישער מוזיק איז אַ פּראָבלעמאַטישער. אָבער פֿון דער דאָזיקער פּראָבלעמאַטישקייט איז אַרויסגעוואַקסן אַ רײַכע און פֿילזײַטיקע מאָדערנע מוזיקאַלישע קולטור, וואָס איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן פֿון רוסלאַנד אין אַלע עקן פֿון דער ייִדישער וועלט.