|
סטיווען ווײַנטרויב |
Robert Blacksberg |
נישט געקוקט אויפֿן שווערן עקאָנאָמישן קריזיס אין דער וועלט, און אַ פֿאַרקלענערטער צאָל אָנטיילנעמער, האָט מען אויף 7 טעג, פֿונעם 24סטן ביזן 30סטן אויגוסט, פֿאַרבראַכט אין אַ געהויבענער שטימונג, מיט ייִדישער מוזיק און טענץ, צווישן די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. די טרײַבנדיקע כּוחות פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס פּראַוועט זײַן 14טן יאָר, זענען, פֿון זײַן אָנהייב אָן, געווען און געבליבן ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן פֿון טאָראָנטאָ. ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט אָנגעפֿירט מיט דער קינסטלערישער פּראָגראַם.
דאָס יאָר האָט מען ספּעציעל געוואָלט אַרויסהייבן די טאַלאַנטן פֿונעם "נײַעם דור"; יונגע אַרטיסטן, וועלכע זענען כּמעט ווי אויפֿגעוואַקסן אין "קלעזקאַנאַדע" און זענען שוין אַליין געוואָרן לערערס פֿון מוזיק און טענץ, צווישן זיי: אַוויאַ מור, דניאל קאַהן, מײַקל ווינאָגראַד, עריק סטײַן, שׂרה גאָרדאָן, דן בלאַקסבערג, דזשאָיִ ווײַסנבערג, דזשייק שולמאַן־מענט.
די מענטשן וואָס האָבן נישט געשפּילט אויף קיין אינסטרומענט, נישט געזונגען און נישט געטאַנצט, האָבן געקענט הערן אַ לעקציע פֿון פּראָפֿ׳ יודזשין אָרענשטיין, אַסיאַ ווײַסמאַן, פּראָפֿ׳ מיכל שטײַנלאַוף, און אַני־הקטן. דער קאָמישער אויסטײַטשער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, מיכל וועקס, האָט פֿאַרווײַלט דעם עולם מיט זײַנע וואַרשטאַטן. צום ערשטן מאָל האָט בנימין שעכטער אָנגעפֿירט מיטן כאָר. מיר האָבן גערעדט מיט דרײַ באַטייליקטע אין "קלעזקאַנאַדע" וועגן זייער וועג צו דער קלעזמער־מוזיק און ייִדישער קולטור.
איציק גאָלדענבערג איז אויפֿגעוואַקסן אין טאָראָנטאָ. אָבער אין 1959 האָט ער זיך באַזעצט אין אַ קליין קאַנאַדער שטעטל לעבן באָפֿאַלאָ, כּדי צו ווערן אַ מיטלשול־לערער. ייִדיש האָט ער געקענט פֿון חדר, וווּ מע האָט געטײַטשט אין ייִדיש, און זיך געלערנט צו שרײַבן ייִדישע בריוו. כאָטש ער האָט אין זײַן שטעטל נישט געהאַט קיין געלעגנהייט צו רעדן ייִדיש, איז דאָס לשון אים געלעגן אין זכּרון ביזן אַרויסגיין אויף דער פּענסיע.
אין אַ שיינעם טאָג האָט דער רבֿ אין זײַן שיל געהערט ווי זײַן פֿרוי, פּנינה, זינגט, און זי געבעטן צו זינגען עטלעכע ייִדישע לידער אויף אַן אונטערנעמונג, כאָטש די שפּראַך האָט זי נישט געקענט. איר מאַן האָט איר געהאָלפֿן מיטן ייִדיש און דאָס האָט אויפֿגעוועקט זײַן באַנײַטן אינטערעס צו ייִדיש. אין 1993 האָט זי געזונגען מיט דער אָרטיקער קאַפּעליע, און די קלעזמאָרים אין דער גרופּע האָבן איר דערציילט וועגן "קלעזקעמפּ". זענען זיי געפֿאָרן אַהין עטלעכע יאָר, און דערנאָך אין "קלעזקאַנאַדע" פֿונעם צווייטן יאָר ביז הײַנט.
|
איציק גאָלדענבערג |
|
"'קלעזקעמפּ’ האָט פֿאַר מיר געעפֿנט אַ נײַע וועלט", דערציילט ער, "אַ וואָך אין אַ האָטעל מיט 600 ליבהאָבערס פֿון דער ייִדישער קולטור!" פּסח פֿישמאַן איז געווען זײַן שפּראַך־לערער, און אים אינספּירירט. דערנאָך זענען זיי געפֿאָרן קיין "סוירקל־לאַדזש" אין ניו־יאָרק, און פּנינה האָט אָנגעהויבן אויפֿצוטרעטן מיט זלמן מלאָטעק בײַ דער פּיאַנע. ד״ר חוה לאַפּין פֿון "אַרבעטער־רינג" האָט זי אויך פֿאַרבעטן צו געבן קאָנצערטן אין פֿלאָרידע.
"אין דער צײַט האָב איך אָנגעהויבן צו לייענען דעם 'פֿאָרווערטס’, און פֿאַרשריבן יעדעס וואָרט וואָס איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען. אַזוי אַרום האָב איך געמאַכט מײַן אייגן ווערטערבוך און די ווערטער אַרויפֿגעגעבן אויפֿן קאָמפּיוטער. איצט קומט מיר אָן דאָס לייענען אַ ייִדישע צײַטונג, אָדער אַ בוך, זייער גרינג", דערציילט ער ווײַטער.
אין זײַן שטעטל, פֿאָרט אירי, איז נישטאָ קיין ייִדיש לעבן, אָבער אינעם דערבײַיִקן שטעטל סיינט־קאַטערינס, האָט ער אָנגעהויבן אַ פּאָפּולערן ייִדיש־ווינקל מיט 5 יאָר צוריק און 25 מענטשן קומען יעדעס מאָל. אין באָפֿאַלאָ פֿירט ער אָן מיט נאָך אַזאַ "ווינקל" אינעם ייִדישן קולטור־צענטער. דערצו טרעפֿט ער זיך אין באָפֿאַלאָ מיט אַ קליינעם, אָבער ערנסטן, לייענקרײַז, וואָס לייענט די ווערק פֿון רייזען, אַש, אָפּאַטאָשו און רייזען.
אין "קלעזקאַנאַדע" איז גאָלדענבערג געקומען אויף די נאַטור־שפּאַצירן, מיט וועלכע איך האָב אָנגעפֿירט, און מיר, די צוויי איציקס, זענען געוואָרן אַ גוטע מאַנשאַפֿט — ער האָט געקענט די נעמען פֿון די געוויקסן אויף ענגליש, און איך אויף ייִדיש. ער זאָגט, אַז זײַן גאַנץ לעבן איז ער פֿאַרכאַפּט פֿון דער נאַטור — שטיינער, פֿלאַטערלעך, בלומען, שוועמלעך, פֿייגל. אין די געדיכטע סאָסנע־וועלדער אַרום "קלעזקאַנאַדע" האָט ער געפֿונען גענוג אויף וואָס צו קוקן.
די זינגערין און פֿלייטיסטין מינדי (מאַדעלין) סאָלאָמאָן, די פֿרוי פֿונעם צימבלער פּינחס רושעפֿסקי, איז אַרומגעגאַנגען בײַם "קלעזקאַנאַדע" מיט זייער 7־חדשימדיק עופֿעלע, אָשר, אויף די הענט. זי שטאַמט פֿון מאַנטשעסטער, ענגלאַנד, און איז אויפֿגעוואַקסן מיט אַ שוועסטער און ברודער, וואָס האָבן אויך אַנטוויקלט מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן. איר זיידע און זײַנע שוועסטער זענען געווען טענצער און געטאַנצט אין טעאַטער. דער טאַטע האָט צו זיי געזונגען ניגונים.
|
מאַדעלין סײַמאָן מיט פּינחס רושעפֿסקי און זייער זונדל, אָשר |
|
ווען סאָלאָמאָן האָט געוווינט אין פּראָג, האָט זי צום ערשטן מאָל געהערט די קלעזמער־קלאַנגען; דערצו איז איר האַלב־שוועסטער, די פֿידלערין סאָפֿי סאָלאָמאָן, געוואָרן אַ באַקאַנטע פֿיגור אין דער קלעזמער־וועלט אין ענגלאַנד. אין 2001 האָט זי זיך באַטייליקט אין "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" און זיך באַקענט מיט דער ענגלישער קלעזמער־סבֿיבֿה. נאָך דעם ווי איר שוועסטער האָט זי געבעטן צו זינגען מיט איר אויף דער שוועסטערס חתונה, האָט מען געשאַפֿן די גרופּע — "די סאָלאָמאָן שוועסטער", וועלכע זינגט אינעם סטיל פֿון די באַרי־שוועסטער. פֿאַר וואָס די באַרי שוועסטער? "איך בין אַ געבוירענע זינגערין פֿון האַרמאָניע, ס׳איז בײַ מיר אַזוי ווײַט אַנטוויקלט, אַז ס׳איז מיר שוין שווער צו זינגען די פּשוטע מעלאָדיע — גלײַך הייב איך אָן האַרמאָניזירן", זאָגט זי.
די "סאָלאָמאָן שוועסטער" האָבן שוין געזונגען אין שטאָקהאָלם, אַמסטערדאַם, לאָנדאָן, ניו־יאָרק, מאַנטשעסטער. זיי האָבן אַפֿילו באַקומען אַן אויסגעצייכנטע רעצענזיע אין דער געשעפֿט־צײַטונג, "פֿײַנאַנשעל טײַמס". זייער פֿאָרשטעלונג נעמט אַרײַן אויך מוזיק (פֿלייט און קלאַרנעט), קאָמעדיע־סקיצן און וואָדעוויל. אָבער אַזוי ווי איר שוועסטער האָט געהאַט אַ קינד, און דערנאָך האָט ערשט מאַדעלין געהאַט אַ קינד, באַטראַכטן זיי איצט וואָס ווײַטער צו טאָן. דערווײַל רעדן זיי מיט אַן אימפּרעסאַריאָ פֿון דײַטשלאַנד, אָנצוגיין מיט דער פֿאָרשטעלונג אין בערלין, און אָנטיילצונעמען אין דער גרויסער קאָנפֿערענץ פֿון "לימוד" אין לאָנדאָן. מע רעדט אויך מיטן ענגלישן "בי. בי. סי" וועגן אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם. מאַדעלין האָט זיך געלערנט ייִדיש אין "קלעזקאַנאַדע" און פֿאַרזיכערט אונדז, אַז זי וועט ממשיך זײַן דאָס לערנען, ווײַל ס׳איז דאָך אַזוי וויכטיק צו פֿאַרשטיין וואָס מע זינגט!
דער טענצער און כאָרעאָגראַף סטיוו ווײַנטרויב איז שוין גוט באַקאַנט איבער דער וועלט ווי אַן אָנפֿירנדיקער לערער פֿון ייִדישע טענץ. ער וווינט הײַנט אין שיקאַגאָ, אָבער שטאַמט פֿון די בראָנקס. אין שיקאַגאָ העלפֿט ער אַרויס מיט דער "מאַקסוועל־גאַס־קאַפּעליע" ווי אַ טאַנץ־לערער. איין מאָל אַ חודש, מיטן קלאַרנעטיסט קורט ביאָרלינג האָט ער אָנגעהויבן אַ חודשלעך "האָפּקעלע", וואָס זיי האָפֿן צו פֿאַרגרעסערן.
ער האָט זיך געלערנט מאָדערנע טענץ־טעכניק מיט די טרופּעס פֿון "אַלווין־איילי" און "עריק האָקינס", און אָנגעהויבן זײַן כאָרעאָגראַפֿיע־ קאַריערע מיט דער ניו־יאָרקער/ישׂראלדיקער טרופּע "פּורפּורים". ער האָט זיך באַזעצט אין אַטלאַנטאַ און געלערנט טענץ מיטן עולם בײַ די פֿאָרשטעלונגען פֿון דער אָרטיקער קאַפּעליע. הענעך סאַפּאָזשניק, דירעקטאָר פֿון "קלעזקעמפּ" האָט אים באַמערקט אויף אַ חתונה, און אים פֿאַרבעטן צו לערנען טענץ בײַ זײַן באַליבטער אונטערנעמונג.
ווײַנטרויב איז אויך אַ געניטער פֿאָרשער פֿון טענץ. ער פֿאָרט אַרום און זעט אַלטע פֿילמען און ווידעאָס פֿון אַמאָליקע טענץ, און רעדט מיטן עלטערן עולם וועגן די טענץ פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל. אַ מעלה, זאָגט ער, פֿון לערנען טענץ אויף קאָנצערטן און חתונות, איז וואָס יעדער וויל אים עפּעס נײַעס ווײַזן. אַזוי אַרום האָט ער געזען ווי צוויי פֿרויען פֿונעם עלטערן דור טאַנצן אויס אַ "ברוגז־טאַנץ" און אַזוי לערנט ער הײַנט דעם טאַנץ.
אין "קלעזקאַנאַדע" האָט סטיווען ווײַנטרויב און זײַן קלאַס פֿאָרגעשטעלט אַ סטיליזירטן נוסח פֿון ייִדישע טענץ; אַ געדאַנק, וואָס ער וויל אַנטוויקלען, מע זאָל קענען אַרומפֿאָרן איבער דער וועלט מיט אַזאַ ספּעקטאַקל אויסשליסלעך פֿון מוזיק און טענץ.
מיט אַזוינע שאַפֿערישע קינסטלער און איבערגעגעבענע ייִדישיסטן טרעפֿט מען זיך אין "קלעזקאַנאַדע"! אַ שאָד, וואָס נאָר איין מאָל אַ יאָר.