|
דזשאַש דאָלגין (לינקס) מיט זײַן קלאַס |
|
צי געפֿינט זיך אַ מין ייִדישע מוזיק וואָס איז לויטער; וואָס איר ייִחוס־בריוו ציט זיך נאָך פֿון דוד־המלכס צײַטן, וואָס קיין פֿרעמדע השפּעה הערט מען אַבסאָלוט נישט? מע ניצט אַזוינע טערמינען ווען מע רעדט וועגן פֿאָלק־ און עטנישער מוזיק ווי "עכט" און "אַלט", אָבער אין דער אמתן, איז עכטקייט אַ רעלאַטיווער באַגריף, און די עלטער פֿון פֿאָלקמוזיק איז כּמעט ווי אוממעגלעך אָפּצושאַצן.
אין "קלעזקאַנדע", יענע וואָך, האָט אָנגעפֿירט דזשאַש דאָלגין, דער יונגער וועלט־באַרימטער אַקאָרדיאָניסט און "היפּ־האָפּ"־מוזיקער, מיט אַ וואַרשטאַט, וואָס ער האָט אָנגערופֿן "Fusion, Shmusion" (אַ חוזק־וואָרט פֿון "צונויפֿשמעלץ"); און געמיינט, האָט ער, צו זאָגן, אַז דער עצם באַגריף פֿון אַ זשאַנער מוזיק, וואָס "שמעלצט צונויף" פֿאַרשיידענע אַנדערע מינים מוזיק, איז נישט־געשטויגן, נישט־געפֿלויגן.
וואָס שייך ייִדישער מוזיק האָט דאָלגין קלאָר געמאַכט זײַנע געדאַנקען בײַם ערשטן קלאַס: "מיר וווינען מער נישט אין קיין שטעטל; דורך דער אינטערנעץ האָט מען צוטריט צו דער פֿאָלקמוזיק פֿון הונדערטער פֿעלקער איבער דער וועלט", האָט ער געזאָגט צו די סטודענטן — "און אַפֿילו ווען מע קוקט אויף דער 'עכטער’ ייִדישער מוזיק פֿון חזנות, קען מען טענהען, אַז עס שטאַמט פֿון אַראַבישע מקורים. די 'עכטע’ קלעזמער־מוזיק פֿונעם שטעטל איז אַוודאי און אַוודאי אַ צונויפֿשמעלץ־מוזיק פֿון מיזרח־אייראָפּע, באַלקאַנישע לענדער און דעם מיטעלן־מיזרח".
דער קלאַס איז באַשטאַנען פֿון אַ ברייטער גאַמע סטודענטן — עלטערע מוזיקער אין זייערע 60ער יאָרן, ווי אויך ייִנגערע, נאָך נישט אין קאַלעדזש. איין אָנטיילנעמער איז געווען דער קאַפּעלמײַסטער פֿון אַ גרופּע וואָס שפּילט אַ צונויפֿשמעלץ פֿון קלעזמער־מוזיק און אַמעריקאַנער "פֿאָנק"־מוזיק; דערצו, שרײַבט ער זײַן דיסערטאַציע אויף דער טעמע — קלעזמער און צונויפֿשמעלץ־מוזיק! (ער איז אַרויסגעפֿאַלן נאָך אַ קלאַס, צוויי, און ס׳איז געווען קלאָר פֿאַר יעדן, אַז ער האַלט נישט פֿונעם לערערס צוגאַנג צו דער מוזיק). איין סטודענט פֿונעם שטאַט מיין איז אַ באַקאַנטער יונגער טענצער און פֿידלער פֿון סקאָטישער און קייפּ־ברייטאָנישער מוזיק. אַ צווייטער האָט אימיגרירט פֿון אוקראַיִנע און איז הײַנט אַ וויסנשאַפֿטלער אין בערקלי, און זינגט סײַ "פּאָנק"־לידער, סײַ רוסישע פֿאָלקסלידער.
דזשאַש דאָלגין האָט יעדן געבעטן צו דערציילן וועגן זייערע מוזיקאַלישע אינטערעסן און קענטענישן, און געוואָלט, אַז מע זאָל צוזאַמען, ניצנדיק דאָס וויסן פֿונעם גאַנצן קלאַס, שאַפֿן עפּעס נײַ פֿאַר דער סטודענטן־פֿאָרשטעלונג דעם לעצטן אָוונט פֿון "קלעזקאַנאַדע". אָבער, האָט ער געוואָרנט — מע טאָר נישט שאַפֿן אַ ווערק וואָס איז "איבערגעשמאָלצן". "מיר דאַרפֿן אַלע האָבן איין ציל".
האָט מען זיך גענומען צו דער אַרבעט אין די ווײַטערדיקע קלאַסן. די פֿרוי פֿון איינעם פֿון די מוזיק־לערערס איז געקומען אין איין קלאַס און געמאָלדן, אַז זי קען זיך באַטייליקן מיט אירע בויכטענץ. דער קלאַס האָט זיך צוגעכאַפּט צו דעם געדאַנק — וואָס קען זײַן שלעכט מיט אַ בויכטענצערין אויף דער בינע? האָט דזשאַזש גענומען אַ פּאַסיקן אַראַבישן ריטעם אין זײַן עלעקטראָנישן "קלאַנג־קעסטל" און דאָס אַראַנזשירט (זי איז אָבער שפּעטער נישט געקומען!) דערנאָך האָט די פֿרוי פֿון אַ מאָלדאַווישן אַקאָרדיאָניסט, וועלכער איז געווען צופֿעליק צוגאַסט אין קלאַס, געזאָגט, אַז זי קען אַ שקאָטיש ליד, און אַ יונגע פֿידלערין אין קלאַס האָט עס געקענט און געשפּילט. איז די מעלאָדיע געוואָרן אַ טייל פֿון דער אַראַנזשירונג. דערנאָך האָט דער זינגער פֿון קיִעוו פֿאַר אונדז געזונגען דאָס באַקאַנטע רוסישע ליד פֿון די וואָלגער שיף־לײַט, און דאָלגין האָט אים געבעטן בײַם זינגען איבערחזרן נאָר איין וואָרט אָדער איין פֿראַזע, און דאָס איז אויך אינקאָרפּאָרירט געוואָרן. דערנאָך האָט מען געבעטן איינעם אין דער גרופּע, באַקאַנט ווי אַ שקאָטישער פֿאָלקטענצער, ער זאָל צוטאַנצן צו די רוסישע ווערטער און אַן אַראַבישער מעלאָדיע, און אַזוי ווײַטער....
בײַ אַ מיטאָג האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט דזשאַזש דאָלגין און אים געפֿרעגט, וואָס ער טראַכט וועגן דעם קלאַס — "מע קומט נישט אַהער זיך צו לערנען ווי צו שפּילן אויף די אינסטרומענטן, דעם סאַקסאָפֿאָן, למשל, אָדער אַפֿילו ווי צו שפּילן קלעזמער־סאַקסאָפֿאָן. מע קומט אַהער זיך צו לערנען ווי אַזוי צו לערנען. ווען איך לערן אַקאָרדיאָן, זאָג איך דעם סטודענט, אַז ער וועט זיך נישט לערנען ווי צו שפּילן אַלע סטילן פֿון ייִדישן אַקאָרדיאָן, אָבער ער וועט זיך לערנען צו באַנעמען דעם צוגאַנג, די פּראָבלעם פֿון זיך לערנען אַזאַ זאַך.
"איך וויל געבן די תּלמידים דאָס געצײַג, זיי זאָלן קענען ווײַטער אָנגיין און זיך טאַקע לערנען ווי צו שפּילן. אין אונדזער צונויפֿשמעלץ־קלאַס איז דאָס זעלבע — איך וויל די סטודענטן זאָלן פֿרעגן די ריכטיקע קשיות וועגן דעם ענין, און מיר זאָלן אַלע צוזאַמען זיך אַמפּערן מיטן פּראָיעקט פֿון ניצן ייִדישע מעלאָדיעס און ריטמען, און זיי אַרײַנפּאַסן צו אַנדערע מינים מוזיק, וואָס מיר האָבן ליב און קענען גוט... עס קען זײַן, אַז ווען מיר וועלן שפּילן פֿאַרן גאַנצן עולם, וועט זײַן די ריכטיקע מפּלה, אָבער וואָס מיר האָבן געטאָן אין די קלאַסן, איז געווען וויכטיק: געשפּילט צוזאַמען קעלטישע פֿידל־שטיקלעך מיט רומענישע ריטמען, געזונגען חזנות דערצו, און אַ פּעדאַל־גיטאַר, וואָס מע הערט נאָר אין דער אַמעריקאַנער קאָנטרי־מוזיק, האָט ווילד צוגעשפּילט דערבײַ. דערנאָך געשפּילט פֿון אַ מוזיק־בויגן פֿון 1920 אויף ייִדיש פֿון פֿיר־טייליקער האַרמאָניע, וואָס קיינער האָט שוין הונדערט יאָרן נישט געשפּילט. צו קענען שפּילן צונויפֿשמעלץ־מוזיק, דאַרף מען צו ערשט קענען די מקורים, דאָס הייסט, אין אונדזער פֿאַל, די אַלטע רעקאָרדירונגען, און דאָס האָבן מיר אויך געטאָן, צו באַשליסן וואָס מע קען אַרײַננעמען. אַן אַנדער מקור איז די משפּחה־טראַדיציע, און איין ניגון האָט אַ תּלמידה געקענט פֿון אַן עלטער־פֿעטער, האָבן מיר דאָס אויך אַרײַנגענומען. מע דאַרף וויסן וווּ און ווי אַזוי צו זוכן די רעסורסן."
שבת־צו־נאַכטס, בײַם גרויסן סטודענטן־קאָנצערט, האָט מען פֿאָרגעשטעלט דאָס ווערק און דער לערער דאָלגין האָט זיך קודם אַנטשולדיקט פֿאַר אַלעמען, וועגן דעם ווײַטערדיקן, וואָס זיי וועלן זען אויף דער בינע. אָבער דאָס איז נישט געווען נייטיק — אמת, קיין צונויפֿשמעלץ־מוזיק האָט מען נישט געהערט, אָבער דאָס בילד פֿון אַ סקאָטישן טענצער, וואָס האָפּקעט צו די ריטמען פֿון אַ רומעניש לידל, און דער קלאַנג פֿון חזנות, געזונגען מיט אַ ווילדער פֿרײַער באַגלייטונג האָט זיכער אויפֿגעוועקט די מידע אינעם זאַל, און געמאַכט אַ רושם. יאָ, ס'איז געווען אַ דורכפֿאַל, וואָס שייך דעם אָריגינעלן געדאַנק, אָבער — אַ גראַנדיעזער דורכפֿאַל.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָב איך דאָלגינען געפֿרעגט, וואָס ער טראַכט, האָט ער געענטפֿערט — "אַלץ וואָס איך האָב געזאָגט דעם קלאַס, וואָס צונויפֿשמעלץ־מוזיק דאַרף נישט זײַן, האָבן מיר געשפּילט הײַנט אויף דער נאַכט". איך האָב אים געטרייסט, אַז פֿון דעסטוועגן, איז דאָס שטיקל געווען פֿון די מער אינטערעסאַנטע אין דער פּראָגראַם.