דעם ערשטן סעפּטעמבער, מיט 70 יאָר צוריק, האָט זיך אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה. לעצטנס, גייט אָן אַ שאַרפֿער וויכּוח, ווער איז מער שולדיק אין דעם, אַז די מלחמה האָט אויסגעבראָכן און דער ערשטער קרבן פֿון דער בלוטיקסטער שחיטה איז געפֿאַלן פּוילן. פּוילן באַשולדיקט דעם סטאַליניסטישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס האָט געשלאָסן מיט היטלער־דײַטשלאַנד דעם שעדלעכן "ריבענטראָפּ־מאָלאָטאָוו פּאַקט" און דערמיט צעבונדן היטלערן די הענט.
רוסלאַנד האַלט זיך בײַ איר מיינונג, אַז היטלערן האָבן צעבונדן די הענט די מערבֿ־לענדער, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד, ווען זיי, נאָך פֿריִער מיט אַ יאָר, דעם 29סטן סעפּטעמבער 1938, האָבן געחתמעט אין מינכן אַן אָפּמאַך מיט דײַטשלאַנד.
די הײַנטיקע פֿאַראייניקטע אייראָפּע, בתוכם מיט דײַטשלאַנד, מאַכט זיך כּלא־ידע און נעמט אָן דעם פּשרותדיקן באַשלוס צו מאַכן גלײַך אויף גלײַך דעם סטאַליניזם מיטן פֿאַשיזם.
אַקעגן וואָס האָבן מיר עס דאָ דערמאָנט? טאַקע צוליב דעם, וואָס דער מצבֿ מיט 70 יאָר צוריק, דערמאָנט אונדז די סיטואַציע, וואָס האָט זיך געשאַפֿן הײַנט, אַרום דעם נײַעם מיליטאַנטישן כּוח — דעם פֿונדאַמענטאַליסטיש־איסלאַמישן איראַן. צוויי ריזיקע כּוחות, די פֿאַראייניקטע אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן זוכן אַ וועג צו לייזן די נוקלעאַרע אַמביציעס פֿון איראַן, וואָס צווישן זײַנע ערשטע פֿאַרניכטונג־צילן ווערט אָנגערופֿן — מדינת־ישׂראל.
וואָס טוען די גרויסע לענדער, אָפּצושרײַען פֿון זיך די גזירה? מע זוכט אַ וועג צו פֿאַרגיטיקן טעהעראַן. אויף וועמענס חשבון? געוויס, אויפֿן חשבון פֿון ישׂראל, די הויפּט־אויפֿרייצערין פֿאַר די אַיאַטאָלאַס. ישׂראל אָבער שפּילט אויך אויף די נערוון די מערבֿ־לענדער, דערקלערנדיק, אַז זי וועט זיך נישט לאָזן שפּײַען אין פּנים און אָננעמען אירע אייגענע מיטלען, כּדי מאַכן אַ סוף צו די טייטלעכע דראָונגען פֿון איראַן.
דעמאָלט קומט ווידער אַרויף אויפֿן סדר־היום די פֿאַרשלעפּטע קרענק — ייִשובֿים און פֿאָרפּאָסטן פֿון יענער זײַט מערבֿ־ברעג; אַ פֿראַגע, וואָס רייצט שוין אויף ישׂראל בכלל און די איצטיקע רעגירונג בפֿרט. פֿאַרוואָס דווקא די ייִשובֿים און פֿאָרפּאָסטן? דער שׂכל איז אַזאַ: אַז ישׂראל וועט נאָכגעבן אין דער פֿראַגע, וועלן די פּאַלעסטינער זיך זעצן צום האַנדל־טיש מיט די ישׂראלים; אַז די פּאַלעסטינער וועלן עס טאָן, וועט ווערן ווייכער איראַן און זיך לאָזן הערן מכּוח דער נוקלעאַרער פּראָגראַם, וואָס דראָט ישׂראל און דער גאַנצער וועלט מיט אַ גרויסער סכּנה.
איצט לייגט אויף איין שאָל פֿון דער וועלט־פּאָליטיק די איראַנישע באָמבע און אויף דער אַנדערער שאָל דעם טוץ פֿאָרפּאָסטן, אויפֿגעשטעלט פֿון די עקסטרעם־רעליגיעזע ציוניסטן! וועט איר זאָגן — אַן אַבסורדישע מעשׂה. ריכטיק, אָבער דער דאָזיקער אַבסורד ווערט לעצטנס אַרויסגעשטעלט ווי די איינציקע לייזונג פֿון דעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט בפֿרט און דער זיכערהייט פֿון דער וועלט בכלל.
די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, דריקט אויף דער ישׂראל־רעגירונג ממש אין געציילטע חדשים צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם; דאָס זעלבע פֿאָדערט פֿון ישׂראל די רעגירונג פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד... דריקן דריקט מען אויף ישׂראל, און מיינען מיינט מען איראַן — אפֿשר וועט דער ווילדער פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד ווערן אַ ביסל נאָכגעביקער?
לאָמיר דאָ שוין דערמאָנען אונדזערע לייענער, אַז דעם 2טן סעפּטעמבער, אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד, נעמען זיך צונויף די מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" צו באַהאַנדלען וואָס צו טאָן ווײַטער מיט איראַן? דער טערמין פֿון אָבאַמאַס "אולטימאַטום" — אָדער טעהעראַן נעמט אָן די פֿאָדערונג אָפּצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם, אָדער די סאַנקציעס ווערן נאָך שטרענגער — גייט אויס אין סעפּטעמבער...
וועט איר זאָגן: ווידער סעפּטעמבער... צי איז עס אַ צופֿעליקער צונויפֿפֿאַל, צי אַ וואָרענונג, וואָס קומט אַרויס פֿון 1939? צי וועט זי הײַנט ווערן דערהערט?