פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קאָנראַד אַדענאַוער מיט דוד און פּאָליאַ בן־גוריון אין שׂדה בוקר, מײַ 1966
קאָנראַד אַדענאַוער מיט דוד און פּאָליאַ בן־גוריון אין שׂדה בוקר, מײַ 1966

עס איז זייער קלאָר, אַז ישׂראלס הויפּט־דאגה איז איראַן: ביז נישט לאַנג צוריק איז עס פֿאַרבונדן מיט די אַנטוויקלונגען אויף דעם איראַנישן נוקלעאַרן געביט. לעצטנס, זענען צוגעקומען די אַנטוויקלונגען פֿון איראַנס קאָסמאָס־פּראָגראַם, ווי אַ רעזולטאַט פֿון איר פּרוּוו צו שיקן אַ סאַטעליט אינעם קאָסמאָס; אַ געביט, אין וועלכן עס זענען ביז איצט געווען נאָר 8 לענדער, ישׂראל צווישן זיי.

אַן אַקטיוון אָנטייל צו שטיצן ישׂראל אינעם דיפּלאָמאַטישן קאַמף קעגן איראַן שפּילט דײַטשלאַנד, מיט וועמען ירושלים האַלט אונטער די ענגסטע באַציִונגען, צווישן אַלע אַנדערע לענדער אין אייראָפּע. די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל האָט עס עפֿנטלעך דערקלערט אין פֿאַרלויף פֿון איר באַזוך אין ישׂראל, אין מאַרץ 2008, צוזאַמען מיט 9 פֿון אירע מיניסטאָרן. אַנגעלאַ מערקעל איז זייער וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן אין ישׂראל און מען האָט איר דערמעגלעכט צו ריידן אין דער כּנסת אין דײַטש. אין דער פֿאַרגאַנגענהייט האָט עס געקאָנט טאָן נאָר אַ פּרעזידענט פֿון דײַטשלאַנד. אין איר אויפֿטריט האָט זי דעמאָלט דעפֿינירט די שיסערײַען פֿון די "קאַסאַמען" פֿון עזה אויף ישׂראל, ווי אַ פֿאַרברעכן, וואָס לאָזט נישט לייזן דעם קאָנפֿליקט אין מיטעלן מיזרח.

בעת באַראַק אָבאַמאַ מאַכט אין קאַיִר די לעכערלעכע דערקלערונג, אַז איסלאַם איז שטענדיק געווען אַ טייל פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע (!), און ציילט די טעג אָנצוהייבן דעם דיאַלאָג מיט אַכמאַדינעדזשאַד, האָט אַנגעלאַ מערקעל דערקלערט, אַז אַטאָמיש געווער אין די הענט פֿון איראַן וועט ברענגען צעשטערערישע רעזולטאַטן און, אויב עס וועלן נישט ווערן אָנגעווענדט סאַנקציעס קעגן איראַן, וועט זי אויפֿטרעטן וועגן דעם אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. אין איר וויכטיקסטער דעקלאַראַציע האָט זי באַטאָנט, אַז אויסשטעלן אויף סכּנות ישׂראלס זיכערהייט באַטראַכט זי אַזוי ווי עס וואָלט געשטעלט געוואָרן אין סכּנות די זיכערהייט פֿון דײַטשלאַנד, וואָס וועט קיין מאָל נישט לאָזן ישׂראל אַליין און שטענדיק זײַן פֿאַר איר אַ שותּפֿטע און אמתער פֿרײַנד.

ווען אַכמאַדינעדזשאַד האָט דעם 5טן אויגוסט 2009 אָנגעהויבן זײַן צווייטע קאַדענץ ווי פּרעזידענט פֿון איראַן, האָט אַנגעלאַ מערקעל געמאָלדן, אַז זי וועט אים נישט באַגריסן בײַ דער דאָזיקער געלעגנהייט, צוליב זײַן רוף צו פֿאַרניכטן ישׂראל. אַנגעלאַ מערקעלס דעקלאַראַציעס דריקן אויס די וואַקסנדיקע וויכטיקייט אין ישׂראלס באַציִונגען מיט דײַטשלאַנד אין זייער אַן ערנסטער און קאָמפּליצירטער תּקופֿה פֿון די ישׂראל־אַמעריקאַנער באַציִונגען.

ווי באַקאַנט, איז דער הויפּט־אַרכיטעקט פֿון די באַציִונגען צווישן מדינת־ישׂראל און דײַטשלאַנד געווען דער דײַטשישער קאַנצלער קאָנראַד אַדענאַוער. ער איז געווען אַ קאָנסעקווענטער קעמפֿער קעגן נאַציזם און האָט זיך באַצויגן צו דער פֿאַרניכטונג פֿון די ייִדן מיט אַ טיפֿער פּיעטעט און אויפֿריכטיק געגלייבט אין אַן אַבסאָלוטן חובֿ פֿון די דײַטשן צו אַנטשעדיקן די ייִדן. דעריבער האָט ער אין יאָר 1952 געשטיצט די איניציאַטיוו אונטערצושרײַבן דעם "פֿאַרגיטיקונג־אָפּמאַך". אָבער עס איז קיין צווייפֿל נישט, אַז די העכסטע טרײַב־קראַפֿט פֿאַר אַדענאַוערס טאַטן זענען, קודם־כּל, געווען די דײַטשישע נאַציאָנאַלע אינטערענסן.

פֿון אַדענאַערס זכרונות ווערט קלאָר, אַז ער האָט באַשלאָסן אונטערצושרײַבן דעם "פֿאַרגיטיקונג־אָפּמאַך" מיט ישׂראל נאָר נאָך דעם, ווי ער האָט זיך איבערצײַגט, אַז נישט אונטערשרײַבן דעם דאָזיקן אָפּמאַך קען ברענגען שאָדן דײַטשלאַנדס באַמיִונגען אויף דער לאָנדאָנער קאָנפֿערענץ.

די לאָנדאָנער קאָנפֿערענץ איז דערעפֿנט געוואָרן דעם 28סטן פֿעברואַר 1952, מיטן צוועק צו דערגיין צו אַ לייזונג פֿון דער פּראָבלעם וועגן דײַטשלאַנדס חובֿות נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה. די אונטערהאַנדלונגען וועגן דעם זענען פֿאָרגעקומען אין איין צײַט מיט די אונטערהאַנדלונגען וועגן דעם "פֿאַרגיטיקונג־אָפּמאַך", און אַדענאַוער האָט אין זײַן טאָגבוך פֿאַרשריבן: "מיר איז קלאָר געוואָרן, אַז אויב די אונטערהאַנדלונגען מיט די ייִדן וועלן דורכפֿאַלן, וועט דאָס ברענגען נעגאַטיווע רעזולטאַטן אין די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן די דײַטשע חובֿות, ווײַל די קרײַזן פֿון די ייִדישע באַנקירן וועלן אויסנוצן זייער השפּעה קעגן אונדז, וואָס קען זײַן נישט קיין קליינע?"

הײַנט אַנטוויקלען זיך די באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד ווי שותּפֿים און אמתע פֿרײַנד אין אַ תּקופֿה, וואָס די פֿרײַנדשאַפֿט פֿון דײַטשלאַנד און אייראָפּע ווערט וויכטיקער פֿון טאָג צו טאָג. אַגבֿ, דײַטשלאַנד איז צווישן די ערשטע קאַנדידאַטן צו ווערן אַ פּערמאַנענטער מיטגליד אין דעם זיכערהייט־ראַט, בײַ דער "יו־ען".

זינט דער מפּלה פֿון "דריטן רײַך" אין מײַ 1945, און נאָכן שאַפֿן די פֿעדעראַלע רעפּובליק פֿון דײַטשלאַנד אין יאָר 1949, האָבן די דײַטשן געמאַכט וויכטיקע אָנשטרענגונגען — אויפֿריכטיק אָדער כּלומרשט — כּדי זיך אָפּרייניקן פֿון די זינד, וואָס דער היטלעריסטישער רעזשים האָט אָנגעטאָן אין די 12 יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ, און גורם געווען דעם חורבן, וואָס נאָך אַזאַ איז נישט געווען אין דער געשיכטע פֿון דער וועלט. די דײַטשן האָבן פּרובירט זיך אָפּצוטרייסלען פֿון דער שאַנדע, ווי אַ קאָלעקטיווער שותּף, אין די גרויזאַמקייטן פֿונעם רעזשים. אַזוי ווי עס האָט פּראָגרעסירט דער פּראָצעס פֿון באַנײַטער אײַנגלידערונג פֿון דער דײַטשישער פֿעדעראַלער רעפּובליק אין דער פֿעלקער־פֿאַמיליע, זענען קלענער געוואָרן די אויסערלעכע צוואַנגען פֿון דער "פֿאַרגיטיקונג־אָפּעראַציע"; און כאָטש מען קען נישט זאָגן, אַז דאָס איז אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן, איז זיכער, אַז זי איז געוואָרן פֿיל אָפּגעשוואַכט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צײַט האָט בײַגעטראָגן דערצו: איבער 60 יאָר זענען אַ גענוג לאַנגע תּקופֿה צו פֿאַרטושן דעם היסטאָרישן זכּרון.

די "ייִדישע פּראָבעם" איז געווען אַ צענטראַלע, און אפֿשר אַפֿילו די צענטראַלסטע, אין באַוווּסטזײַן פֿון אָפּטרייסלונג און אין גרייטקייט מכפּר צו זײַן, סײַ צוליב דעם וואָס זי איז געווען אַ קאָלאָסאַלע אין דימענסיע און האָט אויף אַן אמתן איבערראַשט די יעניקע דײַטשן, וואָס האָבן נישט געוווּסט די פּרטים פֿונעם חורבן; און סײַ צוליב דעם, וואָס דער מאָרד פֿון 6 מיליאָן ייִדן האָט אויסגעזען אין דער וועלט ווי דאָס אַכזריותדיקסטע און עקלהאַפֿטיקסטע נאַציסטישע פֿאַרברעכן. נישט זײַענדיק קיין אמתער "בעל־התּשובֿה", האָט דײַטשלאַנד נישט געקאָנט דערוואַרטן מען זאָל איר מוחל זײַן און אײַנגלידערן אין דער פֿאַמיליע פֿון די פֿעלקער. דרײַ טערמינען זענען אַדורך ביז ס׳איז אָנערקענט געוואָרן דײַטשלאַנדס "בעל־תּשובֿה"־איבערבעטונג און פֿאַרריכטונג פֿון די עוולות.

אין די אויגן פֿון די דײַטשן האָבן אַלע דרײַ טערמינען אויסגעזען ווי פּאַסיקע. אין די אויגן פֿון די ייִדן — נישט. אַן איבערבעטונג דאַרף פֿאַרריכטן אַ לאַגע, פֿאַר וועלכער די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט טראָגן ביידע צדדים. אין דײַטשן־ייִדישן פֿאַל עקזיסטירט עס אַבסאָלוט נישט: וואָס פֿאַר אַ טייל האָבן די ייִדן געהאַט אין די נאַציסטישע פֿאַרברעכנס?

דוד בן־גוריון און משה שרת, וועלכע האָבן געזוכט די פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד, וואָס זיי האָבן אָנגערופֿן דאָס "נײַע דײַטשלאַנד", האָבן זיך נישט גענייטיקט אין קיין איבערבעטונג, אָדער פֿאַרריכטונג. זיי האָבן געזוכט די פֿאַרבינדונג, צונויפֿפֿלעכטנדיק די טיפֿע באַוווּסטזיניקייט אין דער געשיכטע, פֿון איין זײַט, און פֿון דער אַנדערער זײַט — אַ פּאָזיטיווע פֿאַרפֿליכטונג אין דער באַציִונג צו די עקזיסטענץ־באַדערפֿענישן פֿון ישׂראל הײַנט און אין דער צוקונפֿט.

אין די ערשטע יאָרן פֿון דער דײַטשישער פֿעדעראַלער רעפּובליק זענען כּמעט ווי נישט פֿאָרגעקומען קיין קאָנטאַקטן צווישן דײַטשלאַנד און מדינת־ישׂראל, וואָס איז געווען עלטער פֿון איר מיט אַ יאָר. די דײַטשישע אָנשטרענגונגען אין יענע ערשטע יאָרן זיך צו דערנענטערן צום ייִדישן פֿאָלק, זענען געווען געריכט צו די 30,000 ייִדן וואָס האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן אין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה, און וואָס אַ סך דײַטשן האָבן זיי באַטראַכט ווי די נאַטירלעכע און געזעצלעכע יורשים פֿון די ליידן פֿון די נאַציסטישע קרבנות, און נישט מדינת־ישׂראל, וואָס האָט אַבסאָרבירט דעם גרעסטן טייל איבערגעבליבענע פֿונעם דײַטשישן גיהנום.

אַז עס האָבן זיך אָנגעהויבן די אונטערהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד וועגן די פֿאַרגיטיקונג־אָפּצאָלונגען, און אַז עס איז דעם 10טן סעפּטעמבער 1952 אונטערגעשריבן געוואָרן אין לוקסעמבורג דער אָפּמאַך וועגן דעם, האָט זיך דער צוגאַנג אין גאַנצן געענדערט. עס האָט זיך אויסקריסטאַליזירט דער געפֿיל פֿון דײַטשלאַנדס פֿאַרפֿליכטונג אַנטקעגן ישׂראל, ווי אַ געזעצלעכע פֿאָרשטייערין פֿון די אַלגעמיין־ייִדישע דערוואַרטונגען און פֿאַרלאַנגען.

אָבער מיטן אונטערשרײַבן דעם "פֿאַרגיטיקונג־אָפּמאַך", האָבן אַ סך דײַטשן געזען אויך די אָפּצאָלונג פֿון מאָראַלישער און היסטאָרישער פֿאַרפֿליכטונג אַנטקעגן די ייִדן.

בן־גוריון האָט פֿאַרטײַטשט זײַן פּאָזיציע און באַציִונג לגבי דײַטשלאַנד אַזוי: ערשטנס, האָט ער באַטראַכט ווי ראַסיסטיש דאָס באַשולדיקן דאָס גאַנצע דײַטשישע פֿאָלק אין די קרימינעלע אַקטן פֿון נאַציזם. צווייטנס, האָט ער נעגירט די מעגלעכקייט פֿון "רצחת וגם ירשת" — "דו האָסט דערמאָרדעט און אויך געירשנט", און מיט דעם האָט ער פֿאַרלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער דײַטשישער פֿאַרגיטיקונג־צאָלונג. דריטנס, האָט ער פֿאָרויסגעזען דײַטשלאַנדס רעהאַביליטאַציע און איר פּלאַץ און ראָלע בײַם אויפֿבויען די צוקונפֿט פֿון אַ נײַער פֿרײַער דעמאָקראַטישער אייראָפּע, אין וועלכער ישׂראל וועט קענען זיך אַרײַנפֿלעכטן. עס איז געווען אַ קאָלאָסאַלער אונטערשייד צווישן דער פּאָליטיק פֿון אַדענאַוער אַנטקעגן די ייִדן און מדינת־ישׂראל און דער ליניע, וואָס ס׳האָט אָנגענומען מיזרח־דײַטשלאַנד — אַ סאָוועטישער סאַטעליט.

וואַלטער אולבריכט, דער פֿירער פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד, האָט אָנגעהאַלטן אַנטקעגן ישׂראל און די ייִדן אַ געמיינע פּאָליטיק, וואָס איז פֿון טאָג צו טאָג געוואָרן ערגער, סײַ צוליב דער עצה פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און סײַ צוליב דעם שטענדיקן אַראָפּקײַקלען זיך פֿון מאָראַל־פּרינציפּן, וואָס זענען געווען אַ טייל פֿונעם מיזרח־דײַטשישן רעזשים. סוף אָקטאָבער 1964 האָט דער "ניו־יאָרק טײַמס" פּרטימדיק פּובליקירט וועגן דער מיליטערישער הילף וואָס מערבֿ־דײַטשלאַנד דערטיילט ישׂראל, אײַנגעשלאָסן די אַמעריקאַנער טאַנקען, וואָס דײַטשלאַנד האָט געשיקט קיין ישׂראל מיט דער צושטימונג פֿון אַמעריקע.

די דאָזיקע צושטימונג איז געגעבן געוואָרן דײַטשלאַנד פֿון פּרעזידענט לינדאָן דזשאַנסאָן, אין יאַנואַר 1968, בעתן באַזוך פֿון לוי אשכּול אין אַמעריקע. דאָס אַרטיקל אין "ניו־יאָרק טײַמס" האָט אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿן פּראָטעסט פֿונעם עגיפּטישן פּרעזידענט אַבדעל נאַצער, וועלכער האָט — ווי אַ רעאַקציע אויף דעם — אײַנגעלאַדן קיין קאַיִר דעם פּרעזידענט פֿון מיזרח־דײַטשלאַנד, וואַלטער אולבריכט. דעם 12טן פֿעברואַר 1965 האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון דער דײַטשישער פֿעדעראַלער רעפּובליק געמאָלדן, אַז דײַטשלאַנד וועט מער נישט שיקן קיין געווער קיין ישׂראל און וועט איר קאָמפּענסירן מיט געלט פֿאַרן געווער, וואָס וועט נישט געשיקט ווערן.

פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער קאַנצלער לודוויג ערהאַרד געוואָרן זייער ברוגז אויף נאַצערן פֿאַר דעם אײַנלאַדן וואַלטער אולבריכט קיין קאַיִר און אויך זיך דערשראָקן פֿאַרן כּעס מצד ישׂראל און אַמעריקע, צוליבן אַנולירן די געווער־טראַנספּאָרטן. ער האָט געשיקט קיין ישׂראל אַ ספּעציעלן שליח, דעם מיטגליד פֿון בונדעסטאַג ד״ר קורט בירנבאַך, ער זאָל פֿאָרשלאָגן ישׂראל אָנצוקניפּן פֿולע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט דײַטשלאַנד. דעם 11טן אויגוסט 1965 איז אָנגעקומען קיין ישׂראל דער ערשטער אַמבאַסאַדאָר פֿון דײַטשלאַנד, ד״ר ראַלף פּאַועלס. דעם 20סטן אויגוסט 1965 האָט אָשר בן־נתן פּרעזענטירט זײַנע קרעדענציאַלן ווי דער ערשטער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין דײַטשלאַנד.

די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל האָט אָנגעקניפּט דער קאַנצלער לודוויג ערהאַרד און נישט דער קאַנצלער קאָנראַד אַדענאַוער, וועלכער האָט באַזוכט מדינת־ישׂראל ערשט נאָכן אָנקניפּן די באַציִונגען. ביז דאַן האָט ער ישׂראל נישט באַזוכט, כּדי נישט אויפֿצורעגן די אַראַבער.