דעם גאַנצן קאָסמאָס, וואָס האָט זיך פֿאַר אונדז, ווייניקסטנס, קאָנצענטרירט אַרום דעם "פּלאַנעט אוישוויץ".
די פֿאָרמעלע געשיכטע ווערט געבויט אויף פֿאָרמעלע דאַטעס ווי זײַלן פֿון אַ פֿונדאַמענט, אויף וועלכן עס ווערט געבויט אַ בנין. עס איז אָבער אַ באַוווּסטע זאַך, אַז היסטאָרישע געשעענישן זענען, געוויינטלעך, אַ רעזולטאַט פֿון אָנגייענדיקע פּאָליטישע פּראָצעסן, פֿון אַנטוויקלונגען, וואָס פֿאַרוואַנדלען דעם געגעבענעם מאָמענט אין אַ מאָמענטום, און דינען ווי אַ סיבה פֿאַר אַ נײַער היסטאָרישער אַנטוויקלונג, ווי אַ נײַער רינג אין דער קייט וואָס רופֿט זיך געשיכטע.
ווען מע פֿאָרשט און מען אַנאַליזירט די געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, קומט מען צום אויספֿיר — און דאָס איז נישט קיין נײַע אַנטפּלעקונג — אַז זי איז געווען אַ המשך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, וואָס איז אויסגעבראָכן מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט פֿאַר דער צווייטער, און די "קאַלטע מלחמה" איז געווען איר ווײַטערדיקער המשך און האָט געפֿירט, אין משך פֿון דער צײַט, צו נײַע לאָקאַלע מלחמות און קאָנפֿליקטן, וואָס האָבן אונדז אַרײַנגעפֿירט אין דעם 21סטן יאָרהונדערט.
דערווײַל אָבער, מיטן אָפּצייכענען דעם טרויעריקן אָנדענק פֿון דער אַכזריותדיקסטער פֿון אַלע מלחמות, איז אויסגעבראָכן אַ נײַע, אַ פֿרידלעכע מלחמה, וואָס איז פֿאַקטיש אַ פּאָליטישער קאָנפֿליקט אין דעם וויכּוח אַרום דער פֿראַגע: ווער האָט אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה? אָדער, אין אַן אַנדערער פֿאָרעם: ווער איז שולדיק אין דער צווייטער וועלט־מלחמה? און אויף דעם באָדן זענען אויפֿגעקומען, אָדער עס קומען אויף, נײַע וואַריאַנטן, נײַע ווערסיעס און נײַע נאַראַטיוון פֿון דער מלחמה, וואָס איז, לויט ביז דעם איצטיקן היסטאָרישן נאַראַטיוו, זיך פֿאַרלאָפֿן צווישן דעם 1טן סעפּטעמבער 1939 — מיט דער אינוואַזיע פֿון דער דײַטשישער אַרמיי אויף פּוילן — און דעם 8טן אויגוסט 1945 — מיט דער קאַפּיטולאַציע פֿון יאַפּאַן, נאָך דער אַטאָמישער באָמבאַרדירונג פֿון נאַגאַסאַקי (צוויי טעג פֿריִער איז געוואָרפֿן געוואָרן די ערשטע אַטאָמישע באָמבע אויף היראָשימאַ).
דער אויסברוך פֿון דער דאָזיקער מלחמה "שטייט מיר פֿאַר די אויגן און קלינגט מיר אין די אויערן" — יענעם זוניקן פֿרײַטיק אינדערפֿרי. דער לויטערער בלויער הימל איבער דער פּוילישער הויפּטשטאָט איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן פֿון דעם אָנפֿליִענדיקן געדיכטן שוואַרצן וואָלקן פֿון די דײַטשישע מעסערשמידן, וואָס האָבן אונדז אימהדיק פֿאַרטריבן אין די ווייניקע שוץ־קעלערס און אין די טרעפּן־רוימען פֿון די געוועלבטע אײַנגענג אין די הייף אויף די גאַסן פֿון וואַרשע.
כאָטש די גאַנצע וואָך האָט די שטאָט שוין געפֿיבערט אין דער אָטמאָספֿער פֿון מלחמה, איז די מאַסיווע באָמבאַרדירונג פֿון דער הויפּטשטאָט געקומען פֿאַר דער באַפֿעלקערונג אומגעריכט, און בײַם אָנהייב האָט זיך אויסגעדאַכט, קוקנדיק אויף די אָנפֿליִענדיקע עראָפּלאַנען, אַז דאָס זײַנען לופֿט־מאַנעוורעס פֿון דער פּוילישער אַוויאַציע, וועלכע איז אַזוי געלויבט און באַזונגען געוואָרן די גאַנצע וואָך דורך דער מלוכישער פּראָפּאַגאַנדע, וואָס אירע וואָרענונג־סירענעס זײַנען פֿאַרשטומט געוואָרן אין דער צײַט, ווען די שטאָט איז שוין געוואָרן באָמבאַרדירט. זיי האָבן אָנגעהויבן דערפֿילן זייער אויפֿגאַבע צו דעם צווייטן און דריטן אָנפֿלי פֿון די מעטאַלענע מאָנסטערס.
דער אימהדיקער גערויש פֿון די פֿליִענדיקע כּלים, די אויפֿרײַס־בומען פֿון די באָמבאַרדירטע הײַזער און דער קראַך פֿון זייערע פֿאַלנדיקע מויערן, האָבן זיך אַרײַנגעדרילט אין די טיפֿע אינגעוויידן פֿון מוח און אָנגעפֿילט מיט פּחד דעם גאַנצן קערפּער. בעת די איבעררײַסן, אַרויסגייענדיק פֿון דער צווייפֿלהאַפֿטער שוץ־באַהעלטעניש, האָבן זיך פֿאַר די אויגן אַנטפּלעקט די ערשטע בילדער פֿון גרויל און צעשטערונג: די צעשמעטערטע אָפֿענע אינגעוויידן פֿון הײַזער, דאָ אַן אַראָפּהענגענדיק בעט צווישן צוויי שטאָקן, דאָרט אַ צעשמעטערטע קיך און אַ צעקרישלטער אויוון, אַ צעריסענער מאַטראַץ, אַ צעפֿליקט בעטגעוואַנד און פֿליִענדיקע פֿעדערן...
אין יענעם טאָג און אין מײַן שפּעטערדיקער דערפֿאַרונג פֿון די מלחמה־יאָרן, האָב איך געלערנט ווי סטעריל און נישט ממשותדיק עס זײַנען די ווערטער, די וואָרענונגען, די פּאַטריאָטישע באַרימערײַען און די כּלערליי פֿאַרהערלעכונגס־לידער וועגן קאַמף און העלדישקייט און וועגן "גערעכטער מלחמה", וועגן "זויבערקייט פֿון וואָפֿן" און וועגן נאַציאָנאַלער גאווה; זיי אַלע האָבן נישט קיין האַפֿט ביז וואַנען עס דערהערט זיך נישט דער ערשטער שאָס, הינטער וועלכן עס שטייען באַוואָפֿנטע ראָטעס. דער ערשטער קנאַל פֿון אַ פֿליִענדיקן טויט־מכשיר און ביז וואַנען דער פֿײַף פֿון דער סירענע שנײַדט זיך נישט אַרײַן אין די אויערן און אין די טיפֿן פֿון דער נשמה.
דער דאָזיקער אויבן געשילדערטער נאַראַטיוו גילט אָבער נישט פֿאַר דער אָפֿיציעלער רוסישער געשיכטע. פֿאַר איר גילט, ווי דער אָנהייב פֿון דער מלחמה, דער 22סטער יוני 1941, ווען די דײַטשישע אַרמיי האָט פֿאַרראַטן דעם מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ נישט־אָנגריף־פּאַקט פֿון 23סטן אויגוסט 1939 און האָט, באַפֿאַלנדיק דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אים פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ פֿאַרבינדעטן אין אַ בלוטיקן שׂונא. פֿון דעם טאָג אָן איז די מלחמה קעגן די דײַטשישע פֿאַשיסטן געוואָרן פֿאַר דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד — אויך הײַנט — "די פֿאָטערלענדישע מלחמה", בעת די מלחמה פֿון 1939 — קרובֿ צוויי יאָר פֿריִער — איז באַצייכנט געוואָרן דורך איר ווי אַן "אימפּעריאַליסטישע מלחמה", צו וועלכער זי האָט דעמאָלט קיין שײַכות נישט געהאַט. ווען זי האָט זיך אָבער געפֿונען נישט צוגעגרייט און אומבאַהאָלפֿן קעגנאיבער דעם דײַטשישן כּוח און האָט געדאַרפֿט אָנקומען צו דער אַמעריקאַנער הילף, האָט זי זיך אַרײַנגעפֿלאָכטן אין יענער "פֿרעמדער", "אימפּעריאַליסטישער מלחמה" און איז אַרויס פֿון איר דעם 9טן מײַ 1945, ווי דער עיקרדיקער זיגער.
די פֿאָרמעלע סיבה פֿון דער מלחמה, וואָס היטלער האָט אונטערגענומען מיטן ציל אויפֿצושטעלן דעם "טויזנט־יאָריקן רײַך", איז געווען פּוילנס אָפּזאָג אויפֿצוגעבן דעם "דאַנציגער קאָרידאָר" און אים איבערצוגעבן דײַטשלאַנד, צוזאַמען מיט דער פֿרײַשטאָט דאַנציג (גדאַנסק). אין וועסטערפּלאַטע נעבן גדאַנסק, וואָס איז הײַנט אונטער דער פֿולער סוּווערעניטעט פֿון פּוילן, האָט דער פּוילישער פּרעמיער־מיניסטער, דאָנאַלד טוסק, פֿאַרבעטן די מנהיגים פֿון די באַטייליקטע לענדער אין דער מלחמה, אָפּצומערקן דעם 1טן סעפּטעמבער דעם 70סטן יאָרטאָג פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער פּרעמיער פֿון רוסלאַנד, וולאַדימיר פּוטין, האָט, לכתּחילה, געהאַט בדעה זיך נישט צו באַטייליקן אין דעם צונויפֿקום, צוליב פּוילנס טראַדיציאָנעלער פֿײַנטשאַפֿט צו די "מאָסקאַלעס"; צוליב פּוילנס הסכּמה אויפֿצושטעלן אויף איר שטח אַן אַמעריקאַנישע באַזע פֿאַר באַליסטישע ראַקעטעס, איר קעגנערשאַפֿט צו דער רוסישער מלחמה קעגן טשעטשניע און גרוזיע, ווי אויך צוליב דעם אַלטן וויכּוח אַרום דער שחיטה פֿון די 15 ביז 20 טויזנט פּוילישע אָפֿיצירן אין קאַטין.
צו דער טראַדיציאָנעלער פּוילישער פֿײַנטשאַפֿט צו איר מיזרחדיקן שכן, וועלכער האָט בײַ איר צוגערויבט די מיזרחדיקע העלפֿט (מיזרח־גאַליציע, מערב־אוקראַיִנע, בריסק, ווילנע) פֿון איר טעריטאָריע (און זי פֿאַרגיטיקט מיט שטחים פֿון דײַטשלאַנד), איז צוגעקומען די טענה, וואָס ווערט איצט אַרויסגערוקט אין דער פּרעסע פֿון פּוילן און פֿון די באַלטישע לענדער. דאָס איז זייער נײַער נאַראַטיוו פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער 2טער וועלט־מלחמה, אַז דאָס האָט רוסלאַנד פֿאַקטיש אָנגעהויבן די צווייטע וועלט־מלחמה, און אַז דאָס איז געשען מיטן שליסן דעם מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ־פּאַקט, ווען רוסלאַנד און דײַטשלאַנד האָבן זיך צעטיילט מיט פּוילן. מיט דער רוסישער אינוואַזיע דעם 17טן סעפּטעמבער 1939, האָט רוסלאַנד אַדורכגעפֿירט די ליקווידאַציע פֿון פּוילנס אומאָפּהענגיקייט.
קעגנאיבער דעם דאָזיקן נאַראַטיוו ווערט איצט אַרויסגערוקט אין דער רוסישער פּרעסע אַ נײַע ווערסיע פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַז פּוילן איז געווען אַ שותּף צו דער נאַצישער קאָנספּיראַציע קעגן רוסלאַנד, שליסנדיק אַ נישט־אָנגריף־פּאַקט מיט דײַטשלאַנד אין יאָר 1934, און אַז דאָס האָט באַווויגן סטאַלינען צו שליסן דעם נישט־אָנגריף־פּאַקט מיט דײַטשלאַנד דעם 23סטן אויגוסט 1939, אַ וואָך פֿאַרן 1טן סעפּטעמבער פֿון יענעם יאָר.
דער דאָזיקער נײַער נאַראַטיוו, אַזוי ווי דער פֿריִערדיקער, פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער מלחמה, מיינט אָבער צו דינען דער אַקטועלער פּאָליטיק. ווי נאָר דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט צוגעזאָגט פּוטינען צו זוכן אַן אַלטערנאַטיווע לייזונג פֿאַר דעם ראַקעטן־קאָנפֿליקט מיט רוסלאַנד, האָט די רוסישע פּרעסע אַראָפּגענידערט דעם טאָן פֿון דער באַשולדיקונג קעגן פּוילן (אַז פּוילן איז שולדיק אין דער מלחמה, ווײַל זי האָט נישט נאָכגעגעבן דײַטשלאַנדס פֿאָדערונג בנוגע גדאַנסק־דאַנציג). און פּוטין האָט אויסגעדריקט זײַן פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דעם צאָרן פֿון די פּאָליאַקן לגבי דער טראַגעדיע פֿון קאַטין. אָט אַזוי זעען מיר ווי די געשיכטע ווערט אַ שפּילצײַג אין די הענט פֿון פּאָליטיקער.
אָבער אויך די דײַטשן זײַנען נישט פֿאַרבליבן פּאַסיוו צו דער "מלחמה פֿון די נאַראַטיוון", און שטילערהייט און טראָפּנווײַז לאָזן זיי אַרויס "באַלאָנען" פֿאַר זייער כּוונה זיך כאָטש טיילווײַז ריינצוּוואַשן מיט דער טענה, אַז אויך זיי זײַנען געווען קרבנות פֿון היטלערס דעספּאָטישער דיקטאַטור; און זיי הייבן אַרויס, אָן טומל, אָבער סיסטעמאַטיש, כּלערליי שותּפֿים צו דער אַחריות פֿאַר זייערע פֿאַרברעכנס. אַזוי, למשל, האָט אַ דײַטשישער זשורנאַל פֿאַראַיאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ גרעסערע קאָרעספּאָנדענץ וועגן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער אין די וועלדער פֿון ליטע, וועלכע האָבן פֿאַרפֿאָלגט די ליטווינער אַנטי־קאָמוניסטן, און מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָט דער דײַטשישער "דער שפּיגעל" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרשונג פֿון איבער 30 זײַטן וועגן די פֿעלקער אין די לענדער, וואָס זענען געווען אָקופּירט פֿון היטלער־דײַטשלאַנד און האָבן נישט נאָר געהאָלפֿן די אָקופּאַנטן, נאָר אויך אַליין פֿרײַוויליק און מיט התלהבֿות זיי געדינט מיט אויספֿירן פֿאַרברעכנס קעגן ייִדן.
אין דעם צוזאַמענקום, וואָס דער פּוילישער פּרעמיער, דאָנאַלד טוסק, האָט אָרגאַניזירט אין וועסטערפּלאַטע, האָט געפֿעלט דער ייִדישער חלק אין דער מלחמה, אין וועלכער זיי האָבן געקעמפֿט און אין וועלכער די ייִדן זענען געווען דער צענטראַלער קרבן פֿון היטלערס מאָרד־שגעון. דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, וועלכער באַטראַכט זיך ווי דער רעפּרעזענטאַנט פֿון דעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, איז דאָרט נישט געווען.
תּל־אָבֿיבֿ, 1טער סעפּטעמבער 2009