|
די באַטייליקטע אין לערער־סעמינאַר ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿונעם עולם וועגן דעם פֿאַך פֿון ייִדיש־לערערײַ: ברכה קאַפּלאַן (מיטן מיקראָפֿאָן); העניע לעווין (דריטע פֿון לינקס) און ד״ר שבֿע צוקער (צווייטע פֿון לינקס) |
|
פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק נאָכמיטאָג, בשעת די אַנדערע באַטייליקטע פֿון דער ייִדיש־וואָך האָבן געלייענט די פּאָעמעס פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, אָדער געשוווּמען אין שווים־באַסיין, אָדער גערודערט מיט אַ שיפֿל, זענען אַכט ייִדיש־לערער פֿון איבערן לאַנד געזעסן אין אַ קרײַז און זיך געטיילט מיט די פּראָבלעמען פֿון לערנען אַ ייִדיש־קלאַס, ווען די סטודענטן געפֿינען זיך אויף פֿאַרשידענע מדרגות.
"איך האָב אַ סטודענטקע, וואָס לערנט זיך שוין צען יאָר ייִדיש, און קען נאָך אַלץ נישט ריכטיק אַרויסרעדן אָדער איבערלייענען אַ זאַץ," האָט באַמערקט העניע לעווין, אַ לאַנג־יאָריקע ייִדיש־לערערין, וועלכע אַרבעט הײַנט ווי אַן אָפֿיציעלע עקזאַמען־געבערין פֿאַר ייִדיש־לערער בײַ דער מלוכישער שול־סיסטעם אין מאַסאַטשוסעטס.
"מײַנע סטודענטן האָבן פּראָבלעמען בײַם געדענקען נײַע ווערטער," האָט צוגעגעבן לייבל גאָלדבערג, אַ לערער פֿון ייִדיש אין אַ קאָמונאַלן צענטער אין באָויִ, מערילאַנד.
ברכה קאַפּלאַן, אַ ייִדיש־לערערין אין "דזשאָונס האָפּקינס אוניווערסיטעט" אין באָלטימאָר, מערילענד, האָט דערנאָך איבערגעגעבן, אַז לויט די תּקנות פֿון דער שפּראַך־פּעדאַגאָגיק, "דאַרף מען אײַנחזרן אַ נײַ וואָרט 16 מאָל, ביז מע פֿאַרגעדענקט עס."
דער שמועס איז געווען אַ טייל פֿונעם ערשטן ייִדישן לערער־סעמינאַר אויף דער ייִדיש־וואָך — די יערלעכע געשעעניש אין קאָפּייק, ניו־יאָרק, אָרגאַניזירט פֿון "יוגנטרוף", וווּ יונג און אַלט קומען זיך צונויף צו פֿאַרברענגען אַ גאַנצע וואָך אין גאַנצן אויף ייִדיש.
די לערער זענען געקומען אויפֿן סעמינאַר, כּדי זיך צו לערנען נײַע מעטאָדיק פֿון ייִדיש־לערערײַ, אַנטוויקלען ייִדישע ווידעאָ־מאַטעריאַלן, און אויך געבן מאָראַלישע שטיצע איינער דעם צווייטן. און צוליב דעם וואָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען אויף ייִדיש, האָט עס במילא געגעבן די לערער אַ געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן זייערע אייגענע שפּראַך־פֿעיִקייטן.
דער סעמינאַר איז געשטיצט געוואָרן דורך "די פֿרײַנד פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן אין צפֿון־אַמעריקע", און קאַפּלאַן איז געווען די פּראָגראַם־דירעקטאָרין.
|
שלום בערגער לייענט פֿאָר די קינדער זײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿון ד"ר סוס׳ קינדערביכל, "איין פֿיש צוויי פֿיש" |
Yudis Bro Pinhasik |
דאָס פֿאַרברענגען אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה האָט געהאַט אַ צווייטע מעלה פֿאַר די לערער. ניצנדיק ווידעאָ־אַפּאַראַטן האָבן זיי אינטערוויויִרט צוויי נאַטירלעכע ייִדיש רעדער — די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, און אַ לאַנג־יאָריקע לערערין פֿון דער מעקסיקאַנער ייִדישער טאָגשול, חיה טאָרענבערג. די ווידעאָס האָפֿן זיי צו ווײַזן זייערע סטודענטן, כּדי זיי זאָלן זיך צוגעוווינען צו הערן אַ פֿליסיקן ייִדיש. בײַם קוקן די ווידעאָס האָבן זיי אָבער באַמערקט אַ חסרון: בײַ איינעם פֿון זיי איז דער קלאַנג געווען צו שוואַך צו הערן. מע האָט אַרומגערעדט אַ מעגלעכע לייזונג פֿון דער פּראָבלעם, און געפּרוּווט דערגיין, פֿאַר וואָס דער קלאַנג איז נישט גוט אַרויסגעקומען, כּדי אויסצומײַדן אַזאַ פּראָבלעם אין דער צוקונפֿט.
די סטודענטן האָבן אויך געהערט לעקציעס פֿון די פּעדאַגאָגן, געלע שווייד־פֿישמאַן און ד״ר שבֿע צוקער, וועגן לערן־מעטאָדיק און ווי אַזוי צו ניצן די ייִדיש־מאַטעריאַלן. "ס׳איז געווען אַן אינספּיראַציע," האָט באַמערקט פּעסע־רייזל בוקס, אַ לערערין פֿון אָנהייבער־ייִדיש אין ענגלוווּד, ניו־דזשערזי. "ס׳איז געווען זייער וויכטיק פֿאַר מיר פּערזענלעך, ווײַל מײַן ייִדיש איז נישט אַזוי שטאַרק." טאַקע דערפֿאַר קומט זי יעדעס יאָר אויף דער ייִדיש־וואָך, זאָגט זי — צו פֿאַרבעסערן איר לשון.
הײַיאָר זענען אויף דער ייִדיש־וואָך געקומען פֿיר פֿאָרשטייער פֿון לאַטײַן־אַמעריקע. אַחוץ דער לערערין טאָרענבערג און דעם פּאָפּולערן טאַנגאָ־לערער פֿון בראַזיל, וועלוול שטײַנבערג, זענען אויך געקומען, אַ דאַנק דער שטיצע פֿונעם "לאה גלאַס פֿאָנד", צוויי 21־יאָריקע בחורים פֿון מעקסיקע, אַרטוראָ קערבל־שײַן און יאַנקל קלײַמאַן. זייער ציל — סײַ צו פֿאַרברענגען מיט די אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע יונגע לײַט (און הײַיאָר האָט די יוגנט אונטער 30 יאָר טאַקע פֿאַרנומען בערך אַ דריטל פֿונעם עסצימער), אָבער אויך צו זאַמלען געלט פֿאַר אַ פּראָיעקט אויפֿצולעבן בײַ די מעקסיקאַנער ייִדן אַן אינטערעס צו ייִדיש.
ווי קערבל־שײַן האָט איבערגעגעבן פֿאַרן עולם, גייט די ייִדיש־רעדנדיקע קולטור־וועלט אין מעקסיקע באַרג־אַראָפּ. דער אייראָפּעיִש־געבוירענער דור פֿאַרשווינדט, און כאָטש טויזנטער תּלמידים האָבן במשך פֿון די יאָרן זיך געלערנט ייִדיש אין דער אָרטיקער "י. ל. פּרץ טאָגשול", זענען זיי נישט אַקטיוו אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. בלײַבט די פֿראַגע, וואָס טוט מען מיט די 10,000 ביכער, וועלכע קלײַבן שטויב אויף די פּאָליצעס פֿון דער ייִדישער ביבליאָטעק?
אין די 1970ער יאָרן איז אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער פֿון דעם "נאַציאָנאַלן ייִדישן ביכער־צענטער", טאַקע געקומען קיין מעקסיקע זאַמלען ביכער, אָבער דעמאָלט האָט די ייִדישע קולטור נאָך געבליט, האָט מען אים די ביכער נישט געוואָלט אַוועקגעבן. אָבער איצט, אַז די מעקסיקאַנער ייִדן זענען שוין יאָ גרייט דאָס צו טאָן, האָט דער ביכער־צענטער שוין מער ווי גענוג ביכער.
"דאַרפֿן מיר טאָן עפּעס נײַ," האָט קערבל־שײַן געזאָגט. ער האָט ווערבירט וואָלונטירן פֿון "השומר הצעיר", ציוניסטן וואָס רעדן נישט קיין ייִדיש, צו ברענגען די ביכער אין דער ביבליאָטעק פֿון "השומר", און די איבעריקע וועט מען אפֿשר אַוועקגעבן דעם "יעזויִטישן אוניווערסיטעט", וואָס קלײַבט זיך איצט צו בויען די גרעסטע ביבליאָטעק אין לאַטײַן־אַמעריקע, און האָט שוין אויסגעדריקט אַן אינטערעס אַרײַנצונעמען אויך די ייִדישע ביכער. אַחוץ דעם, פּלאַנירט קערבל־שײַן אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש־פֿילמען און אויך אַ Yiddish Break — אַ סוף־וואָך אויף אַ קאָלעדזש־קאַמפּוס פֿאַר יונגע לײַט, וואָס קענען אָדער ווילן קענען ייִדיש.
|
איוו יאַקנאָוויץ פֿירט אָן מיט אַ קאָכקלאַס |
Yudis Bro Pinhasik |
"דאָס אַלץ וועט אָבער קאָסטן געלט," האָט ער באַמערקט. און כאָטש עס זענען דאָ גענוג פֿאַרמעגלעכע מעקסיקאַנער ייִדן, וועלן ס׳רובֿ פֿון זיי נישט געבן קיין געלט, ווײַל זיי זעען נישט דאָרט קיין צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש. "אָבער ווען די אַמעריקאַנער און קאַנאַדער וועלן שטיצן אונדזער פּראָגראַם, ערשט דעמאָלט וועט עס זיי ווערן חשובֿ!" — האָט ער צוגעגעבן.
ווי תּמיד, איז די ייִדיש־וואָך געווען הײַיאָר געפּאַקט מיט אַקטיוויטעטן. בײַם טאָג־טעגלעכן לייענקרײַז, אָנגעפֿירט פֿונעם שרײַבער פֿון די שורות, האָט מען הנאה געהאַט פֿון די דערציילונגען פֿון אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטשן, ווי ער באַשרײַבט די ווילנער אונטערוועלט. צווישן די אַנדערע סעסיעס: אַן אינטערעסאַנטע לעקציע, "וואָס הערט זיך בײַ די ייִדן אין מאָסקווע?", אָפּגעהאַלטן פֿון ד״ר דוד פֿישמאַן; אַ וואַרשטאַט, "ייִדיש אויף 'יו־טוב’", מיט רייזל קאַליפֿאָוויטש־וואַלעצקי; "געשיכטע פֿון די ספֿרדישע ייִדן", מיט מיכל זאַיאָנץ; "אויטענטישער ייִדישער אַרויסרייד", מיט יעקבֿ־פּרץ בלום; אַ קאָך־קלאַס פֿון מעקסיקאַנער שפּײַז, מיט שׂרה פּאָניקטעראַ; "לאָמיר שאַפֿן אַ פֿאָלקסליד", מיט רפֿאל פֿינקל, און נאָך אַ סך אַנדערע. די פּראָגראַם פֿון דער גאַנצער ייִדיש־וואָך האָט אָרגאַניזירט יודיס וואַלעצקי.
בערך 30 בחורים און מיידלעך צווישן 13 און 26 יאָר האָבן הײַיאָר פֿאַרבראַכט אויף דער ייִדיש־וואָך, און ס׳איז געווען קלאָר, אַז זיי האָבן הנאה. אויף דער פֿראַגע, וואָס איז זיי צום מערסטן געפֿעלן, האָט לאהלע פֿעדער, אַ 17־יאָריק מיידל און אַ נײַ־צוגעקומענע צו דער ייִדיש־וואָך, געזאָגט בזה־הלשון: "אַז מע קען גיין אין אַ שיפֿל ווען אונדז ווילן מיר!" דערנאָך האָט זי צוגעגעבן: "און אויך ווײַל איך האָב ליב די מענטשן דאָ!" צבֿי־הערש רעזניק, אַן 18־יאָריקער, וועלכער איז אויך געווען דאָ צום ערשטן מאָל, האָט געזאָגט, אַז דאָס בעסטע איז, וואָס ער האָט דאָ געפֿונען אַזוי פֿיל "ייִדישע קינדער פֿון מײַן עלטער וואָס רעדן ייִדיש".
בענאַ קעסלער, 20 יאָר, האָט געזאָגט, אַז זי האָט הנאה געהאַט בײַם ערשטן אָוונט ווען זי איז אַרויס מיט אירע פֿרײַנד, יודיס וואַלעצקי, סאָניע גאָלאַנס און גדליה איידלמאַן, קוקן אויף די שטערן. "ס׳איז געווען אַזאַ קלאָרע נאַכט, אַז מיר האָבן געקענט אַלץ זען," האָט זי געזאָגט. "ס׳איז געווען אַזוי שיין!"
און אַלע האָבן נישט געקאָנט גענוג אָנקוועלן פֿון די קליינע קינדערלעך, וואָס זענען אַרומגעלאָפֿן איבערן לאַגער און זיך געשמאַק געשפּילט אויף ייִדיש: אין באַהעלטעלעך, רעדנדיק מיט די ריזיקע טשערעפּאַכעס אין דער אָזערע, פּליעסקענדיק זיך אין שווימבאַסיין, אָדער קריכנדיק אונטערן טיש אין עסצימער.
נישט תּמיד איז דאָס שפּילן זיך אָבער געגאַנגען גלאַטיק. ווען דער 6־יאָריקער איציק מאָס איז געפֿאַלן אויף דער 1/2־5־יאָריקער ביילקע בערגער, האָט זי זיך שטאַרק צעוויינט און מער נישט געוואָלט מיט אים רעדן. די עלטערן האָבן זיך געבעטן בײַ איר אים מוחל צו זײַן, אָבער אָן הצלחה. און דערנאָך איז אײַנגעפֿאַלן די עלטערן, אויסצולערנען די קינדער דאָס לידעלע 'ריגעלע־ריגעלע רויגעז’, וווּ די צוויי צעקריגטע צדדים נעמען זיך בײַם מזיניק־פֿינגער, און זינגען: "ריגעלע ריגעלע רויגעז, זע׳מיר געווען ברוגז, ריגעלע ריגעלע ריק, זענען מיר חבֿר קריק!"
"זיי האָבן עס געטאָן, און פּלוצלינג זיך צעלאַכט און גענומען ווידער זיך שפּילן," האָט ביילקעס טאַטע, שלום בערגער, באַמערקט, און מיט אַ וווּנק צוגעגעבן: "אַזוי ווי כּישוף!"