קולטור

איך קען זיך מער ניט דערלעבן צו וואַרטן אויף אַ "קײַלעכדיקער דאַטע". "וווּק" סטעפֿאַנאָוויטש קאַראַדזשיצעס 150סטע יאָרצײַט — פֿון איצט אָן וועלן מיר אים רופֿן, ווי ס׳טוען עס זײַנע אייגענע לאַנדסלײַט, פּשוט "וווּק" (וואָלף) — פֿאַלט אויס ערשט אין 2014. היות ווי ער איז געווען אַ גרויסער אוהבֿ־לשונות (ספּעציעל פֿון קלענערע און שוואַכערע) און היות ווי איך קען אפֿשר זײַן דער איינציקער אין דער גאַנצער ייִדיש־וועלט, וואָס איז באַקאַנט מיט זײַנע אויפֿטוען, אײַל איך זיך וועגן דעם איבערצוגעבן איידער עס ווערט פֿאַר מיר צו שפּעט דאָס צו טאָן. און אַ חוץ אַלעמען, איז אַ 145סטע יאָרצײַט אויך אַ דאַטע וואָס איז ניט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט!

וועגן די ברידער יעקבֿ און ווילהעלם גרים, די גרויסע דײַטשישע לינגוויסטן און פֿאָלקלאָריסטן, ווייסן מיר אַלע עפּעס וואָס; פֿון גוסטאַוו הערדערן איז דאָך אָפּגערעדט. נאָר וועגן זייער מיטצײַטלער און ייִנגערן קאָלעגע אין דער חכמת־הפֿאָלקלאָריסטיקה, ווייסן מיר אָדער כּמעט גאָרניט, אָדער טאַקע בפֿירוש גאָרניט. ס׳זענען דערפֿאַר אפֿשר פֿאַראַן עטלעכע סיבות, נאָר לפֿי־דעתּי איז דער הויפּט־גורם דערפֿון דאָס, וואָס וווּק איז כּל־ימיו געווען, ביז איבער די אויערן, אַרײַנגעטונקען אין דער סערבישער געשיכטע, ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר און די פּאָליטישע און אינטעלעקטועלע סערבישע דאגות און אינטערעסן פֿון זײַן צײַט. די ברידער גרים זענען בײַ אונדז ניט קיין סתּם דײַטשן, נאָר פּאָלנע "אייראָפּעער, בירגער פֿון דער וועלט", בעת וווּק איז דאָך "בלויז" געווען אַ סערב, אַ "צוריקגעשטאַנענער" דרום־סלאַוו. מיט דער גאַנצער באַרימטקייט, וואָס ער האָט דערגרייכט אַ דאַנק די ברידער גרים גופֿא (וועלכע האָבן זײַן אַרבעט כּסדר זייער געלויבט און בײַ יעדער מעגלעכקייט מפֿרסם געווען), האָט ער צווישן לײַטן קיין באַרימטן שם קיין מאָל ניט באַקומען, סײַדן בײַ זײַנע אייגענע לאַנדסלײַט און בײַ אַנדערע דרום־סלאַוון (סלאָווענער, קראָאַטן, באָסניער אאַז״וו).

דערמאָנט דאָס מיר זייער אין דער סוגיא, צי די מערבֿ־וועלט און ייִדן, וואָס זענען שוין בלבֿ־ונפֿש אַן אינטעגראַלער טייל פֿון יענער וועלט, קענען באמת פֿאַרשטיין און אָפּשאַצן די אויפֿטוען און דעם ייִחוס פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט, וואָס ציט דווקא איר יניקה פֿונעם נאָך ניט מערבֿיזירטן און נאָך ניט מאָדערניזירטן שורש אונדזערן? וועט "מען" דאָס אונדז ווען ניט איז מוחל זײַן? לאָמיר טאַקע אַ קוק טאָן וואָס מען האָט געטראַכט וועגן סערביש און וואָס פֿאַר אַ ייִחוס עס האָט געהאַט, לכל־הפּחות, אין די אויגן פֿון מערבֿ־אייראָפּע.

די דעמאָלטיקע באַריערן צו דער אָנערקענונג פֿון סערביש אין דער גרויסער וועלט

די סמיכות־הפּרשה צווישן סערביש און ייִדיש איז וואָס סערביש האָט דעמאָלט ניט געקענט ווערן לייענעוודיק בײַם פֿאָלק צוליב דער שריפֿטיקער ראָלע וואָס דער "אַלטער קלויסטער סלאַוויש" האָט דעמאָלט געשפּילט אין דער גאַנצער פּראַוואָסלאַוונער וועלט. קיין איין־און־איינציקער קלויסטער סלאַוויש איז טאַקע אין מיזרח־אייראָפּע קיין מאָל ניט געווען (להיפּוך צו דעם ווי ס׳איז לאַנגע יאָרהונדערטער אין מערבֿ יאָ געווען אַן "איינהייטלעכער" לאַטיין). נאָר דאָך, ניט געקוקט אויף זײַנע אַלע אינערלעכע וואַריאַנטן (ס׳איז געווען אַ רוסישער, אַ בולגאַרישער א״אַ סלאַווישן), איז דער אַלטער סלאַוויש פֿאָרט לאַנג געבליבן אַ באַריער קעגן לייענעוודיקייט (און וועגן ביבל־לייענעוודיקייט איז דאָך אָפּגערעדט) אויף די גערעדטע סלאַווישע פֿאָלקשפּראַכן.

נאָך סוף 18טן יאָרהונדערט האָט דער רוסישער דראַמאַטורג און פּאָעט סומאַראָקאָוו געהאַלטן, אַז רוסיש דערקײַקלט זיך אַלץ ווײַטער און ווײַטער פֿונעם "אַלטן (דאָס הייסט, פֿונעם סלאַווישן) נוסח", און, אַז אויב ס׳וועט אַזוי ווײַטער אָנגיין, וועט עס לאַנג ניט דויערן און ס׳וועט בכלל פֿונעם עכטן און אויטענטישן רוסיש גאָרניט ניט איבערבלײַבן. אין סערביע איז אָבער דער גאַנצער פּראָצעס פֿון מאָדערניזירונג בכלל. און פֿון שפּראַך־מאָדערניזירונג בפֿרט, און, דער עיקר, פֿון לייענען אויף דער פֿאָלקשפּראַך, צוגעגאַנגען אַ סך פּאַמעלעכער ווי אין מאָסקווע. אין סערביע האָט נאָך אין טיפֿן 19טן יאָרהונדערט וווּק ערשט געדאַרפֿט איבערצײַגן סײַ דעם עולם, סײַ די ליטעראַטן, אַז מען דאַרף סערביש "שרײַבן ווי מען רעדט!" ס׳איז אָסור אַ גוזמא צו דערציילן, אַז אָן וווּקן וואָלט נאָך לאַנג־לאַנג אָפּגעלייגט געוואָרן דער שוין אַפֿילו דעמאָלט היפּש פֿאַרשפּעטיקטער קאַמף קעגן סערבישער אונטערדריקונג מצד טערקײַ פֿון איין זײַט און קעגן די רוסישע פּאַן־סלאַווישע אינטריגעס פֿון דער אַנדערער. אַ דאַנק וווּקן איז מקוים געוואָרן אי דער אינערלעכער קאַמף לטובֿת דער סערבישער פֿרײַהייט, אי דער דרויסנדיקער קאַמף לטובֿת דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער אָנערקענונג פֿון סערביש ווי דאָס לשון פֿון אַ פֿאָרזיכטיק און פֿרײַ קולטורפֿאָלק. וווּקס עקשנות לטובֿת דער סערבישער לייענעוודיקייט דווקא לויטן מאָדערנעם, גערעדטן, פֿאָלקשפּראַכיקן נוסח, איז אין לעצטן סך־הכּל געווען אי דער צד־השווה פֿונעם וועקרוף לגבי דער לאָקאַלער באַפֿרײַונגס־באַוועגונג און אי פֿון דער אייגן־שפּראַכיקער לייענעוודיקייט; צוויי מעכטיקע פּראָצעסן, וואָס גייען נאָך אַלץ איצט אָן מער ווי 150 יאָר שפּעטער אין די באַפֿרײַטע מלוכות וואָס זענען אויפֿגעקומען נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון טיטאָס יוגאָסלאַוויע. סוף 20סטן יאָרהונדערט האָבן אַלע פֿיר (באָסניע, מאָנטענעגראָ, קראָאַטיע און סלאָוועניע) דערמאָנט זייער חובֿ צום בשותפֿותדיקן קאַמף וואָס וווּק האָט בשעתּו געהאַט אָנגעהויבן, אַז זיי זאָלן זיך ניט שעמען צו שרײַבן אויף דער אייגענער פֿאָלקשפּראַך (ווי ווייניק אַנדערש זיי זאָלן אַלע ניט זײַן איינע פֿון דער אַנדערער).

די תּשוקה אָנגענומען צו ווערן מצד דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער קולטור־וועלט

אָבער וווּק איז דאָך ניט געווען אויסן די צעברעקלונג פֿון יוגאָסלאַוויע (אַ מדינה וואָס איז דעמאָלט אַפֿילו אויף דער וועלט נאָך ניט געווען) און ער איז אויך ניט געווען אויסן דעם אויפֿקום פֿון עטלעכע נײַע סלאַווישע שרײַב־און־לייענשפּראַכן. דער עיקר איז אים גאָר געגאַנגען אין לעבן, אַז מען זאָל אים, סערביש און די סערבישע קולטור, בכלל אָננעמען ווי גלײַכבאַרעכטיקטע טיילן פֿון דער גרויסאַרטיקער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע. ער האָט געגאַרט נאָך דעם מין אייראָפּעיִשן אָנזען און חשיבֿות פֿון די ברידער גרים אַליין און פֿון יאָהאַן גוסטאַוו הערדערן. צוליב דעם האָט ער זיך געסטאַרעט אַרויסצוגעבן זײַנע ריזיקע זאַמלונגען סערבישע פֿאָלקסלידער, פֿאָלקס־מעשׂיות, שפּריכווערטער, דײַטשיש־סערביש ווערטערבוך און זײַן קלאַסיש געוואָרענע סערבישע איבערזעצונג פֿון דער עוואַנגעליע (אַלע געדרוקטע מיט זײַן אייגן־רעווידירטן סערבישן אויסלייג, וואָס איז אַגבֿ, נאָך בעת זײַן לעבן, געוואָרן דער סטאַנדאַרטיזירטער אויסלייג פֿון סערביש בכלל). "דערגאַנגען" איז ער, דער עיקר, בלויז קיין ווין און קיין בערלין, און טאַקע דורך זיי ווייסט די ברייטע וועלט הײַנט צו טאָג כאָטשבע עפּעס וועגן זײַנע גרויסע אויפֿטוען. צו זײַן 100סטער יאָרצײַט איז טאַקע אין ווין (די הויפּטשטאָט פֿון דער אַמאָליקער גרויסער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע אין וועלכער וווּק אַליין האָט אויסגעלעבט ס׳רובֿ פֿון זײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן), אין 1987 דערשינען אַ פּראַכט־אויסגאַבע לכּבֿוד זײַן 200סטן געבוירנטאָג.

נאָך ייִדישע פּאַראַלעלן

פּונקט ווי וווּק האָבן אויך גאָר אַ סך ייִדיש־ייִדישע (און אויך העברעיִשע) אינטעלעקטואַלן פֿון 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, ניט נאָר געשטרעבט צו דער פֿאַרשפּעטיקטער מאָדערניזירונג פֿון זייער אייגן לשון און פֿון זייערע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען, נאָר אויך צו זייער אָנערקענונג און אָפּשאַצונג מצד דער מערבֿדיקער אינטעלעקטועלער, ליטעראַרישער און קונסטוועלט. עס איז "אַ מעשׂה אָן אַ סוף", וואָס חזרט זיך איבער אין אַלע נאַציאָנאַלע באַוועגונגען וואָס זענען אויפֿגעקומען צו מיזרח פֿון דער גערמאַניש־סלאַווישער גרענעץ, ווי אויך בײַ די מינאָריטעטן־באַוועגונגען, וואָס זענען אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט אויפֿגעקומען אין די מערבֿ־לענדער גופֿא. דײַטשלאַנד און איטאַליע אַליין, וואָס זענען לפֿי־ערך שפּעט דערגאַנגען צו אַ פּאָליטישער פֿאַראייניקונג, ערשט אין 19טן יאָרהונדערט, האָבן זיך געריסן אָנגענומען צו ווערן ווי באמת פֿולע, מאָדערנע אייראָפּעער מצד ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, וועלכע האָבן שוין דערגרייכט זייערע נאַציאָנאַלע און פּאָליטישע פֿאַראייניקונגען מיט יאָרהונדערטער פֿריִער. זיי, ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, זײַנען משמעות די איינציקע אמתע יורשים פֿונעם אַחדות און פֿון דער גרויסקייט וואָס ציִען זייערע יניקות נאָך פֿון די פֿיל־טויזנט־יאָריקע רוימישע און קאַטוילישע אימפּעריעס וואָס האָבן געלייגט זייערע חותמס אי אויפֿן בעסטן און אי אויפֿן ערגסטן וואָס דער באַגריף און דער אידעאַל "אייראָפּעיִש" באַטײַט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס איז אַ שפּיל וואָס קיינער פֿון די שפּעט געקומענע וועט שוין, מסתּמא, קיין מאָל ניט קענען געווינען און וואָס אַלץ מער און מער פֿון זיי האַלטן פֿאַר אַפֿילו מער ניט כּדאַי זיך אַרײַנצולאָזן דערין.

די ייִדישע שפּעט געקומענע

ייִדישע שפּעט געקומענע מתפּללים צום עגל־הזהבֿ פֿון דער אייראָפּעיִשער מאָדערניזאַציע זענען, פֿאַרשטייט זיך, געווען — ניט ווייניק צווישן זיי — די גאַנצע מענדעלסאָנישע רעפֿאָרעם־באַוועגונג. דורך אָט דער סמיכות־הפּרשה קענען מיר פֿאַרבינדן די גאַנצע מעשׂה מיט וווּקן מיט אונדזער אייגענער סבֿיבֿה. וואָס פֿאַר אַ מגע־ומשׂא האָבן מיר מיטן אַמאָליקן מענדעלסאָנישן דרך? מיר דאַכט זיך, אַז אַ לאַנג פֿאַרזעענעם שײַכות צווישן זיי ביידן קען מען גרינג געפֿינען דורך אַרײַנטראַכטן זיך אין אונדזערע אַלע מיזרח־אייראָפּעיִשע נאָכלויפֿער נאָך "מערבֿיזאַציע־איבער־אַלץ". דער ערשטער כּמו־ייִדישיסט צווישן זיי אַלעמען איז געווען מענדל לעפּין סאַטענאָווער, בפֿירוש אַ תּלמיד פֿון ר׳ משה מענדעלסאָנען. לעפּין איז אַליין געפֿאָרן קיין בערלין, כּדי זיך צו לערנען ווי "אויסצומענטשלען" (פֿאַרמערבֿן) די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. ער האָט זיי אָבער בשום־אופֿן ניט געקענט איבערדערציִען דורך שרײַבן פֿאַר זיי אויף לשון־קודש, וואָס גאָר ווייניק האָבן גוט פֿאַרשטאַנען אַפֿילו בכּתבֿ. און פּונקט ווי זײַן רבי האָט פֿאַר דײַטשישע ייִדן איבערגעשריבן דעם חומש אויף דײַטש, נאָר געשריבן האָט ער עס מיט ייִדישע אותיות, ווײַל זיי האָבן נאָך קיין גלחות ניט געקענט לייענען, פּונקט אַזוי האָט זיך מענדל לעפּין גענומען דאָס צו טאָן אויף אַ פּשוטן, ריינעם און פֿאָלקסטימלעכן גערעדטן פּאָדאָליער ייִדיש. ער איז מיט זײַן פּרוּוו שטאַרק דורכגעפֿאַלן, ווײַל אי די העברעיִסטן, אי די משׂכּילים האָבן אים אומזיסט און אומנישט חושד געווען אין "אָבסקוראַנטישע" חסידישע שטיק, בעת די חסידים גופֿא זענען אים פּשוט חושד געווען אין אַפּיקורסות. פֿאַר ייִדיש האָט אין דער מאָדערנער צײַט יעדער שטעקן געהאַט צוויי עקן: פֿאַר אייניקע אָפּאָנענטן, פֿון איין זײַט, איז ייִדיש געווען צו פּראָווינציעל, און פֿון דער אַנדערער זײַט, צו קאָסמאָפּאָליטיש און "פֿרײַ". פֿאַר ייִדיש איז קיין זיכערע היים ניט געווען און קיין גאָלדענער מיטלוועג אויך ניט.

ווי אַזוי האָט וווּק אויסגעמיטן אָט די צוויי עקסטרעמע קריטיקן? ס׳איז אים געלונגען צו געפֿינען פֿאַר זיך אַ זיכערע היים אינעם סערבישן נאַציאָנאַליזם (אַ היים וואָס האָט אין די באַלקאַנען בכלל, ניט אומעטום איבערגעלאָזט דווקא קיין פֿרײַנדלעכע זכרונות), אַ זיכערע היים וואָס דער ייִדישיזם האָט פֿאַר זיך קיין מאָל אין ערגעץ ניט געפֿונען, אי צוליב רעכטער, אי צוליב לינקער אָפּאָזיציע. זײַנע אַלע לידער, פֿאָלקס־מעשׂה און שפּריכווערטער־זאַמלונגען זענען פֿאַר מערסטע פֿון אונדז ניט צוטריטלעך, נאָר זײַן באַרימטער לאָזונג, אַז "אַזוי לאַנג ווי אונדזער לשון לעבט, ווי לאַנג מיר האָבן עס ליב און באַציִען זיך דערצו מיט דרך־ארץ, רעדן דערויף, שרײַבן דערויף, וועט אונדזער פֿאָלק ווײַטער לעבן, זיך ניט פֿאַרלירן צווישן אַנדערע, און ניט אונטערגיין. וואָס מער מיר היטן דאָס לשון אונדזערס דורך מעשׂים, אַלץ מער פֿאַרלענגערן מיר דאָס לעבן פֿון אונדזער משפּחה און פֿון אונדזער גאַנצער ירושה". דאָס זענען סענטימענטן וואָס אַלע פֿרײַנד פֿון ייִדיש קענען גוט פֿאַרשטיין און אָננעמען מיטן גאַנצן האַרצן. דאָס איז די פֿאַרבינדונג צווישן דער ייִדיש־וועלט פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט און דעם סערבישן פֿאָרשער און פֿאָלקלאָר־זאַמלער פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, "וווּק" סטעפֿאַנאָוויטש קאַראַדזשיץ.