פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק
צייכענונג: מענדל רייף
צייכענונג: מענדל רייף

צו זײַן 55סטן יאָרצײַט

נחום באָמזע איז אַהערגעקומען אין 1948 פֿון אייראָפּע, צו דער דערעפֿענונג פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס אין ניו־יאָרק, צוזאַמען מיט אַ גרופּע ייִדישע פּליטים־שרײַבער, ווי חיים גראַדע און שמערקע קאַטשערגינסקי צוו׳אַנד. די היגע שרײַבער און קולטור־טוער האָבן זיי אויפֿגענומען מיט פֿרײַנדלעכקייט און פֿרייד און זיי געהאָלפֿן זיך אײַנבירגערן אין לאַנד און אין דער ייִדישער קולטור־וועלט.

באָמזע איז געבוירן געוואָרן אין סאַסאָוו, גאַליציע, אין 1906. אין אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿאַמיליע אַנטלאָפֿן קיין ניקאָלסבערג, אין מאָראַוויע. אין 1918 איז ער צוריקגעקומען קיין סאַסאָוו. ער האָט זיך געלערנט אין אַ דײַטשער פֿאָלקשול, אין חדרים און אין אַ פּויליש־ייִדישער גימנאַזיע (אין לעמבערג). ער האָט זיך אויסגעלערנט צו וועבן עטרות צו טליתים. זיינע ערשטע לידער זײַנען געווען פּובליקירט אין 1929. ער האָט געהערט צו דער לעמבערגער ליטעראַרישער גרופּע "צושטײַער" (1929—1931) אָנהייב דרײַסיקער יאָרן האָט ער זיך באַזעצט אין וואַרשע, וווּ עס זײַנען אַרויס זײַנע ביכער לידער. אין 1934 האָט ער געשריבן רעפּאָרטאַזשן וועגן סאַסאָוו און בראָד פֿאַר "לאַנדקענטעניש". בײַם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז באָמזע אַוועק קיין לעמבערג, וואָס איז באַלד אָקופּירט געוואָרן דורך דער סאָוועטישער מאַכט. אין 1941 איז ער מאָביליזירט געוואָרן אין דער רויטער אַרמיי און אָפּגעדינט אַ 6—7 חדשים. פֿאַרן אַרײַנמאַרש פֿון דער נאַצישער אַרמיי איז ער עוואַקויִרט געוואָרן קיין כאַרקאָוו, פֿון דאָרט איז ער אַוועק קיין אוזבעקיסטאַן. שפּעטער האָט ער באַקומען אַרבעט אין אַ קינדער־גאָרטן אין טאַשקענט. סוף 1945 איז ער צוריקגעקומען קיין פּוילן, פֿאַרבראַכט דאָס יאָר 1946 אין לאָדזש, וווּ ער איז געווען רעדאַקציע־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדישער צײַטשריפֿט "ייִדישע שריפֿטן". ער האָט שפּעטער פֿאַרלאָזט פּוילן און דורך שוועדן און פֿראַנקרייך איז ער געקומען, אין 1948, קיין ניו־יאָרק, וווּ ער איז פּלוצעם געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק אין 1954.

נחום באָמזעס געמיט איז געווען אַ טרויעריקער און פּעסימיסטישער. ער האָט בעסער געוואָלט שאַפֿן אויף נעגאַטיווע מאָטיוון, ווי ער שרײַבט:

לאָמיר נישט באַזינגען דאָס שיינע —
עס איז פֿאַר זיך אַליין געזאַנג,
איך וויל דערהערן דאָס געוויין נאָר
פֿון דער קרומקייט אין איר גאַנג.

צו וואָס באַוווּנדערן דאָס בליִען —
עס איז פֿאַר זיך אַליין אַ ליד,
פֿאַר דעם וויאַנען איך וויל זיך מיִען
פֿון אַ בוים וואָס האָט פֿאַרבליט.

ער דערמאָנט די הונדערטער שרײַבער וואָס זײַנען אויסגערעכנט אין זלמן רייזענס לעקסיקאָן, און צווישן זיי געפֿינט זיך זײַן נאָמען.

די נישט־פֿאַרקויפֿטע עקזעמפּלאַרן פֿון מײַן בוך
וועלן וואַלגערן זיך אין אַלטער שאַפֿע, —
מײַן מאַמע וועט באַדויערן: כּדאַי געווען דעם קאָפּ צו דאַרן?!
אין איר האַרץ אַ קינאה צום שכנס ייִנגל — איציק —
אַזוי פֿיל אַלט ווי איך און באַוויזן געלט צו שפּאָרן.

צווישן טויזנט זײַטן פֿון זלמן רייזענס לעקסיקאָן,
צווישן צענער, הונדערטער און אפֿשר טויזנטער געזיכטער,
וועט שמייכלען אויך דער פּרצוף אײַנגעפֿאַלענער אין מיר —
נחום, איינער האָט געהייסן נחום — יונגער דיכטער.

מיט איראָניע גיט ער אַן אָנצוהערעניש דעם טויט, וואָס פֿאַרשטייט מסתּמא ייִדיש, אַז ער זאָל קומען נאָך אים שפּעטער:

דערווײַל האָבן פֿייגל זיך צעפֿלאַטערט פֿאַר מײַן פֿענצטער
און אַנטקעגן זון שמייכלען אַלע פֿאַרבן פֿון אַ רעגנבויגן.
וואָס זשע אַרט מיך, אַז דאָס ליד פֿון יונגן פֿרילינג
ווי אַ בלעטל פֿון מײַן לעבן איז פֿאַרפֿלויגן?

און אַז דער עובֿר־בטל — טויט וועט גרייטן זיך צו מיר,
וועל איך זיך נישט שרעקן און אָנקלאַפּן אויף מײַן טיר אַ ברעטל
(ס׳פֿאַרשטייט מסתּמא דער טויט ייִדיש פֿון אַ דיכטער):
נישטאָ איז נחום אין דער היים, ביטע שפּעטער!

אין אַ ליד געווידמעט איציק מאַנגערן באַשרײַבט ער ווי אין שאָטן פֿון איינציקן בוים קומען די קינדער און די שטערן פֿינקלען.

פֿון פֿינצטערע קעלערס און הויפֿן
מיט שטילע טריט אין טרוים
זענען קינדער געקומען צו לויפֿן
צום שאָטן פֿון איינציקן בוים.

זענען קינדער געקומען צו פֿליִען
מיט פֿולע הערצער־געשריי:
זיי ווילן, זיי ווילן זען
אַ בוים אין חודש מײַ.

און אַלע פֿאַרוווּנדערט געגאַפֿט
אַרויף צו די בלעטער און צווײַגן,
ביז ס׳האָט די בלאָע נאַכט
פֿאַרוויגט דעם הויף אין שווײַגן.

זענען מאַמעס געקומען פֿון מאַרקן:
— שיינדל־קרוין, איך קען שווערן,
אַז אויפֿן בוים פֿאַרן פּאַרקן
פֿינקלט אַ שטערן.

נאָר אויפֿן באַלקאָן דער גבֿיר
חוזקט מיט שפּאָט:
— דער בוים איז פֿון פּאַפּיר,
איך שווער אײַך בײַ גאָט.

זענען קינדער געשטאַנען בײַם פּלויט
אין הייליקן פֿלאַטער —
און שטיל האָט געלאַכט דער טויט
אויפֿן בוים בײַם טעאַטער.

ער מיינט, אַז ער דערקענט זײַן טויטן ברודער, אָבער ס׳איז נישט ער:

זײַן שטאַלט איז שלאַנק, זײַן קאָפּ איז בלאָנד —
איך האָב מײַן ברודער איצט דערקאָנט,
ווי קומט מײַן ברודער דאָ אַהער
אין פֿרעמדער שטאָט אויף ווײַטער ערד?
נאָר כ׳שווער, אַז ס׳איז געווען אַזוי —
מײַן טויטער ברודער מיט זײַן פֿרוי.

ס׳איז זיכער ער, ס׳איז זיכער ער,
וואָס שפּאַנט אויף פֿרילינגדיקער ערד,
ער שפּאַנט אַצינד אַנטקעגן נאַכט,
איך האָב געהערט זײַן שטילן לאַך.
דאָס בלאָנדע מיידל, וואָס אים באַגלייט,
קוואַלט פֿון אים אַרויס די פֿרייד.

עק רעדט צו איר אין שטילן סוד:
אַיאָ, ס׳איז שיין אַצינד די שטאָט?
נאָר איך געדענק נאָך יענעם אָרט,
וווּ ס׳ליגט באַגראָבן אונדזער מאָרד,
זי שמייכלט מילד צו אים פֿאַרשעמט:
נו, רעד נישט ליבער וועגן דעם.

נאָר פּלוצעם — ר׳האָט זיך אויסגעדרייט —
און ס׳איז געווען אַ פֿרעמדנס פֿרייד,
ס׳איז דאָך נישט ער, נישט ער,
וואָס שפּאַנט אויף פֿרילינגדיקער ערד,
איך האָב אַן אַנדערן דערזען,
נישט ער, נישט ער איז דאָס געווען.

איך בין אַצינד שוין אין דער היים,
אַליין, אַליין מיט מיין געוויין,
דאָס בילד זײַנס ציטערט אין מײַנע הענט,
ס’האָט מײַן טרוים אים נישט דערקענט.
אַפּנים, איך האָב זיך אויסגעטראַכט
אַ שיינע מעשׂה אַנטקעגן נאַכט.

(די ציטירטע לידער געפֿינען זיך אין באָמזעס בוך "אַ חתונה אין האַרבסט" (1949).