- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ שמועס מיטן דירעקטאָר פֿון "ייִדישפּיל" שמואל עצמון בלי ספֿק, אַז די הויפּט פּאָליטישע געשעעניש פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז געוואָרן דער באַזוך פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין מאָסקווע. אין די לעצטע יאָרן זײַנען די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד געווען ווײַט פֿון פֿרײַנדלעכע; אין רוסלאַנד, האָט זיך כּסדר אויפֿגעבלאָזן אַ העצערישע כוואַליע פֿון שׂינאה און אומצוטרוי. פּוטין און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן באַשולדיקט וואַשינגטאָן אינעם אונטעררײַסן בכּיוון די פֿינאַנציעלע און עקאָנאָמישע זײַלן פֿון דער וועלט; אינעם "רוסישן מוזיי" אין פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון וויליאַם ברוּי, אַן אייגנאַרטיקער קינסטלער, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ יורש פֿון די טראַדיציעס פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד. ברוּי האָט זיך קונה־שם געווען ניט נאָר דורך זײַנע קינסטלערישע ווערק, נאָר אויך דורך זײַן אָריגינעלן לעבנסשטייגער. זײַן לעבן איז תּמיד אַ פֿאָרשטעלונג, דערבײַ פֿאַרמאָגט ער אַ באַזונדערן טאַלאַנט פֿאַר צוציִען צו זיך באַרימטע, חשובֿע און רײַכע פּערזענלעכקייטן. אין משך פֿון די יאָרן האָט ער געשאַפֿן אַרום זיך אַ מין מיטאָס, וואָס איז אַ געמיש פֿון ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע עלעמענטן. מיט צוויי יאָר צוריק, ווען איך בין געווען צו גאַסט אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, האָב איך געהאַלטן בײַם קויפֿן אַ פּאָר שיך אין אַ קלייט, ווען ד״ר מאַרטין (מרדכי) שוואַרץ פֿון בערקלי־אוניווערסיטעט האָט מיר אָנגעקלונגען אויף מײַן מאָביל־טעלעפֿאָן. נאָכן שמועס האָט דער שוך־פֿאַרקויפֿער מיך געפֿרעגט, צי דאָס איז געווען "דער" פּראָפֿ׳ מרדכי שוואַרץ. "איר קענט אים?" האָב איך געגעבן אַ פֿרעג. "יעדער אין בערקלי קען מאַרטין שוואַרץ; ער איז דאָך איינער פֿון די מערקווערדיקסטע פּערזענלעכקייטן אין דער שטאָט". צוליב דעם וואָס פֿינלאַנד געפֿינט זיך אין שכנות מיט שוועדן, מאַכן אַ סך מענטשן דעם טעות, אַז דאָס איז אַ סקאַנדינאַוויש לאַנד. ס׳איז אָבער נישט אמת. דאָס זעט מען, ערשטנס, דורך זײַן לשון: פֿיניש איז נישט קיין צפֿון־גערמאַנישע שפּראַך ווי שוועדיש, דעניש און נאָרוועגיש, נאָר שטאַמט פֿון דער אוגראַ־פֿינישער שפּראַך־משפּחה, אַזוי ווי אונגאַריש און עסטיש. לויט אַ זשורנאַליסט פֿון דער "דזשערוסאַלעם פּאָסט" (Jerusalem Post), מײַקל פֿרוינד, שיידן זיך די פֿינלענדער אויך אונטער אויף אַן אַנדער אופֿן: אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן שכן, שוועדן, למשל, וואָס איז בפֿירוש נעגאַטיוו־געשטימט צו דער ייִדישער מדינה — אַ פֿאַקט וואָס האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן נאָך דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה מיט זעקס חדשים צוריק עס איז אָנגענומען אין דער דעמאָקראַטישער וועלט, אַז יעדע נײַע רעגירונג געניסט פֿון אירע "ערשטע הונדערט טעג פֿון חסד" בײַ דער "מעדיאַ" — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּובליציסטיק, און בײַ דער "עפֿנטלעכער מיינונג", וועמען די פּובליציסטיק באַדינט. בײַ אונדז איז דאָס געוואָרן סײַ אַ מיטאָס און סײַ אַ ריטואַל. די ערשטע הונדערט טעג זענען די טעג פֿון דעם עפנטלעכן עקזאַמען, וועלכן די רעגירונג דאַרף אַדורכמאַכן, כּדי צו באַקומען דעם "הכשר" פֿון איר עפֿעקטיווקייט און אויסטויגעוודיקייט — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק — אין איר פֿאַרמעסט מיט די לויערנדיקע געפֿאַרן פֿון דער ווירקלעכקייט. ווי מיר האָבן עס שוין באַהאַנדלט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער בייזער מכשף בלעם, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער לאָזט אים נישט צו שעלטן די ייִדן, זיך דערטראַכט צו אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן די מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, כּדי די ייִדן זאָלן אָנהייבן זינדיקן מיט זיי, און זאָלן מיט דעם ברענגען זיך אַליין אַ היזק. אַ טייל פֿון די פֿרעמדע פֿרויען האָבן טאַקע פֿאַרפֿירט די ייִדן, און האָבן זיי אײַנגערעדט צו דינען זייער עבֿודה-זרה; עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע מגפֿה, אין וועלכער עס זענען אומגעקומען 24 טויזנט נפֿשות. באָריס בערעזאָווסקין האָב איך "לעבעדיקערהייט" געזען בלויז איין מאָל, מיט אַ יאָר זיבן צוריק, ווען מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד. יענע דערפֿאַרונג האָט, אין מײַנע אויגן, געוואָרפֿן אַזאַ אומחן אויף אים, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג רופֿט ער אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. בערעזאָווסקי האָט אויף זיך אַרויפֿגעצויגן די מאַסקע פֿון אַ דיסידענט, אַ קעמפֿער פֿאַר דעמאָקראַטיע, אָבער בײַ מיר — טוט מיט מיר וואָס איר ווילט — האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז זײַן הויפּט-ציל איז נקמה. וואָס מ׳האָט באמת נישט ליב אין פֿראַנקרײַך, איז נאָכצומאַכן די אַמעריקאַנער! נעמט, למשל, דעם פּרעזידענט סאַרקאָזי. באַשליסנדיק זיך צו ווענדן צו זײַן פֿאָלק, האָט ער נישט נאָכגעמאַכט דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, דאָס הייסט, נישט אויפֿגעטראָטן אין עפּעס אַן אוניווערסיטעט מיט אַ פּאָליטישער דרשה, וואָס דאַרף ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס און יעדן געפֿעלן ווערן. דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָגראַם־רעדע דעם עליזעי־פּאַלאַץ גופֿא (זײַן אייגענע רעזידענץ), טוט נאָר אַ קוק, רבותי, דאָס וווּנדערלעך פֿאָלק וואָס מיר ייִדן זענען! הונדערטער יאָרן לאַנגע, ווײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, איז גלײַך, ווי ס׳האָט זיך געעפֿנט פֿאַר אונדז אַ שפּאַרונקע פֿון אַ מעגלעכקייט, האָבן מיר גענומען באַלד טועם זײַן פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור. און אַז מיר האָבן פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון איר ליטעראַטור, קונסט און מוזיק, דאָ האָט פֿונעם ייִדיש־פֿאַרשלאָסענעם קוואַל אַ שפּאַר געטאָן אַ כּוח טאַלאַנטן וואָס האָט אין דער וועלט אַרויסגערופֿן התפּעלות! אויף טעלעוויזיע, קאַנאַל דרײַצן, ווײַזט מען אַ גאַנצע געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק, פֿון וואַנען אונדזער פֿאָלק שטאַמט, ווי אַזוי מיר האָבן זיך דאָראָבעט צום לאַנד כּנען, וואָס מיר האָבן שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין ארץ־ישׂראל. די שופֿטים, די מלאכים, די נבֿיאים. ווי אַזוי מיר האָבן זיך פֿאַרוואַלגערט אין נבֿוכדנצרס לאַנד בבֿל, וואָס אַמאָל האָט עס געהייסן מעסאָפּאָטאַמיע און הײַנט איראַק, דעם חורבן בית־ראשון, און אַזוי ווײַטער ביז די רוימער. איר געדענקט, אַ פּנים, ווי אין דעם פֿילם Moonstruck (וואָס איך האָב ליב און נעם אויף ווי, אין תּוך אַרײַן, אַ ייִדישע געשיכטע מיט איטאַליענישע פּערסאָנאַזשן) זאָגט צום סוף דער פֿאַרוויינטער עלטערער קאַסטאָריני: I am confused, "איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט" — דער זקן האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, מיט וועמען זײַן אייניקל גייט חתונה האָבן. אַזוי האָבן לעצטנס געהאַלטן בײַם פֿאַרפּלאָנטערן זיך די בריטישע ריכטער. |