פּאָליטיק

באָריס בערעזאָווסקין האָב איך "לעבעדיקערהייט" געזען בלויז איין מאָל, מיט אַ יאָר זיבן צוריק, ווען מיר איז אויסגעקומען צו זײַן אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד. יענע דערפֿאַרונג האָט, אין מײַנע אויגן, געוואָרפֿן אַזאַ אומחן אויף אים, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג רופֿט ער אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. בערעזאָווסקי האָט אויף זיך אַרויפֿגעצויגן די מאַסקע פֿון אַ דיסידענט, אַ קעמפֿער פֿאַר דעמאָקראַטיע, אָבער בײַ מיר — טוט מיט מיר וואָס איר ווילט — האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז זײַן הויפּט-ציל איז נקמה. ער וויל זיך צערעכענען מיט די לײַט, וועלכע האָבן אים אַרויסגעשטופּט אי פֿונעם קרײַז מאָסקווער דאה-זאָגערס אי פֿון רוסלאַנד בכלל. מע האַלט דאָך, אַז בערעזאָווסקי האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין שטעלן וולאַדימיר פּוטינען בײַם רודער פֿונעם לאַנד.

אין באָריס יעלצינס צײַטן האָט בערעזאָווסקי זיך אויפֿגעפֿירט מעשׂה באַלעבאָס פֿון רוסלאַנד. ער האָט מער ווי אַלע אַנדערע פֿאַרקערפּערט דעם אימאַזש פֿון אַן "אָליגאַרך", דאָס הייסט אַ מענטש, וואָס האָט ניט נאָר גוט אָפּגעשניטן אין דעם כאַאָס פֿון דע-סאָוועטיזירונג, אָבער אויך זיך באַשעפֿטיקט מיט מלוכה-פּאָליטיק, מאַניפּולירט מיט דער האַלב-געבאַקענער דעמאָקראַטישער סיסטעם פֿון רוסלאַנד. וולאַדימיר פּוטין האָט דערקוועטשט אי די דאָזיקע סיסטעם אי די אָליגאַרכן. דער סוף איז געווען, אַז אין 2001 האָט בערעזאָווסקי געמוזט זיך באַזעצן אין לאָנדאָן, וווּ ער האָט אין 2003 באַקומען אָפֿיציעל אַ מקום-מיקלט.

פֿון דעמאָלט אָן הערט ער ניט אויף צו רייצן פּוטינען. שוין ניט איין מאָל האָט די רוסישע פּראָקוראַטור געבעטן דעם בריטישן צד אַרויסצוגעבן בערעזאָווסקין, מע זאָל אים מישפּטן אין רוסלאַנד — כּלומרשט פֿאַר כּלערליי פֿינאַנציעלע קונצן, וועלכע האָבן טײַער אָפּגעקאָסט דער רוסישער עקאָנאָמיע. שפּעטער האָט זיך די רוסישע רעגירונג שטאַרק באַליידיקט, ווען בערעזאָווסקי האָט אַ זאָג געטאָן, אַז פֿון פּוטינען און זײַן סבֿיבֿה קען מען פּטור ווערן נאָר בגוואַלד. דאָ האָט זיך שוין געדאַרפֿט אַרײַנמישן די בריטישע רעגירונג און דערמאָנען בערעזאָווסקין, אַז אַזעלכע זאַכן טאָר מען ניט זאָגן.

אָבער אין גרויס-בריטאַניע האַלט מען — און מע איז בלי-ספֿק גערעכט — אַז עס וואָלט געווען אַ משוגעת, צי אפֿשר אַפֿילו אַ פֿאַרברעכן, צו פֿאַרלאָזן זיך אויף דער רוסישער יוסטיץ-סיסטעם, וועלכע טוט בדרך-כּלל דאָס וואָס עס גלוסט זיך איר אין דעם מאָמענט און ווי עס טויג פֿאַר דער מאָסקווער קנופֿיה. די גאַנצע וועלט האָט שוין געזען, ווי מע האָט עס געטאָן, און מע טוט נאָך אַלץ, מיט מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקין.

דער טומל אַרום בערעזאָווסקין איז געוואָרן נאָך שטאַרקער, ווען אין לאָנדאָן האָט מען אָפּגעסמט דעם געוועזענעם רוסישן אַגענט אַלעקסאַנדער ליטווינענקאָ. ביידע מענטשן זײַנען געווען ענג פֿאַרבונדן צווישן זיך. ליטווינענקאָ האָט געטענהט, אַז אים האָט מען געהאַט געגעבן אַ קאָמאַנדע צו הרגענען בערעזאָווסקין, אָבער דער אַגענט האָט באַשלאָסן עס ניט צו טאָן און, ווי אַ פּועל-יוצא, האָט ער זיך באַזעצט אין לאָנדאָן, געשטיצט מצד דעם ווער עס האָט געדאַרפֿט (אויב מיר זײַנען גרייט אויפֿצונעמען די גאַנצע געשיכטע פֿאַר ריין געלט) צו פֿאַלן ווי אַ קרבן פֿון דעם פֿאַרפּלאַנירטן אַטענטאַט.

בערעזאָווסקיס נאָמען ווערט ניט פֿאַרגעסן אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אין אוקראַיִנע האָט ער געהאַט געגעבן מיליאָנען אויף צו שטיצן די "אָראַנזש"-קאָאַליציע. אָבער דערנאָך האָט ער זיך געכאַפּט, אַז די דאָזיקע געלטער זײַנען אַוועק ערגעץ אין אַ זײַט. איצט האָט ער פֿאַרפֿירט אַ לעגאַלן ענין קעגן עטלעכע אוקראַיִנישע פּאָליטיקער. בינו-לבינו, האָט מען אים אינטערוויויִרט וועגן די אַטענטאַטן אויף וויקטאָר יושטשענקאָ, דעם פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע — עפּעס אַ מחותּן איז בערעזאָווסקי געווען אויך אין דעם עפּיזאָד.

עס לאָזט בערעזאָווסקין ניט שלאָפֿן רויִק אויך די ירושה פֿון זײַן נאָענטן שותּף, באַדרי פּאַטאַרקאַצישווילי. דער דאָזיקער גרוזינישער ייִד, וואָס איז געשטאָרבן אין פֿעברואַר 2008, איז דאָך געווען דער רײַכסטער מענטש אין גרוזיע. טענהט בערעזאָווסקי, אַז אַ העלפֿט פֿון דער ירושה געהערט צו אים. מיט דעם איז כּלומרשט פֿאַרבונדן דער גורל פֿונעם אַמעריקאַנער אַדוואָקאַט עמנואל זעלצער, וואָס זיצט, נעבעך, אין תּפֿיסה אין ווײַסרוסלאַנד. עס גייען אַרום קלאַנגען, אַז פֿאַרשפּאַרט האָט אים אַהין בערעזאָווסקי... הקיצור, דזשיימס באָנד קען זיך פֿאַרבאַהאַלטן — ער איז אַ צוציק אין פֿאַרגלײַך מיט אָט דער פֿאַרדרייטער סיפּער-המעשׂה, וואָס בערעזאָווסקיס לעבן טראָגט אונטער.

אין יוני האָט דאָס לעבן אָנגעשריבן נאָך דרײַ עפּיזאָדן אין בערעזאָווסקיס סאַגע. אין רוסלאַנד האָט מען אים הינטער־אויגיק פֿאַרמישפּט אויף 13 יאָר. מע באַשולדיקט אים אין אַ גנבֿה: ער זאָל האָבן גענומען 5,560 אויטאָס פֿון דער פֿאַבריק, פֿאַרקויפֿט זיי, און די פֿאַבריק, "אַווטאָוואַז", האָט פֿאַר דער "טראַנזאַקציע" גאָרנישט באַקומען. בערעזאָווסקי האָט אויך פּראָבלעמען אין בראַזיל, וווּ מע באַשולדיקט אים אין ריין-וואַשן גרויסע סומעס געלט דורך אינוועסטיציעס אין פֿוטבאָל-קלובן.

מיט צוויי יאָר צוריק האָט מען אים אין רוסלאַנד, אויך הינטער־אויגיק, געגעבן 6 יאָר פֿאַר אַן אַנדער גנבֿה — פֿון "אַעראָפֿלאָט". אַרום יענעם ענין פֿירט די אויספֿאָרשונג אויך די פֿראַנצויזישע פּראָקוראַטור. מע האָט אַ חשד, אַז די "אַעראָפֿלאָט"-געלטער האָט בערעזאָווסקי אַרײַנגעלייגט אין אַ נחלה אין דרום-פֿראַנקרײַך — איינע פֿון די טײַערסטע נחלות אויף דער רעוויערע. מע האַלט, אַז ער האָט דאָס געלט אַריבערגעפֿירט פֿון רוסלאַנד קיין פֿראַנקרײַך דורך אַ פּאָר שווייצער פֿירמעס. די טעג האָט מען אין דער שווייץ צוגעזאָגט איבערצוגעבן די פֿראַנצויזן די גאַנצע דאָקומענטאַציע פֿון בערעזאָווסקיס קאָנטעס אין די בענק.

אויך אין יוני האָבן בריטישע צײַטונגען דערציילט וועגן אַ ברוגז צווישן בערעזאָווסקין און ניקאָלאַס עדמיסטאָן. טאָמער אײַך איז ניט באַקאַנט דער נאָמען פֿון ניקאָלאַס עדמיסטאָן, הייסט עס, אַז איר קויפֿט ניט קיין טײַערע יאַכטעס. ער, עדמיסטאָן, איז דער סאַמע באַוווּסטער אַגענט אין אַזעלכע קניות. דורך אים האָט בערעזאָווסקי מיט דרײַ יאָר צוריק געקויפֿט, פֿאַר 170 מיליאָן פֿונט, די יאַכטע "דאַריוס" — איינע פֿון זעקס בעסטע יאַכטעס אין דער גאָרער וועלט. לעצטנס האָט בערעזאָווסקי די דאָזיקע שיף, מיט כּל-טובֿ אויף אירע זיבן דעקן, פֿאַרקויפֿט פֿאַר 217 מיליאָן. אָבער עדמיסטאָנען האָט ער קיין פּרוטה ניט באַצאָלט, כאָטש יענער טענהט, אַז דער קונה, אַן אַראַבער קורח, איז געקומען דורך אים.

בערעזאָווסקי איז איצט אַ סך אָרעמער ווי אַ מאָל. דאָך שטעלט אים דער זשורנאַל "פֿאָרבס" צווישן די רײַכע מענטשן, וואָס האָבן אַ ביליאָן דאָלאַר. מיט אַזעלכע געלטער וועט ער, אַ פּנים, אויך ווײַטער ניט זיצן רויִק.