וואָס מ׳האָט באמת נישט ליב אין פֿראַנקרײַך, איז נאָכצומאַכן די אַמעריקאַנער! נעמט, למשל, דעם פּרעזידענט סאַרקאָזי. באַשליסנדיק זיך צו ווענדן צו זײַן פֿאָלק, האָט ער נישט נאָכגעמאַכט דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ, דאָס הייסט, נישט אויפֿגעטראָטן אין עפּעס אַן אוניווערסיטעט מיט אַ פּאָליטישער דרשה, וואָס דאַרף ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס און יעדן געפֿעלן ווערן. דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָגראַם־רעדע דעם עליזעי־פּאַלאַץ גופֿא (זײַן אייגענע רעזידענץ), דערצו נאָך אויפֿגעטראָטן סײַ פֿאַר דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג און סײַ פֿאַרן סענאַט. דאָס לעצטע מאָל ווען אַ פֿראַנצויזישער פּרעזידענט איז אויפֿגעטראָטן פֿאַר ביידע פּאַלאַטעס אין איין צײַט איז געווען דאָס יאָר 1875, און צוליב דעם איז דעמאָלט אָנגענומען געוואָרן אַ ספּעציעלע ענדערונג אינעם געזעץ.
דער דאָזיקער פֿאַקט האָט צוגעגעבן זײַן אויפֿטריט אַ באַזונדערע פּיקאַנטקייט, אָבער אויך געשאַפֿן אַ סיכסוך: אינעם פּאַלאַץ זײַנען נישט געקומען די קאָמוניסטן און די "גרינע", וואָס האָבן באַשולדיקט דעם פּרעזידענט אין "מאָנאַרכיסטישע שטיק" און אין "באַגרענעצן די פֿולמאַכט פֿונעם פּאַרלאַמענט".
וועגן וואָס זשע האָט דער פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי גערעדט?
דעם 22סטן יוני, אויפֿטרעטנדיק פֿאַר די אויסגעוויילטע פֿאָרשטייער פֿונעם פֿאָלק, האָט סאַרקאָזי אָנגערירט אַ ברייטן פּראָבלעם־ספּעקטאָר אין געביט פֿון עקאָנאָמיע און אינערלעכער פּאָליטיק פֿון פֿראַנקרײַך. אָבער אַ גרויסן רעש אין דער פּרעסע האָט אַרויסגערופֿן זײַן שטיצן די איניציאַטיוו פֿון דער נאַציאָנאַלער פֿאַרזאַמלונג צו פֿאַרווערן דאָס טראָגן פּאַראַנדזשעס, די מוסולמענישע טוכן פֿאַר פֿרויען, אין די געזעלשאַפֿטלעכע ערטער. לויט די ווערטער פֿון סאַרקאָזי, מיינט דאָס טראָגן די טוכן אַן אָפֿענע פֿרויען־דיסקרימינאַציע. "פּאַראַנדזשע איז נישט קיין סימבאָל פֿון גלויבן, — האָט ער דערקלערט, — נאָר אַ סימבאָל פֿון פֿאַרשקלאַפֿן די פֿרוי; און אַזאַ זאַך איז נישט צו דערלאָזן אין אונדזער פֿרײַ לאַנד." די פּאַרלאַמענטאַרן האָבן באַגריסט זײַנע ווערטער מיט אַפּלאָדיסמענטן. מע דאַרף דאָ דערמאָנען, אַז די דעבאַטעס אַרום די מוסולמענישע טוכן און בגדים, גייען שוין אָן זינט דעם יאָר 2004, ווען ס׳איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אַ פֿאַרווער צו טראָגן אין די שולן רעליגיעזע צייכנס און אַטריבוטן, וואָס וואַרפֿן זיך אין די אויגן. ערשט דאָ נישט לאַנג האָט אַ צווישן־פּאַרטיייִשע גרופּע בײַם פּאַרלאַמענט גערופֿן דורכצופֿירן אַ ספּעציעלע אויספֿאָרשונג, כּדי אויסצוקלאָרן, צי די מוסולמענישע טוכן און קליידער רײַסן נישט אונטער דעם סעקולערן כאַראַקטער פֿון דער פֿראַנצויזישער מלוכה; צי טראָגן זיי זייערע טוכן און קליידער לויטן אייגענעם ווילן, צי געצוווּנגענערהייט?
פֿאַרענדיקט מיט די קליידער, האָט ניקאָלאַ סאַרקאָזי געמאָלדן, אַז גאָר אין גיכן וועלן אין פֿראַנקרײַך פֿאָרקומען ענדערונגען אין דער רעגירונג. די סיבה צו רעפֿאָרמירן דעם מיניסטאָרן־קאַבינעט ליגט אין די דעמיסיעס פֿון אַ צאָל מיניסטאָרן, וואָס זײַנען מיט עטלעכע וואָכן צוריק אויסגעוויילט געוואָרן אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. מע דאַרף דאָ גלײַך זאָגן: די האָפֿענונגען פֿון די עקספּערטן, אַז די באַפֿרײַטע מיניסטער־פּאָזיציעס וועלן פֿאַרנעמען פֿאָרשטייער פֿון דער "גרינער"־פּאַרטיי און מיטגלידער פֿון אימיגראַנטישע פֿאַמיליעס, האָבן זיך נישט פֿאַרווירקלעכט. אמת, די 36־יאָריקע ראַמאַ יאַדע, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון סענעגאַל, האָט באַקומען דעם פּאָסטן פֿון ספּאָרט־מיניסטער. איר פֿריִערדיקע שטעלע — באַפֿולמעכטיקטער בײַ דער רעגירונג פֿאַר מענטשן־רעכט — האָט פּרעזידענט סאַרקאָזי בכלל ליקווידירט.
דער פּרעזידענט האָט אויך באַטאָנט די דערפֿאָלגן פֿון די "גרינע" בעת די וואַלן אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט: אינעם עליזעי־פּאַלאַץ איז אַרויסגעבראַכט געוואָרן דער פֿאָרשלאָג אײַנצופֿירן אַ שטײַער־אָפּצאָל פֿאַר די אונטערנעמונגען, וואָס וואַרפֿן אַרויס אין דער אַטמאָספֿער קוילנזויער־גאַז; ווי אויך אַ צוזאָג, אַז די "רעגירונגס־פּאָליטיק וועט זײַן מער עקאָלאָגיש".
דאָס אַלץ וואָלט אויסגעזען זייער גוט און שיין, אָבער ווען סאַרקאָזי איז געקומען אין זײַן רעדע צו די עקאָנאָמישע פֿראַגן און צו זײַן דערקלערן, ווי אַזוי ער זעט דעם וועג אַרויסצוקריכן פֿון דעם קריזיס, האָט ער פּלוצעם אָנגעהויבן זײַן ענלעך צו... פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ! בײַם אָנהייב האָט ער געזאָגט, אַז אײַנצופֿירן אינעם לאַנד דעם רעזשים פֿון שטרענגער עקאָנאָמיע, כּדי צו קירצן דעם בודזשעט־דעפֿיציט, — האָט נישט קיין זין; און גלײַך האָט ער צוגעגעבן, אַז די רעגירונג האָט נישט קיין כּוונות צו העכערן די שטײַערן און קירצן די אינוועסטיציעס אין לאַנגדויערנדיקע פּראָיעקטן.
שטעלט זיך די פֿראַגע: וווּ וועט זיך אויסזוכן געלט צו דעקן די אַלע אויסגאַבן, ווען די אינדוסטריע פֿאַלט און די אַרבעטלאָזיקייט וואַקסט? לאָזט זיך אויס, אַז דער פּרעזידענט און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן בדעה אײַנצופֿירן אַ מלוכה־הלוואה, וואָס די אַלע מיטלען וועלן זײַן אויסגענוצט בײַם קעמפֿן מיטן קריזיס. פּרעכטיק, עס וויל זיך אָבער וויסן, צי באַזירט זיך אַזאַ מעלדונג אויף קאָנקרעטע חשבונות; צי וועט דערמעגלעכן אַזאַ הלוואה צו פֿאַרלאַטעווען די לעכער אינעם בודזשעט? ניין, קיין שום חשבונות האָט דער פּרעזידענט נישט געבראַכט, דערפֿאַר אָבער האָבן זײַנע ווערטער געהאַט אַ גרויסן עפֿעקט, ווען ער האָט באַטאָנט: "דאָס פֿאָלק אַליין וועט זיך אַרויסשלעפּן פֿון דעם קריזיס"!
ריידנדיק וועגן דער פּענסיע־רעפֿאָרם, האָט סאַרקאָזי געזאָגט, אַז די דאָזיקע פֿראַגע וועט די רעגירונג באַהאַנדלען אין דער נאָענטסטער צײַט. "מיר וועלן אַרומרעדן אַלע מעגלעכקייטן", האָט צוגעזאָגט דער פּרעזידענט, און דערבײַ נישט פֿאַרפּינקטלעכט, צי וויל ער דאָס לעבן פֿון די פּענסיאָנערן מאַכן לײַכטער, צי פֿאַרקערט — שווערער. די פּענסיע־פֿראַגע שטייט אויפֿן סדר־היום אין פֿראַנקרײַך שוין פֿון לאַנג. הײַנט גייט מען דאָרט אַרויס אויף פּענסיע צו 60 יאָר, וואָס איז אַ סך פֿריִער ווי אין אַלע אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער. אין דײַטשלאַנד, למשל, פּענסיאָנירט מען בײַ 65 יאָר, און לעצטנס, האָט מען צוגעגעבן נאָך צוויי יאָר. לײַדער, דאָס העכערן די פּענסיע־עלטער, פֿון איין זײַט, און דאָס קריגן ווייניקער געלט פֿאַרן בודזשעט, פֿון דער אַנדערער זײַט, מאַכט די פּראָבלעם נאָך שאַרפֿער, און די עלטער פֿון פּענסיאָנירן וואַקסט כּסדר. אין דער זעלבער צײַט, וואַקסט די אַרבעטלאָזיקייט און די אומצופֿרידנקייט פֿון דער באַפֿעלקערונג.
ריידנדיק וועגן דעם פֿינאַנציעלן וועלט־קריזיס, האָט סאַרקאָזי באַשטעטיקט, אַז די רעגירונג וועט אויך ווײַטער קעמפֿן פֿאַר אַ "קאָנטראָל איבער די פֿינאַנץ־מערק אין דער וועלט". וואָס וועלן זײַן די מעכאַניזמען, פֿאַרנעם און דער גערעם פֿון אַזאַ קאָנטראָל? ווער דאַרף אים רעאַליזירן? די אַלע פֿראַגעס זײַנען געבליבן אָן אַן ענטפֿער.
יאָ, די פֿראַנצויזן, בראָש מיט זייער פּרעזידענט, האָבן טאַקע נישט ליב נאָכצומאַכן די אַמעריקאַנער. אָבער וואָס טוט מען, ווען קיין אַנדער ברירה איז נישטאָ?