מוזיק
פּראָפֿ׳ מרדכי שוואַרץ
פּראָפֿ׳ מרדכי שוואַרץ
Credit: Peg Skorpinski

מיט צוויי יאָר צוריק, ווען איך בין געווען צו גאַסט אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, האָב איך געהאַלטן בײַם קויפֿן אַ פּאָר שיך אין אַ קלייט, ווען ד״ר מאַרטין (מרדכי) שוואַרץ פֿון בערקלי־אוניווערסיטעט האָט מיר אָנגעקלונגען אויף מײַן מאָביל־טעלעפֿאָן. נאָכן שמועס האָט דער שוך־פֿאַרקויפֿער מיך געפֿרעגט, צי דאָס איז געווען "דער" פּראָפֿ׳ מרדכי שוואַרץ. "איר קענט אים?" האָב איך געגעבן אַ פֿרעג. "יעדער אין בערקלי קען מאַרטין שוואַרץ; ער איז דאָך איינער פֿון די מערקווערדיקסטע פּערזענלעכקייטן אין דער שטאָט". ער האָט דאָס אויסגעדריקט מיט אַזאַ מינע, ווי איינער וויל זאָגן — "ווי קען מען אַזאַ טשיקאַווע בריאה פֿאַרגעסן?" אינעם באַקאַנטן שרײַבער מײַקל שאַבאָנס אַן עסיי וועגן "די וווּנדער" פֿון זײַן היימשטאָט, בערקלי, דערמאָנט דער מחבר אַ "פֿאַנאַטישן זאַמלער פֿון טערקישער קלעזמער־מוזיק פֿון די 1920ער יאָרן"; אַ בולטער אָנווײַז אויף שוואַרצן. הײַנט באַקלאָגט זיך דער זאַמלער, אַז, "קודם־כּל, בין איך נישט קיין פֿאַנאַטיקער; צווייטנס — באַשטייען די רעקאָרדירונגען פֿון קלעזמער־קאַפּעליעס וואָס האָבן רעקאָרדירט אויף גריכישע און טערקישע פּלאַטע־פֿירמעס, אָבער זיי שפּילן נישט קיין טערקישע קלעזמער־מוזיק! דריטנס — שטאַמען די פּלאַטעס פֿון די 1910ער יאָרן, נישט פֿון די 1920ער, און לסוף, בין איך אַן אמתער מענטש וואָס לעבט, מיט אַ נאָמען, און נישט קיין ‘כאַראַקטער’ פֿאַר עמעצנס עסיי אָדער דערציילונג!"

אַ וועלט־באַקאַנטער מומחה אין אַלטע איראַנישע שפּראַכן און רעליגיעס, בפֿרט אין זאָראָאַסטראָניזם, האָט מרדכי שוואַרץ געמאַכט אַ נאָמען פֿאַר זיך אין די 1970ער יאָרן ווי דער בעסטער זאַמלער פֿון אַלטע קלעזמער־רעקאָרדירונגען; און נישט נאָר אַ זאַמלער, נאָר אויך אַ קענער, אַ מוזיקאָלאָג, וואָס באַנעמט די מוזיק מיט עמקות. ווען די ערשטע פּלאַטע פֿון דער בערקלי־גרופּע "די קלעזמאָרים" איז אַרויס אין 1978, האָט דער קאַפּעלמײַסטער, לעוו ליבערמאַן, באַדאַנקט פּראָפֿ׳ שוואַרץ פֿאַר זײַן זאַמלונג פֿון פּלאַטעס, וואָס האָבן דערמעגלעכט דעם דאָזיקן ערשטן שפּראָץ פֿון דער נײַער "קלעזמער־אויפֿלעבונג". "די קלעזמאָרים" איז געווען די ערשטע גרופּע צו נאַשן פֿון זײַן זאַמלונג, אָבער נישט די לעצטע. ווען די פּלאַטע־פֿירמע "פֿאָלקליריק" האָט אַרויסגעלאָזט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון אַלטע רעקאָרדירונגען אין 1983 — "קלעזמער־מוזיק: אַלטע אינסטרומענטאַלע ייִדישע מוזיק — ערשטע רעקאָרדירונגען 1908—1927" — האָבן די יונגע מוזיקער, וואָס האָבן זיך אינטערעסירט אין קלעזמער־מוזיק, סוף־כּל־סוף, געקענט הערן די אַלטע, פֿאַרשיידענע ייִדישע מעלאָדיעס און סטילן, כּדי צו שטודירן דעם ייִדישן פֿאָלקס־קלאַנג.

פּראָפֿ׳ שוואַרץ האַלט אויך לעקציעס וועגן די טערקישע, גריכישע און ייִדישע מוזיקאַלישע פּאַראַלעלן איבער דער וועלט. ער האָט געזאַמלט אַלטע פּלאַטעס פֿון די שכנותדיקע פֿעלקער אין מיזרח־אייראָפּע, בפֿרט פֿון די טערקן און גריכן, און האָט נישט איין מאָל געהערט די זעלביקע מעלאָדיעס בײַ צוויי אָדער מער פֿון די עטנישע פֿעלקער. אַפֿילו באַקאַנטע ייִדישע ניגונים, ווי "דער רבי האָט געהייסן פֿריילעך זײַן" (באַקאַנט אויך ווי "רב דודל פֿון טאָלנע"), האָבן די גריכישע מוזיקער אויך רעקאָרדירט מיט גריכישע ווערטער. יעדעס פֿאָלק שפּילט די מעלאָדיעס אַ ביסל אַנדערש, אָבער די ענלעכקייטן מאַכן אַ רושם אויפֿן צוהערער דאָס ערשטע מאָל. אַ מעלאָדיע וואָס מע האַלט ווי אַן עכט ייִדישע, ווערט געשפּילט מיט באַגײַסטערונג און געפֿיל פֿון... גריכן? שוואַרץ איז אויך אַן עקספּערט אינעם גריכישן מוזיק-זשאַנער — "רעבעטיקאַ" — (אַגבֿ, זענען צוויי פֿון די בעסטע זינגערינס פֿון "רעבעטיקאַ" ייִדישע גריכישע פֿרויען). ער האָט אַרויסגעגעבן אַ וויכטיקע "רעבעטיקאַ"־רעקאָרדירונג פֿון זײַן זאַמלונג און איינע פֿון זײַנע טעאָריעס איז, אַז די מוזיקאַלישע פֿאַרבינדונגען צווישן דער קלעזמער־מוזיק און דער גריכישער פּראָלעטאַרישער מוזיק, "רעבעטיקאַ", זענען ספּעציעל נאָענטע.

זײַן זאַמל־אַרבעט האָט ער אָנגעהויבן נאָך זײַענדיק אַ סטודענט אין ניו־יאָרק, אין די 1960ער יאָרן. זײַן מאַמע, אַ פֿײַנע פֿאָלק־זינגערין פֿון בריסק, האָט אין אים אײַנגעפֿלאַנצט אַ ליבע צום ייִדישן ליד און צו דער ייִדישער מוזיק בכלל. ער דערציילט, אַז "זי האָט תּמיד געזונגען. דורך געזאַנג איז זי בײַגעקומען אירע צרות; דאָס אויפֿוואַקסן אין אַ יתומים־הויז, צווישן אַנדערע. ווען מײַן טאַטע איז געשטאָרבן, האָט זי געשאַפֿן אירע אייגענע ווערטער און זיי צוגעגעבן צו אַ באַקאַנט ליד. דאָס זינגען איז געווען איר לעבן."

אַזוי ווי שוואַרץ האָט געקענט גריכיש, טערקיש, ייִדיש און העברעיִש האָט ער געקענט געפֿינען די אַלטע 78־פּלאַטעס און איבערלייענען די טיטלען, וואָס אַנדערע זאַמלערס זענען נישט מסוגל געווען צו טאָן. אויף זײַן וועבזײַטל שרײַבט לעוו ליבערמאַן, אַז מרדכי שוואַרץ איז געווען דער איינציקער וואָס האָט, אין די 1970ער יאָרן, געקויפֿט, סיסטעמאַטיש געזאַמלט און אפֿשר, דער עיקר, פֿאַרשטאַנען די מוזיק וואָס ער האָט געזאַמלט. שוואַרץ האָט אויפֿגעכאַפּט וויכטיקע סטיליסטישע שטריכן אין קלעזמער־מוזיק און זיי פֿאָרגעזונגען פֿאַר די מוזיקער. ליבערמאַן געדענקט די לאַנגע שעהען, ווען די מוזיקער אין זײַן קאַפּעליע האָבן זיך צוגעהערט צו שוואַרצס אַלטע פּלאַטעס, און צו זײַנע וויכטיקע באַמערקונגען וועגן זיי. די רעקאָרדירונגען זענען געווען "ווערט גאָלד" — אַ ייִדישע וועלט פֿון אַמאָל איז אַנטפּלעקט געוואָרן.

א דאַנק שוואַרצס זאַמל־אַרבעט האָבן די נײַע קלעזמאָרים באַקומען, מיט אַ מאָל, אַן "אַלטע היים", פֿול מיט מוזיק און עמאָציע. די קלעזמאָרים פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט זענען פּלוצעם געוואָרן לעגענדאַרישע פֿיגורן: מוזיקער, ווי די קלאַרנעטיסטן דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן; קאַפּעליעס ווי דער רומענישער "בעלף אָרקעסטער", און די אַמעריקאַנער אָרקעסטערס פֿון אייב שוואַרץ, הערי קאַנדאַל, און די "בויבעריקער־קאַפּעליע".

הײַנט זאַמלט פּראָפֿ׳ מאַרטין שוואַרץ ווייניקער פּלאַטעס, אָבער אַלע וויכטיקע פֿאָרשערס פֿון קלעזמער־מוזיק שטעלן זיך אין קאָנטאַקט מיט אים צו הערן זײַנע געדאַנקען און זיך האַלטן אַן עצה אויף דער טעמע. זײַן מבֿינות אויף דער ייִדישער אינסטרומענטאַלער פֿאָלקמוזיק און אויפֿן אַלטן ייִדישן געזאַנג־סטיל האָבן אים געמאַכט אַ נאָמען אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט.