אויף טעלעוויזיע, קאַנאַל דרײַצן, ווײַזט מען אַ גאַנצע געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק, פֿון וואַנען אונדזער פֿאָלק שטאַמט, ווי אַזוי מיר האָבן זיך דאָראָבעט צום לאַנד כּנען, וואָס מיר האָבן שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין ארץ־ישׂראל. די שופֿטים, די מלאכים, די נבֿיאים. ווי אַזוי מיר האָבן זיך פֿאַרוואַלגערט אין נבֿוכדנצרס לאַנד בבֿל, וואָס אַמאָל האָט עס געהייסן מעסאָפּאָטאַמיע און הײַנט איראַק, דעם חורבן בית־ראשון, און אַזוי ווײַטער ביז די רוימער. און אַלץ באַגלייט פֿון קונסט־בילדער. דער אויספֿיר דערפֿון איז געווען: ווי קומט עס וואָס די אַלע שטאַרקע אימפּעריעס זײַנען געפֿאַלן און מיר זײַנען נאָך אַלץ דאָ. צי דאָס איז געווען פּערסיע, גריכנלאַנד, רוים. נישט וויכטיק, מיר זײַנען דאָ.
פֿאַרשטייט זיך, אַז דער גלות, וווּ מיר זײַנען געווען צום מערסטן שאַפֿעריש, וווּ מיר האָבן אויפֿגעשטעלט אַ ריזיקע ייִדישע קולטור־אימפּעריע, און דאָך זיך געהאַלטן בײַ אונדזער גאָט, אונדזער תּורה. שפּעטער דעם תּלמוד, די רבנישע קאָמענטאַרן אויפֿן תּלמוד; טויזנטער ספֿרים, וואָס די רבנים האָבן געשריבן. הכּלל, מיר האָבן זיך געהאַלטן בײַ אונדזער רעליגיעזער און וועלטלעכער אַנטוויקלונג. קיין איין פֿאָלק אין דער וועלט קען זיך נישט גרויסן מיט אונדזער אומפֿאַרגלײַכלעכער געשיכטע צווישן די פֿעלקער.
איך האָב דערווײַל אָפּגעפֿונען דעם וועלט־באַרימטן שרײַבער, מאַרק טוויינס באַוווּנדערונג פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, וווּ ער שרײַבט (פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה):
"אויב די סטאַטיסטיק מאַכט נישט קיין טעות, שטעלן מיט זיך פֿאָר די ייִדן איין פּראָצענט פֿון דער גאַנצער מענטשהייט. עס איז נישט מער ווי אַ נעפּלדיק בלעזעלע פֿון אַ שטערנשטויב וואָס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען אינעם פֿײַערדיקן מילכוועג."
"אין דער אמתן, דאַרף דער ייִד בכלל נישט האָבן וואָס צו זאָגן. אָבער ער האָט שוין יאָ וואָס צו זאָגן, און אַלע מאָל געהאַט וואָס צו זאָגן. ער איז פּראָמינענט אויף אונדזער פּלאַנעט אין איינקלאַנג מיט אַלע מענטשן, און זײַן וויכטיקייט איז עקסטראַוואַגאַנט און נישט פּראָפּאָרציאָנעל לויט זייער קליינער צאָל. זייער בײַשטײַער צו דער רשימה פֿון דער וועלטס באַרימטע נעמען, אין ליטעראַטור, וויסנשאַפֿט, קונסט, מוזיק, פֿינאַנץ, מעדיצין; זייער לערנקראַפֿט, שטעלט מיט זיך אויך פֿאָר פּראָפּאָרציאָנעל, אין זייער קליינער צאָל."
"דער ייִד האָט באַוויזן אויסצוקעמפֿן דעם גײַסטיקן קאַמף אין דער וועלט, אין אַלע צײַטן. און געטאָן האָט ער עס מיט געבונדענע הענט פֿון הינטן. ער קען האַלטן פֿון זיך. און מען מוז אים מוחל זײַן דערפֿאַר. די עגיפּטער, די בבֿלים, די פּערסיער זײַנען אויפֿגעקומען ווי גרויסמאַכטן, אָנגעפֿילט אונדזער פּלאַנעט מיט קלאַנג און פּראַכט, און פֿאַרשוווּנדן ווי אין אַ פֿאַרחלומטן זייפֿנבלאָז און אַראָפּ פֿון דער אַרענע. די גריכן און די רוימער נאָכפֿאָלגער, האָבן אָנגעמאַכט אַ גרויסן רעש, און זיי זײַנען פֿאַרשוווּנדן. אַנדערע פֿעלקער זײַנען אויפֿגעקומען און געהאַלטן זייער שטורקאַץ אַ געוויסע צײַט, אָבער עס האָט אויסגעברענט. הײַנט זיצן זיי אין בין־השמשות און פֿאַרשוווּנדן."
"דער ייִד האָט זיי אַלע געזען, זיי אַלע איבערגעלעבט, און געבליבן דאָס וואָס ער איז אַלעמאָל געווען — אַ פֿאָלק וואָס לעבט נישט אין דעקאַדענץ, נישט אין קיין פֿאַרקריפּלונג פֿון צײַט, אָן דער שוואַכקייט פֿון זײַנע מעגלעכקייטן, אָן אַן אָפּשטעל פֿון זײַנע ענערגיעס, אָן פֿאַרטעמפּן זײַן וואַכזאַמקייט פֿון זײַן אַגרעסיווער גײַסטיקייט. אַלע זאַכן זײַנען שטערבלעך, אָבער נישט דער ייִד. אַלע אַנדערע מאַכטן פֿאַרשווינדן, אָבער דער ייִד פֿאַרבלײַבט. וואָס איז דער סוד פֿון זײַן אומשטערבלעכקייט?"
ווער נאָך, אַ חוץ דעם וווּנדערלעכן שרײַבער ווי מאַרק טוויין, האָט געקענט אָנשרײַבן אַזאַ ליבע־דערקלערונג און אָנערקענונג פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. אַ מענטש, נישט קיין ייִד, אַן אײַנפֿלוסרײַכער שרײַבער און באַשרײַבער, האָט ער זיך אונטערגענומען צו לויבן אַ פֿאָלק, וואָס האָט שוין כּמעט פֿאַרגעסן פֿון וואַנען זיי שטאַמען. פֿון צײַט צו צײַט מוז מען זיי דערמאָנען: ר׳ ייִד, מיר זײַנען אַבֿרהם אָבֿינוס אייניקלעך. אונדזער געשיכטע איז אײַנגעטונקען אין נסים און ניצול ווערן פֿון פֿײַער און רויך. נישטאָ אַזאַ פֿאָלק, נישט געווען אַזאַ פֿאָלק, און ס׳וועט מער נישט זײַן אַזאַ פֿאָלק ווי מיר ייִדן.
מיר איז צו האַנט געקומען אַ צווייטער דאָקומענט וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין אַ שפּאַנישער צײַטונג, ווען עס האָט זיך גערודערט מיט מוכאַמעדס קאַריקאַטורן אין דענעמאַרק. דאָס איז געשריבן געוואָרן פֿון אַ קאַטוילישן שפּאַניער, מיטן נאָמען סעבאַסטיאַן ווילאַר ראָדריגעז. ער האָט עס באַטיטלט "גאַנץ אייראָפּע איז געשטאָרבן אין אוישוויץ," און אָט וואָס ער שרײַבט:
"איך האָב שפּאַצירט איבער די גאַסן פֿון באַרצעלאָנאַ און מיט אַ מאָל איז מיר געקומען אויפֿן געדאַנק אַ שרעקלעכער אמת: אייראָפּע איז געשטאָרבן אין אוישוויץ. מיר האָבן פֿאַרטיליקט זעקס מיליאָן ייִדן און פֿאַרטוישט זיי אויף צוואַנציק מיליאָן מוסולמענער. אין אוישוויץ האָבן מיר פֿאַרברענט אַ קולטור, געדאַנק, שעפֿערישקייט און טאַלאַנט. מיר האָבן פֿאַרניכטעט די אמתדיק־אויסדערוויילטע. און פֿאַרוואָס? ווײַל זיי האָבן געשאַפֿן אַ וווּנדערלעך, גרויסאַרטיק פֿאָלק, וואָס האָט געביטן די וועלט."
"די בײַשטײַערונג פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק פֿילט מען אויף אַלע געביטן פֿון לעבן. וויסנשאַפֿט, קונסט, און דער עיקר, דאָס געוויסן פֿון דער וועלט. דאָס זײַנען די מענטשן וואָס מיר האָבן פֿאַרברענט, און אַלץ אונטערן אָנשטעל פֿון טאָלעראַנץ. און ווײַל מיר האָבן געוואָלט באַווײַזן פֿאַר זיך גופֿאַ, אַז מיר זײַנען אויסגעהיילט פֿון דער קרענק וואָס הייסט ראַסיזם, האָבן מיר געעפֿנט אונדזערע טויערן פֿאַר צוואַנציק מיליאָן מוסולמענער, וועלכע האָבן אונדז געברענגט עם־הארצות און נישטיקייטן, רעליגיעזן עקסטרעמיזם און אַ דחקות אָן טאָלעראַנץ; פֿאַרברעכן און אָרעמקייט, צוליב דער אומוויליקייט צו אַרבעטן און אויסהאַלטן זייערע משפּחות מיט שטאָלץ."
"זיי האָבן פֿאַרוואַנדלט אונדזערע שפּאַנישע שטעט אין דער דריטער וועלט. מען טרינקט זיך אין שמוץ און פֿאַרברעכן. זיי האָבן זיך פֿאַרשפּאַרט אין זייערע דירות. בשעת זיי באַקומען פֿרײַע שטיצע פֿון דער רעגירונג, זיי פּלאַנירן מאָרד און אומקום פֿון זייערע גאַסטגעבער. און אַזוי האָבן מיר פֿאַרטוישט קולטור אויף פֿאַנאַטישן האַס, שעפֿערישע כּוחות אויף צעשטערונג־געניטשאַפֿט, אינטעליגענץ אויף פּרימיטיווקייט און איבערגלויבן."
"מיר האָבן אויסגעטוישט דאָס שטרעבן צו שלום פֿון די ייִדן אין אייראָפּע און זייערע פֿעיִקייטן, ווײַל זיי האָבן געהאָפֿט אויף אַ בעסערן מאָרגן פֿאַר זייערע קינדער. זיי האָבן מיט אַלע כּוחות אָנגעהאַלטן זיך אינעם לעבן, ווײַל זיי האָבן געגלייבט אַז לעבן איז הייליק, אָבער נישט פֿאַר יענע וועלכע שטרעבן צו טויט, פֿאַר מענטשן וואָס האָבן אַ תּאווה פֿאַר און אַ גלוסטעניש צום טויט, פֿאַר זיך און פֿאַר אַנדערע, פֿאַר אונדזערע קינדער און פֿאַר זייערע. וואָס פֿאַר אַ שרעקלעכן טעות זײַנען מיר באַגאַנגען אין דער שרעקלעכער אייראָפּע."
פֿאַרשטייט זיך, אַז ביידע שריפֿטן האָבן מיך שטאַרק אָנגערעגט. דער עיקר, ווען אונדזער פּרעזידענט איז געפֿאָרן אין די אַראַבישע מדינות און פֿאַרענטפֿערט זיך פֿאַר אונדזער חורבן, פֿאַר די חורבן־אָפּנײַגער, וווּ ער רעדט וועגן ישׂראל אינעם זעלבן טאָן, ווי וועגן פּאַלעסטינער, נישט פֿאַרשטייענדיק וואָס מיר זײַנען און ווער מיר זײַנען. בײַ די אומות־העולם זײַנען אַלע גלײַך, אַ חוץ — די ייִדן...
פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַראַבער וואָלטן אונדז דערטרונקען אין אַ לעפֿל וואַסער. פֿון רעדן וועגן שלום איז אָפּגערעדט. זיי באַגרײַפֿן נישט, אָדער ווילן נישט באַגרײַפֿן, אַז אַ פּאַלעסטינער מדינה וואָס איז באַזירט אויף שלום, וואָלט אַרײַנגעברענגט נײַע אויסזיכטן, אַ נײַעם צוגאַנג צו דער עקאָנאָמיע, אַגריקולטור־דערפֿינדונג, מעדיצינישער הילף. אַזוי פֿיל מעגלעכקייטן. אָבער ס׳איז אַרויסגעוואָרפֿענע רייד. אַ שטיקל ערד דאַרף מען ליב האָבן, באַאַרבעטן, באַוואַסערן, אָפּהיטן, נישט אָנפֿילן זי מיט געווער און בלוט, בויען טונעלן פֿון עגיפּטן קיין עזה, פֿאַרשקלאַפֿן די מוחות פֿונעם פֿאָלק מיטן אויסרייד, שׂינאה, אָנמאַכט, גנבֿה, גזילה און קאָרופּציע. און אַמעריקע שיקט ווײַטער געלטער אָן אַ משגיח דערויף. אין וועלכער קעשענע עס פֿאַלט אַרײַן הייבט מען נישט אָן צו וויסן. די אָרעמע פֿעלקער, וואָס נייטיקן זיך אין זיי, זעען אַ פֿײַג.
און דער אַנטיסעמיטיזם בליט אויף דאָס נײַ, סײַ אין אייראָפּע און סײַ אין די אַראַבישע מדינות. מען קען דערפֿון בשום־אופֿן נישט פּטור ווערן. זעט אויס, אַז אויב איין לאַנד זשליאָקעט אָן אירע בירגער מיט וואָדקאַ, אַנשטאָט געבן זיי אויסזיכטן אַרויפֿצואַרבעטן זיך; אַן אַנדער לאַנד פֿאַרנאַרט זייער פֿאָלק מיט צוזאָגן, אַנשטאָט צו בויען וועגן, אַקאַדעמיעס און שפּיטעלער, און אַ דריט לאַנד, וווּ די מאָנאַרכיע עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג, ווײַל זיי באָדן זיך אין פֿעסלעך שוואַרצן גאָלד, באַשטעלט בענקלעך פֿון גאָלד, וווּ מען האָט אונדזער פּרעזידענט מכבד געווען צו זיצן. אָן אַ שאַנדע און אָן אַ חרטה פֿאַר דער וועלט, און דער עיקר פֿאַר דער אַרבעטסלאָזער יוגנט פֿון סאַודיע, וואָס ווערט רעקרוטירט פֿון דער אַל־קײַדאַ און גייט אויף לעבן און טויט.
און פֿרויען־רעכט? האַ!!! וווּ געפֿינט מען אין די אַראַבישע לענדער פֿרויען־רעכט? וווּ די טאַליבאַן טאָפּטשעט, פֿאַרדעקט מען די פֿרויען פֿון אויבן ביז אַראָפּ, מ׳זאָל נישט אָנזען קיין סימן פֿון אַ מענטשן. דאָס אַלץ צוליב צו טאָן דער מענער־תּאווה צו פֿרויען, כּדי זיי זאָלן נישט גלוסטן צו זיי. מײַן עצה צו יענע מענער: זיי זאָלן בעסער אָנטאָן שוואַרצע ברילן און נעמען טאַבלעטן קעגן זייער תּאווה צו אַ נאַקעטן עלנבויגן פֿון אַ פֿרוי.
איבערצומאַכן די וועלט? — וואָס? ווען? אַ נעכטיקער אײַנגעמאַכץ. ס׳איז גוט צו חלומען. און באַראַק אָבאַמאַ איז אַ טרוימער, אַ פּרעכטיקער טרוימער. ער פֿאַרשטייט אָבער נישט, אַז ביז די וועלט וועט צו זיך קומען און אָנערקענען, אַז יענער איז אויך אַ מענטש, אַז יענעמס גלויבן איז אויך אַ גלויבן, אַז יענער האָט פּונקט אַזאַ רעכט צו לעבן ווי יעדעס לעבעדיקע באַשעפֿעניש, איז אַ ווײַטער מהלך. זיכער איז גוט צו ציטירן פֿון דעם קאָראַן. אָבער איך, נאָכן איבערלייענען דעם קאָראַן דרײַ מאָל, האָב נישט געפֿונען קיין סימן פֿון אַ פֿרידלעכער רעליגיע. איך האָב אינעם נײַעם טעסטאַמענט אויך נישט געפֿונען דעם שליסל צו טאָלעראַנץ, און דאָס וואָס ער האָט ציטירט פֿון די שיינע נבֿואות אין זייערע ביבליעס, קומט סײַ ווי אַרויס פֿון אונדזער תּורה, פֿון רבי עקיבֿאס ציטאַטן, פֿון אונדזערע נבֿיאים און דעם געדאַנקען־גאַנג פֿונעם תּנ״ך.
אונדזערס איז אַ מענטשלעכער דאָקומענט, מיט אַלע שוואַכקייטן און דערהויבנקייטן. מיר האָבן אויסגעמיטן צו באַשאַפֿן הייליקע. אַפֿילו משה רבנו איז בײַ אונדז נישט פֿאַרהייליקט געוואָרן ווי עס האָבן עס געטאָן דאָס קריסטנטום און דער איסלאַם. דער עיקר, האָבן מיר קיינעם נישט געשטעלט אויף קיין פּיעדעסטאַל צום דינען. אַלע העלדן פֿון אונדזער תּורה זײַנען מענטשן ווי איך און איר, מיט אַלע אונדזערע חסרונות און גבֿורה. אָבער די וועלט איז פֿאַרבליבן וועלט. עס ווענדט זיך נאָר אינעם נײַעם דור, מיט וואָס מען פּאַשעט אים. ער איז דאָך נישט מער ווי אַ טאַבולאַ ראַסאַ, אַ ליידיקער טאָוול, וואָס ווערט מאַניפּולירט פֿון עלטערן דור, און דורות פֿאַר זיי. ווי זאָגט אונדזער פֿילאָסאָפֿישער פּאָעט אַ. לוצקי:
ווי דו זעסט,
אַזוי איז.
(...) ביסט אַ גוטער,
זעסטו גוטס.
ביסט אַ שלעכטער,
זעסטו שלעכטס.
(...) ווער איז מענטש?
דו.
ווער איז פֿאָלק?
דו.
ווער איז וועלט?
דו.