|
ס׳רובֿ פֿון די 2,000 מענטשן אין דער פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע אין העלסינקי, לעצטן יאַנואַר, זענען נישט געווען קיין ייִדן.
אויפֿן שילד (אויבן): אַנטוואָפֿנט "כאַמאַס". |
|
צוליב דעם וואָס פֿינלאַנד געפֿינט זיך אין שכנות מיט שוועדן, מאַכן אַ סך מענטשן דעם טעות, אַז דאָס איז אַ סקאַנדינאַוויש לאַנד. ס׳איז אָבער נישט אמת. דאָס זעט מען, ערשטנס, דורך זײַן לשון: פֿיניש איז נישט קיין צפֿון־גערמאַנישע שפּראַך ווי שוועדיש, דעניש און נאָרוועגיש, נאָר שטאַמט פֿון דער אוגראַ־פֿינישער שפּראַך־משפּחה, אַזוי ווי אונגאַריש און עסטיש.
לויט אַ זשורנאַליסט פֿון דער "דזשערוסאַלעם פּאָסט" (Jerusalem Post), מײַקל פֿרוינד, שיידן זיך די פֿינלענדער אויך אונטער אויף אַן אַנדער אופֿן: אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן שכן, שוועדן, למשל, וואָס איז בפֿירוש נעגאַטיוו־געשטימט צו דער ייִדישער מדינה — אַ פֿאַקט וואָס האָט זיך בולט אַרויסגעוויזן נאָך דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה מיט זעקס חדשים צוריק — האָבן אַ סך פֿינלענדער ליב ישׂראל און האָבן גרויס דרך־ארץ פֿאַרן ייִדישן לאַנד.
פֿרוינד האָט אַנטדעקט דעם פֿענאָמען בעת אַ לעקציע־טור, לעצטנס, אין זעקס שטעט און שטעטלעך פֿון פֿינלאַנד. צענדליקער נישט־ייִדישע פֿינלענדער האָבן אים דערציילט, ווי שטאָלץ זיי זענען געווען צו טאָן וואָלונטיר־אַרבעט אין ישׂראל — אין שולן, שפּיטאָלן און קיבוצים. זיי האָבן אויסגעדריקט זאָרג וועגן איראַן און אירע נוקלעאַרע אַמביציעס, און אַ צאָל פֿון זיי האָבן דערקלערט, אַז זיי זאָגן אַלע טאָג אַ תּפֿילה פֿאַרן וווילזײַן פֿון דער ייִדישער מדינה.
פֿרוינד האָט באַזוכט קלויסטערס, וווּ גלײַך לעבן דער פֿינלענדישער פֿאָן איז געהאָנגען אַ ישׂראלדיקע, און וווּ דער גאַנצער ציבור האָט רעציטירט "התּיקווה", צו ערשט, אויף העברעיִש, און דערנאָך אויף פֿיניש. מע קאָן טענהן, אַז דאָס האָבן זיי בלויז געטאָן לכּבֿוד אים, אָבער ס׳מאַכט נישט אויס, ווײַל פּשוט דער פֿאַקט אַליין, אַז זיי שעמען זיך נישט (און שרעקן זיך נישט) אויפֿצוהענגען די פֿאָן, איז שוין אַן אויפֿטו. אין שוועדן אָדער נאָרוועגיע, למשל, וואָלט מען עפֿנטלעך קריטיקירט אַזאַ בולטע שטיצע פֿון די "אָקופּאַנטן פֿון פּאַלעסטינע".
בעת ישׂראל האָט דורכגעפֿירט די אָפּעראַציע אין עזה אין דעצעמבער און יאַנואַר, זענען טאַקע אויסגעבראָכן אַנטי־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציעס איבער גאַנץ אייראָפּע. אין העלסינקי אָבער, האָבן 2,000 פֿינלענדער פֿונעם גאַנצן לאַנד — ס׳רובֿ פֿון זיי, נישט־ייִדן — דעמאָנסטרירט דווקא לטובֿת ישׂראל.
"פֿינלאַנד איז תּמיד געגאַנגען מיט איר אייגענעם וועג," האָט דערקלערט פֿרעדעריק זיעראַצקי, אַ 44־יאָריקער ייִדישער כּלל־טוער אין מאַלמאָ, שוועדן, וועלכער האָט אַ צאָל באַקאַנטע אין פֿינלאַנד. "יאָרן לאַנג האָבן זיי געמוזט זײַן זייער פֿאָרזיכטיק מיט זייערע מיינונגען, צוליב דעם ׳גרויסן בער׳ בײַ זייער שוועל (דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד). הײַנט אָבער זענען זיי פֿרײַ אויסצודריקן זייערע אייגענע מיינונגען."
אָבער כאָטש די פֿינלענדער פֿילן זיך פּאָליטיש פֿרײַ, זענען זיי נישט קיין פֿרײַע מענטשן, פֿון אַ פּסיכאָלאָגישן קוקווינקל. דאָס פֿינישע פֿאָלק איז באַקאַנט פֿאַר זײַן צוריקגעהאַלטענער, אומעטיקער נאַטור. לויט אַ באַריכט פֿון דער אַמעריקאַנער נײַעס־פּראָגראַם Sixty Minutes אין אַפּריל 2007, זענען די פֿינלענדער אַזוי שעמעוודיק, אַז קיינער שמייכלט נישט און באַגריסט נישט קיינעם אויף דער גאַס. צווישן די יאָרן 1965 און 1991 האָט פֿינלאַנד אַפֿילו געהאַט אַ שם ווי דאָס לאַנד מיט דער גרעסטער צאָל זעלבסטמאָרדן אויף דער וועלט. (זינט דעמאָלט איז די צאָל געפֿאַלן אויף כּמעט 40%, און הײַנט געפֿינט זיך פֿינלאַנד אויף דער זעלבער מדרגה ווי פֿראַנקרײַך און עסטרײַך.) צי די דערשלאָגנקייט פֿון די פֿינלענדער האָט טאַקע אַ שײַכות מיט זייער ליבשאַפֿט פֿאַר ישׂראל, איז שווער צו וויסן, כאָטש מע קאָן טענהן, אַז זייער גרייטקייט צו שטיצן אַ נישט־פּאָפּולער לאַנד איז אַ סימן, אַז זיי זענען שוין סײַ־ווי צוגעוווינט זיך צו פֿילן אָפּגעזינדערט און אַליין.
צום טייל איז די פּראָ־ישׂראלדיקע נייגונג בײַ די פֿינלענדער פֿאַרבונדן מיט זייער איבערגעגעבנקייט צו דער קריסטלעכער אמונה. לאָראַ קאַמראַס, אַ וויצע־גענעראַל־קאָנסול פֿון דער פֿינלענדישער אַמבאַסאַדע אין ניו־יאָרק, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז צווישן 80% און 85% פֿון די פֿינלענדער זענען מיטגלידער פֿון דער לוטעראַנישער קירך. "זיי האַלטן זיך פֿאַר עוואַנגעלישע קריסטן, און דערפֿאַר זענען זיי איבערגעגעבן צו ישׂראל."
פֿרוינד האָט דערציילט אַן אינטערעסאַנטע איבערלעבונג בעת אַ טאָג־לאַנגער זיצונג פֿונעם פֿינישן צווײַג פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער קריסטלעכער אַמבאַסאַדע — ירושלים", אין היינאָלאַ, אַ שטעטל אין דרומדיקן טייל פֿון לאַנד. די צענדליקער באַטייליקטע אין דער זיצונג האָבן אַרומגערעדט די אופֿנים ווי אַזוי זיי קאָנען שטיצן די עליה קיין ישׂראל.
וואָס הייסט, שטיצן די עליה? במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוואָנציק יאָר האָבן די פֿינלענדער אַקטיוו געהאָלפֿן מער ווי 17,000 ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זיך צו באַזעצן אין ישׂראל, און העלסינקי האָט געדינט ווי אַ דורכוועג פֿאַר זיי. "זיצנדיק דאָרט, מיט דער הילף פֿון אַן איבערזעצער — האָט פֿרוינד דערציילט — האָב איך, אַ פֿאַרחידושטער, געהערט ווי זיי פּלאַנירן וואָס צו טאָן, אינעם פֿאַל אויב ס׳וועט אויסברעכן אַ קריזיס פֿאַר די ייִדן אין די תּפֿוצות, און מע וועט זיי דאַרפֿן עקסטרע אַרײַנברענגען אין ישׂראל. זיי האָבן זיך ממש אויסגעטענהט, הגם אויף אַ העפֿלעכן פֿינלענדישן אופֿן, אין וועלכע שטעט אָדער שטעטלעך זאָלן די ייִדן אײַנשטיין בעת זיי וואַרטן אָפּצופֿאָרן. יעדער פֿאָרשטייער האָט געוואָלט פֿאַרזיכערן, אַז זײַן ציבור וועט אויך שפּילן אַ ראָלע.
"נאָך הונדערטער יאָרן וואָס די אייראָפּעער האָבן זיך באַמיט פּטור צו ווערן פֿון די ייִדן, האָבן די פֿינלענדער איצט קאָנקורירט פֿאַר דער רעכט זיי אויפֿצונעמען," האָט פֿרוינד באַמערקט.
דער קריסטלעכער גלויבן פֿון די פֿינלענדער איז זיכער איין סיבה פֿאַר וואָס זיי פֿילן זיך נאָענט צו ישׂראל, אָבער עס איז אויך דאָ אַ צווייטע סיבה. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ אַ גרויסער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון אימיגראַנטן (צווישן זיי — מוסולמענער און אַראַבער), איז פֿינלאַנד עד־היום אַ גלײַכאַרטיק לאַנד. בלויז 2.5% זענען אויסלענדער, און אַפֿילו זיי זענען בדרך־כּלל פֿון רוסלאַנד, עסטלאַנד און שוועדן. דערפֿאַר האָבן די פּראָ־פּאַלעסטינער פֿעלקער נישט קיין גרויסע השפּעה דאָ.
דאָס מיינט נישט, אַז עס איז נישטאָ קיין פּראָ־פּאַלעסטינער שיטה אין לאַנד. די פֿינלענדישע מעדיאַ איז, ווי מערבֿ־אייראָפּע, אָפֿט מאָל קריטיש צו ישׂראל, און מיט אַ חודש צוריק, נאָך דעם ווי דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט אויסגעדריקט זײַן שטיצע פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מדינה, האָט דער פֿינלענדישער אויסערן־מיניסטער, אַלעקסאַנדער סטאָב, דערקלערט, אַז נתניהוס שריט איז "נישט גענוג אויף צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד".
שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס וועט געשען, אויב עס וועט זיך אָנהייבן אַ מאַסן־אימיגראַציע פֿון די מוסולמענישע לענדער, אַזוי ווי ס׳איז געשען אין די אַנדערע מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער? דאָס איז זיכער אַ מעגלעכקייט, ווײַל דער דורכשניטלעכער עלטער פֿון פֿינלאַנד וואַקסט כּסדר צוליב איר נידעריקער געבורטיקייט; וועט דאָס לאַנד במילא מוזן מיט דער צײַט "אימפּאָרטירן" אַרבעטער. טאַקע צוליב דעם וואָלט ישׂראל, און די ייִדן פֿון דער וועלט, געמעגט שוין הײַנט אָנהייבן, ווי ווײַט מעגלעך, צו פֿאַרשטאַרקן די באַציִונגען צווישן פֿינלאַנד און ישׂראל.