ווי מיר האָבן עס שוין באַהאַנדלט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער בייזער מכשף בלעם, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער לאָזט אים נישט צו שעלטן די ייִדן, זיך דערטראַכט צו אַן אַנדער עצה: אַרײַנצושיקן די מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, כּדי די ייִדן זאָלן אָנהייבן זינדיקן מיט זיי, און זאָלן מיט דעם ברענגען זיך אַליין אַ היזק. אַ טייל פֿון די פֿרעמדע פֿרויען האָבן טאַקע פֿאַרפֿירט די ייִדן, און האָבן זיי אײַנגערעדט צו דינען זייער עבֿודה-זרה; עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ שטאַרקע מגפֿה, אין וועלכער עס זענען אומגעקומען 24 טויזנט נפֿשות.
זמרי בן סלוא, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט שמעון, האָט אָפֿענערהייט אָנגעהויבן אַן אינטימע באַציִונג מיט אַ פּרינצעסין פֿון מדין, כּזבי בת צור. ווען פּינחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן הכּהן, האָט עס דערזען, האָט ער אַרויסגעכאַפּט אַ שווערד און דערהרגעט זיי ביידע; די ייִדן האָבן אויפֿגעהערט זינדיקן, און די מגפֿה האָט זיך אָפּגעשטעלט. צוליב זײַן קנאָות, האָט פּינחס זוכה געווען צו ווערן אַ כּהן; פֿריִער איז ער געווען אַ "פּשוטער" לוי (ער איז געבוירן געוואָרן, איידער זײַן טאַטע איז געוואָרן איינער פֿון די ערשטע כּהנים).
דער מדרש זאָגט, אַז זמרי איז געווען דער זעלבער חשובֿער ייִד, פֿריִער באַקאַנט מיט אַן אַנדער נאָמען, שלומיאל בן צורישדי, וועלכער האָט געבראַכט, צוזאַמען מיט די אַנדערע נשׂיאים פֿון די שבֿטים, אַ ספּעציעלן קרבן לכּבֿוד דער חנוכּת־המזבח, ווי עס ווערט דערציילט אין דער פּרשה "נשׂא".
ווי מיר האָבן עס שוין פֿריִער באַהאַנדלט, איז דער נאָמען פֿון יענער פּרשה פֿאַרבונדן מיטן וואָרט "התנשׂאות", "דערהויבנקייט", און איז מרמז אויף דעם באַזונדערן חשיבֿות פֿון יעדן שבֿט און זייערע נשׂיאים. פֿאַרוואָס האָט אַזאַ חשובֿער מענטש, אַ נשׂיא און תּלמיד־חכם, אָפּגעטאָן אַזאַ משונהדיקע עבֿירה? די חז״ל דערקלערן, אַז ער האָט עס געטאָן אויף צו להכעיס משה רבנו. משהס ווײַב, ציפּורה, איז אויך געווען אַ מדינישע פֿרוי. זמרי האָט געטענהט, אַז ער, אַ נשׂיא פֿון אַ גאַנצן ייִדישן שבֿט, קאָן אויך חתונה האָבן מיט אַ פֿרעמדער פּרינצעסין.
אָבער ציפּורה איז דאָך געווען אַ צדיקת, וועלכע האָט מקבל געווען די תּורה און איז געוואָרן אַן ערלעכע ייִדענע. להיפּך, איז כּזבי בכּיוון געגאַנגען צו די ייִדן, כּדי זיי צו פֿאַרפֿירן און צו ברענגען זיי היזק. ווי אַזוי האָט זמרי געקאָנט פֿאַרגלײַכן זײַן ווילדע פֿאַרבינדונג מיט כּזבי מיט משה רבנוס חתונה האָבן מיט ציפּורה?
אַ צאָל מפֿרשים דערקלערן, אַז כּזבי איז געווען, בײַם אָנהייב, אַ גאַנץ באַשיידענע, חשובֿע פֿרוי; אַ פּרינצעסין וואָלט נישט געגאַנגען אין אַ פֿרעמד אָרט, כּדי אָפּצוטאָן דאָרטן ווילדע מעשׂים מיט אַן אומבאַקאַנטן מאַן. זי האָט זיך אָבער מוסר־נפֿש געווען, און זיך אַנטשלאָסן דאָס צו טאָן, כּדי צו דעמאָראַליזירן די ייִדן. עס קאָן זײַן, אַז אין איר אַנטשלאָסנקייט, הגם איר כּוונה איז געווען אָנגעווענדט פֿאַר אַ בפֿירוש בייזן צוועק, האָט זמרי דערזען אַ פּאָטענציאַל, וואָס וואָלט געקאָנט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ גוטער מידה.
זמרי איז דווקא אויך געווען אַ זייער באַשיידענער, רויִקער מענטש. ווען ער האָט דערזען כּזבי, האָט ער זיך אין איר פּלוצעם אַזוי שטאַרק פֿאַרליבט, אַז ער האָט נישט געקאָנט זיך אײַנהאַלטן פֿון דער עבֿירה. דעריבער, האָט ער באַשלאָסן, אַז כּזבי איז אים באַשערט פֿון הימל.
דער איזשביצער רבי און אַ צאָל אַנדערע חסידישע רביים דערקלערן, אַז ער איז געווען גערעכט. ווי עס שטייט אין די קבלה־ספֿרים, איז זמרי געווען אַ גילגול פֿון שכם בן חמור, וועלכער האָט פֿאַרגוואַלדיקט יעקבֿס טאָכטער, דינה, וועלכע איז מגולגל געוואָרן אין כּזבי; דאָס הייסט, אַז די מדינישע פּרינצעסין האָט אין זיך געטראָגן אַ ייִדישע נשמה, און דעם ייִדישן כּוח פֿון מסירת־נפֿש. ווען כּזבי וואָלט זיך פֿאַראייניקט מיט די ייִדן, און וואָלט חתונה געהאַט מיט זמרי, וואָלט מען טאַקע געקאָנט פֿאַרגלײַכן אַזאַ פּאָרפֿאָלק צו משה רבנו און ציפּורה. למעשׂה, אָבער, האָט כּזבי אויסגענוצט איר מסירת־נפֿשדיקן פּאָטענציאַל צום שלעכטן, און זמריס עמאָציעס האָבן פֿאַרמישט זײַן שׂכל, און געבראַכט צו אַ טראַגעדיע.
שפּעטער, איז אַ "שטיקל" פֿון זמריס נשמה מגולגל געוואָרן אין רבי עקיבֿא. ווען רבי עקיבֿא האָט צום ערשטן מאָל דערזען דאָס וווּנדער־שיינע ווײַב פֿונעם רוימישן גובערנאַטאָר טורנוסרופּוס, האָט ער אויסגעשפּיגן, זיך צעלאַכט און דערנאָך אָנגעהויבן וויינען. ווען זי האָט אים געבעטן — דעם גרויסן ייִדישן חכם — צו דערקלערן זײַן אויפֿפֿירונג, האָט רבי עקיבֿא געזאָגט, אַז ער האָט אויסגעשפּיגן, כּדי זיך צו דערמאָנען, אַז דאָס גשמיותדיקע חן האָט נישט קיין אמתע ווערט, און זיך צעוויינט, טראַכטנדיק, אַז אַזאַ שיינקייט וועט אַמאָל שטאַרבן.
רבי עקיבֿא האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט צו דערקלערן, פֿאַרוואָס ער האָט זיך צעלאַכט. ער האָט געוווּסט, אַז די דאָזיקע רוימישע פֿרוי, וועלכע איז נתפּעל געוואָרן פֿון זײַן חכמה, וועט זיך אין דער צוקונפֿט מגייר זײַן, פֿאַרלאָזן איר מאַן, און וועט חתונה האָבן מיט אים — און אַזוי איז שפּעטער טאַקע געשען. די פֿרוי האָט געהייסן כּוזבי; זי איז געווען אַ גילגול פֿון איר "נאָמען־שוועסטער" פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. אויף דעם האָט זיך, מסתּמא, פֿאַרענדיקט דער לאַנגער "גילגולים־ראָמאַן" פֿון די דערמאָנטע פּערסאָנאַזשן.
דער מדרש זאָגט, אַז די מלאָכים האָבן געטענהט, אַז פּינחס האָט נישט פֿאַרדינט צו ווערן אַ כּהן, ווײַל ער האָט נישט געטאָרט הרגענען זמרי. הגם ער האָט געהאַט דאָס פֿאָרמעלע רעכט אַרויסצוּווײַזן זײַן קנאָות, האָט ער עס געטאָן צוליב זײַן כּעס. דאָס הייסט, אַז זײַנע עמאָציעס האָבן אים אויך געבראַכט צו אַ נישט־ריכטיקן אַקט. אין דעם פֿאַל, אָבער, האָט ער געטאָן אַ גרויסע טובֿה דעם ייִדישן פֿאָלק, און באַקומען פֿאַר דעם אַ שׂכר.
רבי מענדל וויטעבסקער דערקלערט אין זײַן ספֿר "פּרי האָרץ", אַז פּינחס האָט אַזוי שטאַרק "געברענט" מיט ליבשאַפֿט צו דער הייליקער שכינה, אַז ער איז געווען "העכער ווי דין-תּורה", און "נישט געקאָנט זיך פֿירן על־פּי־דין צוליב זײַן גרויסער ליבשאַפֿט צום אייבערשטן". משה רבנו האָט נישט געוואָלט הרגענען זמרי; אַ בית־דין וואָלט נישט דערלויבט פּינחסן דאָס צו טאָן. פֿונדעסטוועגן, באַטאָנט דער וויטעבסקער רבי, האָט ער זיך מפֿקיר געווען קעגן דעם געוויינטלעכן דין, און זיך נוקם געווען אין זמרי און כּזבי.
סײַ פּינחס, דער פּאָזיטיווער העלד, וואָס די הײַנטיקע פּרשה טראָגט זײַן נאָמען, סײַ זמרי און כּזבי, האָבן געפֿאָלגט זייערע עמאָציאָנעלע אימפּולסן, און נישט דעם ראַציאָנעלן שׂכל, אָבער צוליב אינגאַנצן פֿאַרשיידענע צוועקן. צומאָל איז עס גוט צו פֿאַרלאָזן די געוויינטלעכע כּללים און צו פֿאָלגן די אייגענע געפֿילן; אָבער, כּדי נישט אַרײַנפֿאַלן אינעם תּהום, מוז מען האָבן אַ דורכויס ריינע כּוונה.
כּזבי האָט געוואָלט ברענגען היזק צו די ייִדן, הגם אין איר אַנטשלאָסנקייט האָט געשטעקט אַ גוטער פּאָטענציאַל. זמרי, אויך זייער אַן אַנטשלאָסענער מענטש, האָט ריכטיק דערפֿילט, אַז כּזבי איז אים באַשערט פֿון הימל; זײַן תּאווה און קינאה האָט אים אָבער צוגעפֿירט צו ווילדע מעשׂים. פּינחס האָט אָבער מכּוון געווען לשם־שמים, צוליב זײַן הימלישער ליבשאַפֿט צו ג־טלעכקייט; דערפֿאַר — הגם זײַן קנאָות־אַקט האָט אויך אויסגעזען "ווילד" — האָט עס געבראַכט אַ גרויסע טובֿה.