פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס איז אָנגענומען אין דער דעמאָקראַטישער וועלט, אַז יעדע נײַע רעגירונג געניסט פֿון אירע "ערשטע הונדערט טעג פֿון חסד" בײַ דער "מעדיאַ" — די געדרוקטע און די עלעקטראָנישע פּובליציסטיק, און בײַ דער "עפֿנטלעכער מיינונג", וועמען די פּובליציסטיק באַדינט. בײַ אונדז איז דאָס געוואָרן סײַ אַ מיטאָס און סײַ אַ ריטואַל. די ערשטע הונדערט טעג זענען די טעג פֿון דעם עפנטלעכן עקזאַמען, וועלכן די רעגירונג דאַרף אַדורכמאַכן, כּדי צו באַקומען דעם "הכשר" פֿון איר עפֿעקטיווקייט און אויסטויגעוודיקייט — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק — אין איר פֿאַרמעסט מיט די לויערנדיקע געפֿאַרן פֿון דער ווירקלעכקייט.

דער דאָזיקער "עקזאַמען" דריקט זיך אויס אין דער פּאָפּולאַריטעט פֿון דער רעגירונג און פֿון דעם פּרעמיער־מיניסטער; ער איז דער באַראָמעטער, לויט וועלכן מען מעסט דעם כּוח, די לעבנס־פֿעיִקייט און דעם לעבנסדויער פֿון דער רעגירונג.

דער רעגירונגס־שעף בנימין נתניהו האָט זיך, געציילטע טעג פֿאַרן "באַקומען דעם הכשר", באַוואָרנט מיט דער טענה, אַז די פּובליציסטישע מעדיאַ האָט אים נישט געגעבן אַפֿילו קיין איינציקע שעה פֿון חסד. אָבער אַזוי פֿאַרענטפֿערט זיך געוויינטלעך יעדער תּלמיד, ווען ער האַלט נישט אויס דעם עקזאַמען און ער קומט אַהיים מיט אַ שלעכטער צײַגעניש.

דער "עקזאַמען" פֿון נתניהוס הונדערט טעג איז נישט געווען קיין מאַטורע־עקזאַמען פֿון רײַפֿקייט און דערוואַקסנקייט, ווי פֿון תּלמידים בײַם פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע: אויפֿן שטח פֿון וויסן און דערפֿאַרונג האָט ער שוין אַדורכגעמאַכט אַלע פֿאַזעס פֿון דער פּאָליטישער אַקאַדעמיע.

דער עקזאַמען פֿון די הונדערט טעג איז מער געגליכן צו אַ "דרײַווער־טעסט", אַ שאָפֿערן־עקזאַמען, וואָס באַשטייט פֿון אַ טעאָרעטישן אויספֿרעג און אַ פּראַקטישן אויספּרוּוו. דעם ערשטן טייל, דעם עקזאַמען פֿון טעאָרעטישן וויסן, האָט נתניהו אויסגעהאַלטן אויף אַ הויכן גראַד. פֿאַרשפּילט האָט ער דעם פּראַקטישן עקזאַמען אויף די גרינצײַג־מערק פֿון תּל־אָבֿיבֿ און פֿון ירושלים. דאָרט האָט ער זיך אויסגעגליטשט אויף אַ שאָלעכץ פֿון אַ באַנאַנע, לויפֿנדיק צו די קראָמען פֿון די ציבעלעס און מייערן.

נתניהו איז געשטרויכלט געוואָרן גראָד צוליב אַ פּאָפּולערער דעציזיע, צוליב "אַנטקעגנקומען דעם ווילן פֿונעם פֿאָלק", ווי ער האָט דאָס דערקלערט, מיטן אויסשטרײַכן פֿון זײַן אָנגעזאָגטער "עקאָנאָמישער רעפֿאָרם" דעם מערווערט־שטײַער אויף גרינצײַג און פֿרוכטן, ווי אויך אויף דער טוריסטיק. נישט צוליב דער דעציזיע גופֿא האָט ער באַקומען "אַ שלעכטע צײַגעניש", נאָר ווײַל ער האָט נישט אויסגעהאַלטן דעם דרוק פֿון זײַנע שותּפֿים אין דער קאָאַליציע: פֿון ש״ס, וועלכער דעקלאַרירט זיך ווי "דער באַשיצער פֿון די אַרעמעלײַט" — זײַנע עיקרדיקע וויילער, און פֿון "ישׂראל ביתּנו", וועמעס פֿאָרשטייער איז דער מיניסטער פֿאַר טוריסטיק.

בײַ אַנדערע אומשטענדן וואָלט נתניהו געקאָנט אומגיין די קעגנערשאַפֿט פֿון די צוויי פּאַרטייען — און זיי וואָלטן צום סוף נאָכגעגעבן דעם פּרעמיערס פֿאַרלאַנג, ווען נישט זײַן שוץ־פּאַנצער פֿון די אָנגעשלאָסענע סאַטעליט־פּאַרטייען און די 30 מיניסטאָרן און 8 וויצע־מיניסטאָרן, מיט וועלכע נתניהו האָט זיך לכתּחילה און מיט זייער הילף אַרומגעגאַרטלט, פֿאַרזאָרגנדיק זיי אַלע מיט פֿעטע מיניסטאָרישע בודזשעטן, אַזוי אַז ער האָט נישט קיין מורא צו פֿאַרלירן די נאָרוואָס אויפֿגעשטעלטע רעגירונג. אָבער, ווען צו דעם דרוק פֿון די צוויי רעכטע פּאַרטייען האָט זיך אָנגעשלאָסן אויך די "עבֿודה", וואָס איר פֿאָרשטייער שלום שׂמחון איז דער מיניסטער פֿאַר לאַנדווירטשאַפֿט, און ווען אין נתניהוס פּאַרטיי, אין "ליכּוד" גופֿא, איז פּלוצעם אויפֿגעקומען אַן אָפּאָזיציע פֿון 12 כּנסת־דעפּוטאַטן, האָט עס נתניהון דערמאָנט זײַן אייגענע דורכגעפֿאַלענע מרידה קעגן שרונען, ווען אויך הינטער אים זענען געשטאַנען צוועלף רעבעליאַנטן...

בראָש פֿון דער איצטיקער זיך שאַפֿנדיקער אָפּאָזיציע אינערהאַלב דעם "ליכּוד", וועלכע האָט שוין געדראָט מיט אַ מרידה, שטייען די צוויי דעפּוטאַטינס: די גאָר שטאַרק באַרעדעוודיקע ציפּי חוטובלי און די געוועזענע מיליטערישע וואָרטזאָגערין מירי רגבֿ, וועמען איינער פֿון די היגע פּובליציסטן באַצייכנט ווי די "זשאַן ד’אַרק פֿון פּירות און גרינצײַג".

אָבער נישט צוליב דעם האָט נתניהו, ווי געזאָגט, באַקומען אַ שלעכטע צײַגעניש אויף דעם עקזאַמען פֿון די הונדערט טעג. ער איז דורכגעפֿאַלן אין דעם פֿאַרמעסט צווישן דעם "אָנשטעל און דעם אויסשטעל": ער איז צעקוועטשט געוואָרן אונטערן דרוק פֿון ביידע זײַטן און האָט זיך "אײַנגעפּעקלט" אין זײַן נאָכגיביקייט לטובֿת דעם צד, וואָס האָט שטאַרקער געדריקט.

דאָס איז נישט דער ערשטער פֿאַל ווי דער מאַטשאָיִסטישער "שטאָלצער מאַן" האָט זיך געלאָזט "אײַנפּעקלען" ווי אַ נאָכגיביקער שוואַכלינג אונטערן דרוק פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. דערגרייכנדיק אין די ערשטע פּרײַמעריס אין לאַנד (אין 1996) די אָנפֿירונג פֿון "ליכּוד" און פֿון דעם רעכטן קאַנסערוואַטיוון לאַגער, האָט ער דורכגעפֿירט די עקסטרעמע פּריוואַטיזאַציע פֿונעם לאַנד מיט אַלע אירע דערשײַנונגען און אויסווירקונגען, און מיט פֿאַרטיפֿן דעם תהום פֿון דער אומגלײַכהייט און די סאַציאַלע קאָנטראַסטן.

די זעלבע ווירטשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע פּלענער האָט ער געוואָלט רעאַליזירן, קומענדיק צוריק צו דער מאַכט, און אויפֿטרעטנדיק ווי אַ טויערמאַן פֿון דער ארץ־ישׂראל השלמה קעגן דעם פּאָליטישן דרוק צו לאָזן אויפֿשטעלן דערנעבן אַן אומאָפּהענגיקע מדינה פֿאַר די פּאַלעסטינער.

ווען נתניהו איז צום ערשטן מאָל געקומען צו דער מאַכט אין יולי 1996, באַזיגנדיק שמעון פּערעסן מיט אַ מערהייט פֿון געציילטע פּאָר טויזנט שטימען, איז זײַן "נצחון אויף אַ האָר" געווען באַגלייט פֿון אַ מאַסיווער טעראָר־כוואַליע פֿון "כאַמאַס", וואָס האָט געהאָלפֿן די קעגנערס פֿון "אָסלאָ־אָפּמאַך" דערמאָרדן דעם שלום־צוג נאָכן מאָרד פֿון יצחק ראַבין. דאָס האָט זיך זיי אײַנגעגעבן, און זינט דעמאָלט האָט די קאָלאָניזאַציע פֿון די אָקופּירטע שטחים זיך צעבליט און איז זיך צעוואַקסן — בײַ דער זײַט פֿון דעם צעשמעטערטן שלום־צוג, אין דער צײַט ווען אַלע אויפֿגעקומענע שלום־פּראָיעקטן זענען געוואָרן טאָרפּעדירט און האָבן געדינט ווי אַן אָנשטעל צו פֿאַרדעקן דעם אָנגייענדיקן פֿאַרבוי און דאָס מאַסיווע באַזעצן די "שטחים".

מיט זײַן צוריקקער צו דער מאַכט בראָש פֿון דער אויסגעברייטערטער עקסטרעם־רעכטער רעגירונג און מיטן אָנטייל פֿון אהוד ברקס "עבֿודה" — האָט נתניהו זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַן עקסטרעם־געענדערטער סיטואַציע. פֿון איין זײַט, די אַטאָמישע באַוואָפֿענונג פֿון איראַן און איר קריגעריש־פֿײַנטלעכע פּאָליטיק קעגן ישׂראל, די פֿאַרשטאַרקונג פֿון "כאַמאַס" אין עזה און פֿון "כעזבאָלאַ" אין לבֿנון, און דער גלאָבאַלער עקאָנאָמישער קריזיס, וואָס האָט אויך אָנגעשטעקט ישׂראל מיט דער ווירטשאַפֿטלעכער דעפּרעסיע. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, די נײַע פּאָליטיק פֿון דעם נײַעם פּרעזידענט אין אַמעריקע, די באַרויִקטע זיכערהייט און די פֿרידלעכע סיגנאַלן און שלום־גרייטקייט פֿון די מערסטע אַראַבישע לענדער — וואָס שאַפֿט אַ נײַע פּאָליטישע סיטואַציע, אין וועלכער די פֿרײַנד און אָפּוטרופּסים אין "ווײַסן הויז" און אין אייראָפּע פֿאַרלאַנגען פֿון ישׂראל אויסצונוצן די געשאַפֿענע גרויסע געלעגנהייט און בײַצושטײַערן מיט אירע פֿרידלעכע גענג צום שלום־פּראָצעס.

די איצטיקע רעגירונג איז נישט גרייט מוותּר צו זײַן אויף די אַקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, און בנימין נתניהו, וועלכער האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו זײַן דער אָנפֿירער פֿון דעם גאַנצן רעכטן לאַגער, איז געוואָרן אַוועקגעשטעלט פֿאַר די פֿילצאָליקע דילעמעס צווישן די שאַרפֿע קעגנזאַצן, וואָס האָבן אים געצוווּנגען דאָ און דאָרט זיך "אײַנצופּעקלען" פֿאַר דעם אָדער אַנדערן צד, כּדי צו קענען דערגרייכן און מקיים זײַן — נישט דעם שלום־צוג, צו באַשיצן די מדינה, נאָר די קאָלאָניזאַציע פֿון די שטחים, וועגן וואָס ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט פֿאַר זײַנע אידעאָלאָגישע חבֿרים, כּדי צו באַשיצן און מקיים צו זײַן די רעגירונגס־קאָאַליציע.

כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם המשך פֿון דער רעגירונג און פֿון דעם רעזשים, האָבן די קאָאַליציע־פּאַרטייען שוין פֿון דעם ערשטן טאָג באַוואָרפֿן די כּנסת מיט אַ גאַנצן באַרג פֿון אַנטי־דעמאָקראַטישע געזעץ־פּראָיעקטן, וואָס זאָלן פאָרזיכערן דער רעגירונג אַן אומגעשטערטן המשך — דורך פֿאַרגרעסערן פֿון 61 אויף 65 די פֿאַרפֿליכטנדיקע צאָל שטימען פֿון אומצוטרוי, כּדי די רעגירונג אַראָפּצוּוואַרפֿן, געענדערט און פּאָליטיזירט, אין גײַסט פֿון דער איצטיקער רעכטער מערהייט אין דער כּנסת, דעם געזעצלעכן סטאַטוס און דעם באַשטאַנד פֿון די קאָמיסיעס אויסצוּוויילן די ריכטער פֿון דעם הויכן טריבונאַל פֿאַר גערעכטיקייט און צו באַשרענקען דעם געזעצלעכן תּחום פֿאַר דעם טריבונאַל צו באַשיצן די מענטשן־רעכט; געזעץ־פּראָיעקטן צו באַשרענקען די צאָל פֿאָרשטייער פֿון דער אָפּאָזיציע אָנצופֿירן מיט קאָמיסיעס פֿון דער כּנסת, וואָס עס האָט גורם געווען צו אַ שאַרפֿן קאָנפֿליקט צווישן דעם פּרעמיער נתניהו און דעם פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת רובי ריוולין, פֿון נתניהוס אידעאָלאָגישן חדר; עס איז שוין אויך, אין דער קורצער צײַט פֿון די הונדערט טעג, אויסגעברייטערט געוואָרן די השפּעה פֿון די רעליגיעזע פּאַרטייען און זייערע מוסדות אאַז״וו.

אויף דעם אויסערן־פּאָליטישן פֿראָנט האָט דער פֿירער פֿון "ישׂראל ביתּנו", אבֿיגדור ליבערמאַן, זיך אויסגעשלאָסן פֿון זײַן אייגנטלעכער פֿונקציע, אין רעזולטאַט פֿון זײַנע נישט דיפּלאָמאַטישע און נישט פֿאַרנונפֿטיקע פּלוידערײַען, צוליב וועלכע ער איז געוואָרן אַן "אומגעוווּנטשענע פּערזאָן" אין דער פּאָליטישער און דיפּלאָמאַטישער וועלט. כאָטש ער האָט בשעתּו געטענהט, אַז ער איז געוואָרן אײַנגעלאַדן קיין קאיִר, האָט דער עגיפּטישער פּרעזידענט אָפֿן דערקלערט, אַז ער וויל אים דאָרט נישט זען, און אין פּאַריז האָט פּרעזידענט סאַרקאָזי געעצהט נתניהון ער זאָל אויסטוישן דעם אויסערן־מיניסטער ליבערמאַן (וועלכער דערמאָנט אים זײַן קעגנער לע־פּען); אין דער אַראַבישער וועלט פֿאַרטרעט אים דער פּרעזידענט שמעון פּערעס, און ער, ליבערמאַן, זאָגט אַז ער האָט גענוג אַרבעט אָן דעם... ער זאָגט אויך, אַז ער קען זיך נישט מישן אין די געשפּרעכן וועגן דער קאָלאָניזאַציע, צוליב דעם "ווידערשפּרוך פֿון אינטערעסן" — ווײַל ער וווינט אין אַ קאָלאָניע אין אַ פֿאַרוואָרפֿענעם אָרט אויף די "שטחים".

דערווײַל האָט שוין נתניהו זיך צוגעוווינט צו זאָגן "צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער". ער האָט אַפֿילו זיך שוין צוריקגעקערט צו זײַן פּאָליטיק פֿון "קעגנזײַטיקייט" און צו באַנײַען זײַן אַלטע פֿראַזע פֿון זײַן ערשטער קאַדענץ: "זיי וועלן געבן, וועלן זיי קריגן; זיי וועלן נישט געבן — וועלן זיי נישט קריגן"...

די אַמעריקאַנער נעמען דאָס נישט אָן. נתניהו האָט זיך אָבער נישט געביטן.

תּל־אָבֿיבֿ, 7טער יולי 2009