פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 25סטן יאָרצײַט

דער פּאָעט חיים לייב פֿוקס איז באַקאַנט נישט בלויז פֿאַר זײַן דיכטונג, נאָר אויך פֿאַר זײַנע עסייען, ווערק אויף ליטעראַטור־געשיכטלעכער טעמאַטיק — אַנטאָלאָגיעס, לעקסיקאָנען און אַנדערע ווערק. למשל, ער איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע מיטאַרבעטער אין דעם "לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור". ער האָט געשריבן לידער און פּאָעמעס וועגן ישׂראל, וועגן דער היים און זײַן משפּחה; וועגן מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט, צווישן אַנדערע, געלעבט אַ געוויסע צײַט. ער האָט אַרײַנגעוועבט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן אין זײַנע לידער: