צו זײַן 25סטן יאָרצײַט
דער פּאָעט חיים לייב פֿוקס איז באַקאַנט נישט בלויז פֿאַר זײַן דיכטונג, נאָר אויך פֿאַר זײַנע עסייען, ווערק אויף ליטעראַטור־געשיכטלעכער טעמאַטיק — אַנטאָלאָגיעס, לעקסיקאָנען און אַנדערע ווערק. למשל, ער איז געווען איינער פֿון די אַקטיווסטע מיטאַרבעטער אין דעם "לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור". ער האָט געשריבן לידער און פּאָעמעס וועגן ישׂראל, וועגן דער היים און זײַן משפּחה; וועגן מאָנטרעאָל, וווּ ער האָט, צווישן אַנדערע, געלעבט אַ געוויסע צײַט. ער האָט אַרײַנגעוועבט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן אין זײַנע לידער:
מײַן ליד
א
מײַן ליד איז פֿון אחד דער שטילסטער געפֿלאַטער,
ווי מײַן רגע די ערשטע, וואָס האָט מײַן לעבן געפֿליגלט,
מיט אים האָט געדאַוונט אין תּמימות דער נסתּר, מײַן טאַטע
און מײַן מאַמע האָט געניגונט מיט עניוות מײַן וויגל.
אַזוי איז מײַן ליד, וואָס צו מיר קומט פֿון נסתּרים
און כ׳קען נישט באַשיידן וואָס זײַן אָנהייב און סוף איז,
איך הער נאָר דעם פֿליסטער פֿון צווישן די סטראָפֿן
איך פֿיל נאָר די צאַרטקייט, וואָס האַלדזט מיך און אָרעמט.
ב
מײַן ליד איז ווי ס׳רײַפֿן פֿון פּירות אויף ביימער,
ווי ס׳געשריי פֿון דעם מלאך, ממונה אויף וואַקסן,
און פֿיל ווי זיי שטייען מיר איבער די אַקסל,
ער זאָגט מיר די ווערטער, איך האָרך זיי מיט אימה.
און וויל איך פֿאַרשווײַגן טייל מאָל מײַנע שורות
וואָס איך ברום זיי בלחש, ס׳זאָל נאָר מײַן מורא דערהערן,
דערזע איך מײַן מאַמען און ס׳פֿליסן מיר טרערן
די אויגן וואָס ווערן געשטאַלטן מיט פֿלאַמיקע צורות.
זיי ווערן מיר אייגן, ווי ס׳לײַב מײַנס און ס׳לעבן
און כ׳קען נישט אָפּטיילן פֿון זיי מער מײַן ניגון,
און ס׳ווערן מיר לידער ווי פֿייגל אין שוועבן
און כ׳לאָז זיך פֿון זיי פֿאַרשטילן, פֿאַרוויגן...
ג
ווי צו ירושלים, שיק איך צו צפֿת מײַן תּפֿילה,
דאָרט איז מײַן אָנהייב און דאָרטן מײַן סוף איז,
בין רעוואַ־דרעוואַ, ווער איך נאָך שטילער
און האָרך די ניגונים פֿון מײַן זיידן, דער "בית יוסף".
זיי רעדן צו מיר איצט דאָס לשון פֿון דורות,
ווי דאָס לשון פֿון "מגיד" אין די טיפֿע חצותן,
עס ווערן די ווערטער צעפֿלאַמטע מנורות
פֿון הימלישע פֿורעמס מיט ליבשאַפֿט געגאָסן.
און שפּאַן איך אין דמיון אין חקל־תּפּוחים
ווערט וואָרער פֿון וואָר מײַן ייִדישע שירה,
און ס׳ווערט פֿון מײַן האַרץ אָן סטרונעס אַ לירע
וואָס ברענגט מיר מנוחה...
דאָס וואָרט "פֿרײַהייט" איז פֿאַר אים דער שענסטער קלאַנג:
אָדע צו דער פֿרײַהייט
ווי לאַנג עס שײַנט די זון בײַם אויפֿגיין און בײַם אונטערגיין,
ווי לאַנג עס פֿרייט מײַן האַרץ זיך מיטן ליכט פֿון טאָג,
ווי לאַנג עס שאַלט מײַן וואָרט מײַן איינאונאייניקער פֿאַרמאָג,
און ווער נאָך אַלץ געפֿאַנגען פֿון גראַמס אַ קלאַנג און חן;
ווי לאַנג עס נעמט מײַן אויג אַרײַן אין זיך דאָס גרינען פֿון אַ בלאַט,
ווי לאַנג עס שיכּורט אײַן מיך די קלאַנגען פֿון ראָמאַנטישער מוזיק,
און עס טרינקט מיך אָן אַ צאַרטער בלומיקער לײַכטער אַראָמאַט;
עס וויגט די גאַנצע וועלט מיך, ווי אין מײַן מאַמעס וויג.
ווי לאַנג עס רופֿט די ליבשאַפֿט, און איך הער נאָך דאָס זינגען פֿון אַ זאַנג,
און עס מאַכט מיך גליקלעך דער זיסער שמייכל פֿון יעטוועדן קינד,
און איך גלייב נאָך אַלץ, אַז דאָס וואָרט פֿרײַהייט איז דער שענסטער קלאַנג,
איך בין נאָך פֿרילינגדיק און אַליין גאָר טענצלדיק און אייביק לינד!
חיים לייב פֿוקס איז געבוירן געוואָרן אין 1897 אין לאָדזש. ביז 16 יאָר האָט ער געלערנט אין ישיבֿות און געשמט פֿאַר אַן עילוי. אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער געווען אויף צוואַנגס־אַרבעט אין דײַטשלאַנד. נאָך דעם ווי ער האָט זיך אומגעקערט קיין לאָדזש, איז ער אַ צײַט געווען אין "בונד" און אין די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, שפּעטער אין דער ציוניסטישער אַרבעטער־באַוועגונג. ער איז אויך געווען טעטיק אין דער אומלעגאַלער עליה קיין ארץ־ישׂראל פֿון פּוילן, אַ צײַט געלעבט אין ארץ־ישׂראל. אין 1936 איז ער געווען אַקטיוו אין דער "הגנה". סוף 1938 איז ער צוריקגעקומען קיין פּוילן. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה — 1940—1946 — האָט ער געלעבט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, דערנאָך, ביז 1948 אין לאָדזש; 1948—1953 — אין פּאַריז, און אין 1953 עמיגרירט קיין אַמעריקע. חיים לייב פֿוקס איז געווען איינער פֿון די הויפּט־מיטאַרבעטער פֿון דעם "נײַעם לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור", וווּ ער האָט זיך באַטייליקט מיט איבער 3,000 ביאָגראַפֿיעס.
פֿוקס האָט צוויי לידער געווידמעט דער טעמע פֿון זײַן אַוועקגיין, וואָס זײַנען זייער רירנדיק.
און אַז איך וועל אַוועקגיין
און אַז איך וועל אַוועקגיין, וועט נאָך מיר בלײַבן דאָס ליד
וואָס האָט מיך געוועקט אין מיט פֿון מײַן שלאָף,
ווי מײַנע זיידעס גערופֿן "שטייט אויף צו חצות"
און האָט מיך באַשײַנט מיטן חסד פֿון מײַן ייִדישן אות.
איך הער יעצט די תּפֿילות, וואָס האַלדזן אַרום מיך ווי אַ גלייביקער ייִד
אויב יעצט איז "סוף פּסוק", נעם איך אָן דעם גזר, בין מקבל די שטראָף...
ווען איך וועל אַוועקגיין דעם וועג פֿון די דורות,
פֿון די זיידעס געגרייטע פֿון תּמיד צו קידוש־השם
און זייערע בליקן די לעצטע דערהויבן צום יוצר־המאורות
וואָס איך פֿיל אויך אין מײַנע שורות זײַן ליבן אַרומנעם
אין שעה פֿון מײַן נויט, אין מינוט פֿון מײַן קלעם
ווי די זיידעס איך בעט! מײַן ווערט נישט פֿאַרשעם!..
פֿאַרשעם נישט מײַן ייִדיש, מײַן לשון געהייליקט פֿון מײַן מאַמען
ווען איר נשמה איז אַרויף צו די הימלען אין אוישוויצער פֿלאַמען
ווען איך וועל אַוועקגיין, וועל איך בעטן די ייִדישע ווערטער
זאָלן מיך באַגלייטן דורך אַלע גאָר שטילסטע געסלעך און ערטער
ביז איך וועל אָנקומען צו דײַנע טויערן, מײַן האַר
מיט מײַן ספֿר פֿון נעמען פֿון ייִדישע שרײַבער
וואָס איך האָב געהייליקט צו זייערע פֿאַרפּײַניקטע לײַבער
ווי זיי אַליין האָבן זיך געהייליקט דורך טויט און געפֿאַר...
די אַלטע תּפֿילות און ניגונים לעבן אין אים, ער קלאָגט וואָס ער איז ניט געווען זוכה צו שטאַרבן מיט זײַן פֿאָלק:
צו די הימלען אַרויף
וואָרט, וואָס וואַרט אין מיר פֿון גאַנץ לאַנגע דורות,
פֿלאַם, וואָס גליט אין מיר, ווי אָנגעצונדענע מנורות,
פֿון די באָבעס און די זיידעס, די הייסע ייִדיש־תּפֿילות
זיי וויקלען זיך אין מײַנע בלוטן, ווי דורותדיקע מגילות...
אין רוישן פֿון ווינטן איך פֿאַרנעם זייער צאַרטן לשון,
וואָס פֿליסט צו מיר אין ייִדיש, ווי קידוש־ווײַן געגאָסן
פֿון שבת און פֿון יום־טובֿ, פֿון פּסחדיקן היימישן סדר,
איך הער זיי איצט אין מיר, זיי זענען מײַנע וואַרע עדות.
אַז מײַן וואָרט איז אמת, ווי זייער בענקען אַלעמען צו בענטשן,
ווי דער פֿלאַם וואָס לײַכט אין מיר, דער פֿלאַם פֿון גוטע מענטשן,
וואָס ציִען זיך צו מיר אין געבעט ווי מײַנע שטילע לידער,
וואָס איך וויל זיי הערן לאַנגע און אייביקע ווידער...
דערהער איך מיט כּוונה, דעם זיידנס שבתדיקן חומש־ניגון
וואָס זינגט אין מיר נאָך עד־היום ווי פֿון קינדער־וויגל,
וואָס לעבט אין מײַן נשמה ווי מײַן מאַמעס תּפֿילות טרײַע,
זיי פֿלאַקערן פֿאַר מײַנע אויגן ווי אַ הייליק קרבן־פֿײַער...
ווי דער ניגון וואָס באַגלייט מיך פֿון טיפֿן איצט ביז מײַן תּמיד,
און הילט מיך אײַן אין ייִראה, ווי איך וואָלט בײַם עמוד
אויך געשטאַנען בײַם יום־כּיפּורדיקן שקיעהדיקן דוכן,
ווי מײַנע זיידעס גרייטע צו קידוש־השם מזומן און מוכן...
וויינט אין מיר מײַן נפֿש וואָס איך בין נישט געווען זוכה
מיט מײַן פֿאָלק צוזאַמען מײַן לעבן אין די אַשן און די רויכן,
ווי מײַנע שוועסטער און רחלע די קליינע צום בורא אין די הייכן
און זאָל צום כּסא־הכּבֿוד אויפֿשטײַגן און אײַלן זיך צו גרײַכן...
בײַ חיים לייב פֿוקסן לעבן די אַלטע ניגונים און תּפֿילות, די משפּחה איז מיט אים כּסדר אין דמיון, ער ברענגט זי אַרויס מיט ליבשאַפֿט און געפֿיל.
עס ווילט זיך צוגעבן, אַז חיים לייב פֿוקס׳ זון, מנחם, איז אַ טאַלאַנטירטער שרײַבער. פֿון פּראָפֿעסיע אַ פּסיכיאַטער, שרײַבט ער שוין מער ווי צען יאָר חנעוודיקע לידער פֿאַר די קינדער־פֿאָרשטעלונגען פֿון דער "פֿאָלקסבינע" און "קידס און ייִדיש. איינס פֿון די סאַמע שענסטע איז זײַן מיששפּראַכיק ליד "רעגנדל", וואָס מיר ווערן נישט מיד צו הערן. אויך זײַנע אַנדערע לידער זײַנען אָריגינעל און באַטעמט.