קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וויליאַם ברוּי
וויליאַם ברוּי

אינעם "רוסישן מוזיי" אין פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון וויליאַם ברוּי, אַן אייגנאַרטיקער קינסטלער, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ יורש פֿון די טראַדיציעס פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד. ברוּי האָט זיך קונה־שם געווען ניט נאָר דורך זײַנע קינסטלערישע ווערק, נאָר אויך דורך זײַן אָריגינעלן לעבנסשטייגער. זײַן לעבן איז תּמיד אַ פֿאָרשטעלונג, דערבײַ פֿאַרמאָגט ער אַ באַזונדערן טאַלאַנט פֿאַר צוציִען צו זיך באַרימטע, חשובֿע און רײַכע פּערזענלעכקייטן. אין משך פֿון די יאָרן האָט ער געשאַפֿן אַרום זיך אַ מין מיטאָס, וואָס איז אַ געמיש פֿון ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע עלעמענטן.

געבוירן אין לענינגראַד אין 1946, האָט וויליאַם ברוּי געהאַט אַ גוט מזל צו לערנען זיך גראַפֿישע קונסט בײַ די לעצטע לעבעדיקע מײַסטערס פֿון דער סאָוועטישער קונסט פֿון די 1920ער יאָרן. אין 1971 איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל. ווי ער דערקלערט אַליין, איז זײַן כּוונה געווען ניט צו באַזעצן זיך אין דער ייִדישער מדינה, נאָר צו באַזוכן ארץ־הקודש און צו באַקענען זיך מיט זײַן זיידע. ווי איינער פֿון די סאַמע ערשטע ייִדישע קינסטלער פֿון דער סאָוועטישער עליה, האָט ער באַקומען אַ וואַרעמען ברוך־הבאָ. מען האָט אים אַפֿילו געגעבן אַ סטודיאָ אויפֿן ציון־באַרג — פּונקט אין דעם הויז, וווּ, על־פּי לעגענדע, האָט ישו־הנוצרי געפּראַוועט זײַן לעצטן סדר. די דאָזיקע פֿאַרבינדונג האָט בלי־ספֿק צוגעגעבן ברוּיען חשיבֿות אין די אויגן פֿון זײַנע חסידים.

אָבער לאַנג האָט זיך דער קינסטלער ניט פֿאַרהאַלטן אין ארץ־ישׂראל. אין גיכן האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קיין פּאַריז. דאָ האָט ער זיך באַקענט מיט די רוסישע עמיגראַנטן פֿון דער ערשטער כוואַליע, און דורך זיי אַרײַן אין די הויכע פֿענצטער פֿון דער אייראָפּעיִשער אַריסטאָקראַטיע. זײַנע ווערק, אויסגעפֿירט אין אַן עקלעקטישן מאַניר, וואָס מישט צונויף די שטרענגע גראַפֿישע טעכניק פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד מיט דער פֿאַרביקער שפֿע פֿונעם אַמעריקאַנער אַבסטראַקטן עקספּרעסיאָניזם און דער מיסטישער בילדערישקייט פֿון קבלה, האָבן שטאַרק אויסגענומען בײַ די אייראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער ליבהאָבער פֿון דער מאָדערנער קונסט. ברוּי איז אַרײַן אין דער מאָדע צום סוף פֿון די 1970ער יאָרן, אָבער אין אַ צענדליק יאָר אַרום האָט ער אַ ביסל אָנגעוווירן זײַן חן.

קאָמפּאָזיציע נומער 1 — בלאָ
קאָמפּאָזיציע נומער 1 — בלאָ

ברוּיס עקסטראַוואַגאַנטער מאַניר איז אַ וויכטיקער טייל פֿון זײַן קינסטלערישן אימאַזש. ער איז געוואָרן אַ העלד פֿון עטלעכע שונד־ראָמאַנען וועגן דער רוסישער עמיגראַציע, און מען דערציילט עד־היום כּלערליי מעשׂיות וועגן זײַנע קאָכאַנקעס צווישן די אַריסטאָקראַטישע פֿרויען פֿון פֿאַרשידענעם עלטער. ער איז אויך באַקאַנט צוליב די שבתדיקע הוליאַנקעס אין זײַן סטודיאָ אין פּאַריז. ברוּי האָט ליב צו שמועסן וועגן קבלה און זײַן אינטערעס צו ייִדישקייט. מען זעט עס גלײַך פֿון זײַן אויסזען, מיט גרויסע באַקנבאַרדן מעשׂה פּאות, קאָלירטער מאַרינאַרקע און אַ גרויס היטל.

ברוּיס אומקער קיין רוסלאַנד ווערט באַגלייט מיט אַ רעשיקער רעקלאַם־קאַמפּאַניע. די צײַטונגען שרײַבן וועגן אים ווי וועגן אַ וועלט־באַרימטן שטערן, וואָס ציט ווײַטער די גאָלדענע קייט פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד. אַזאַ מין געשטאַלט פֿילט אויס אַ וויכטיקן בלויז אין דעם וועלטבאַנעם פֿון דער אויפֿגעקומענער רוסישער בורזשואַזיע. פֿון איין זײַט, איז ברוּי אַן אייגענער, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, טראָגט ער אין זיך שפּורן פֿון וועלט־באַרימטע קינסטלערישע פּערזענלעכקייטן׃ אַ ביסל פֿון סאַלוואַדאָר דאַלי, אַ ביסל פֿון מאַרק שאַגאַל, און אַ ביסל פֿון דזשעקסאָן פּאָלאָק.

די עקספּרעסיווע קאָלירפֿולע קונסטווערק פֿון וויליאַם ברוּי, פּונקט ווי די ליטעראַרישע ווערק פֿון אַזעלכע רוסישע עמיגראַנטישע שרײַבער פֿון די 1970ער, ווי עדואַרד לימאָנאָוו און עדואַרד טאָפּאָל, געהערן צו אַ ספּעציעלן מין "קיטש", וואָס שטעלט זיך אַנטקעגן דעם נודנעם סאָוועטישן סטיל פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. נאָך דעם סוף פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט יעדער איינער פֿון זיי געפֿונען אַן אייגענע נישע. לימאָנאָוו האָט געשאַפֿן די "נאַציאָנאַל־באָלשעוויסטטישע פּאַרטיי", וואָס מישט צונויף רוסישן נאַציאָנאַליזם מיט סטאַליניסטישן סאָציאַליזם; טאָפּאָל האַלט אין איין אויספֿאַרטיקן ביליקע הויך־געשפּאַנטע ראָמאַנען, און ברוּי טראָגט זיך אונטער ווי דער פּרינץ פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד.

קאָמפּאָזיציע פֿון דער סעריע "עקטרוס"
קאָמפּאָזיציע פֿון דער סעריע "עקטרוס"

אַ שטיקל ייִדישקייט פּאַסט זייער פֿאַר אַזאַ געשטאַלט. איינע פֿון זײַנע סעריעס האָט אויך בילדער פֿון פֿאַרשידענע וואַריאַנטן פֿונעם בית־המיקדש, וואָס איז אַ מאָל געשטאַנען אין ירושלים. ברוּי דערציילט וועגן זײַנע ייִדישע וואָרצלען׃ "איך בין געוואַקסן אין אַ ייִדישער משפּחה; פֿון דער מאַמעס צד שטאַם איך פֿון רבנים, און ביזן הײַנטיקן טאָג היט איך אָפּ אייניקע מיצוות. אָבער, דער עיקר איז, אַז די תּורה און די קבלה בלײַבן אַ וויכטיקער מקור פֿון מײַן שעפֿערישקייט און געבן מיר שטאָף צו טראַכטן. איך האַלט, אַז מען קאָן דאָס געפֿינען אין מײַנע בילדער, מסתּמא אַפֿילו מער, איידער פֿון שאַגאַלס שטעטלעך." אַזוי ווי אין אַמעריקע און אייראָפּע, איז קבלה לעצטנס געוואָרן פּאָפּולער אויך אין רוסלאַנד. די געהיימע תּורה האָט חסידים אַפֿילו אין די הויכע פֿענצטער׃ דער מיטגליד פֿונעם פֿעדעראַציע־ראָט (דער רוסישער "סענאַט") וולאַדימיר ספּעקטאָר איז אַ הייסער אָנהענגער פֿון דער קבליסיטשער טעאָריע און פּראַקטיק, און האָט אַפֿילו פֿאַרפֿאַסט אייגענע פּרושים אויפֿן ספֿר הזוהר.

אויף דעם דאָזיקן הינטערגרונט זעט ברוּיס שפּיל אויס ווי אַ מין לצנות. אַ פּנים, ווייסט ער גאַנץ גוט, וואָס מען דערוואַרט פֿון אים, און שאַפֿט דעם געהעריקן אימאַזש. זײַן מין סטיליזאַציע פֿון שונד איז אין תּוך גענומען גאַנץ סימפּאַטיש. להיפּוך צו די אָרטיקע רוסישע קעניגן פֿון קיטש, אַזעלכע ווי די קינסטלער איליאַ גלאַזונאָוו אָדער זוראַב צערעטעלי, איז ברוּי גאַנץ לײַטיש און ניט אַגרעסיוו. ווי אַן אַלטער אַוואַנטגאַרדיסט, שאַפֿט ער קיטש לשם קיטש, מאַכנדיק חוזק פֿון די פּוסטע אַמביציעס פֿון זײַנע קריטיקער און שאַפֿנדיק הנאה פֿאַר זײַנע פֿרײַנד און פֿאַרערער.