געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן

איר געדענקט, אַ פּנים, ווי אין דעם פֿילם Moonstruck (וואָס איך האָב ליב און נעם אויף ווי, אין תּוך אַרײַן, אַ ייִדישע געשיכטע מיט איטאַליענישע פּערסאָנאַזשן) זאָגט צום סוף דער פֿאַרוויינטער עלטערער קאַסטאָריני: I am confused, "איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט" — דער זקן האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, מיט וועמען זײַן אייניקל גייט חתונה האָבן. אַזוי האָבן לעצטנס געהאַלטן בײַם פֿאַרפּלאָנטערן זיך די בריטישע ריכטער. זיי האָבן געדאַרפֿט זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין דער פֿראַגע, צי די עלטסטע ייִדישע טאָגשול אין לאַנד, געשאַפֿן נאָך אין 1732, האָט געטאָן ריכטיק, אָפּזאָגנדיק זיך אָנצונעמען ווי אַ תּלמיד אַ ייִנגל, וועמעס פֿאָטער איז געבוירן געוואָרן ווי אַ ייִד; אָבער די מאַמע זײַנע איז געבוירן געוואָרן פֿון ניט-ייִדישע עלטערן און איז געוואָרן אַ ייִדישע שוין ווי אַ דערוואַקסענע, דערצו (אוי-וויי!) לויט אַ "פּראָגרעסיוון" נוסח, בעת די שול האַלט זיך פֿעסט אָרטאָדאָקסיש, אונטער דער השגחה פֿונעם בריטישן הויפּט-רבֿ יונתן סאַקס.

פֿאַר וואָס האָט זיך אין דעם בכלל געדאַרפֿט אַרײַנמישן דאָס געריכט? די זאַך איז, אַז די שול געהערט צו דער קאַטעגאָריע, וואָס ווערט באַשריבן ווי faith schools, דאָס הייסט, "רעליגיעזע שולן", און זיי ווערן געשטיצט דורך דער מלוכה. מיט פֿופֿציק יאָר צוריק האָט די מלוכה געדעקט נאָר אַ העלפֿט פֿון די בודזשעטן פֿון אַזעלכע שולן, אָבער צום אָנהייב פֿון איצטיקן יאָרהונדערט זײַנען זיי שוין כּמעט אין גאַנצן פֿינאַנצירט פֿון די מלוכישע געלטער. ס׳רובֿ פֿון די רעליגיעזע שולן זײַנען קריסטלעכע — קאַטוילישע צי אַנגליקאַנישע. עס זײַנען פֿאַראַן אויך פֿערציק ייִדישע שולן, ווי אויך עטלעכע מוסולמענישע, סיקכישע, און לעצטנס אויך אַ הינדישע. (די רייד גייט דאָ ניט פֿון די פֿינאַנציעל אומאָפּהענגיקע ייִדישע לערן-אינסטיטוציעס, בפֿרט די חרדישע.)

היות די מלוכה צאָלט פֿאַר אָט די שולן, קען זי אויך פֿאָרמולירן פֿאַר זיי תּקנות, וואָס זײַנען שטרענגער פֿון די תּקנות פֿאַר אומאָפּהענגיקע און פּריוואַטע שולן. און מיט ייִדישע שולן באַקומט זיך אַ פּלאָנטער, מחמת פֿאַקטיש זײַנען זיי ניט ריין רעליגיעזע, נײַערט רעליגיעז-עטנישע. טאַקע פֿון אַזאַ קוקווינקל האָבן דעם ענין באַטראַכט די דרײַ ריכטער. זיי האָבן דערזען, אַז דאָס ייִנגל איז פֿאַקטיש ניט אָנגענומען געוואָרן צוליב דעם, וואָס ער איז אַ גוי, צי "ווייניק-ייִדישקייט", פֿון דער מוטער. דאָס האָט שוין געשמעקט מיט אַ ראַסיסטישן צוגאַנג מצד דער שול, וועלכע איז, פֿאַרשטייט זיך, לחלוטין ניט כּשר לויט די בריטישע געזעצן. די ייִדישע שול באַרויִקט זיך ניט און טראָגט אַריבער דעם ענין העכער, אין די סאַמע הויכע פֿענצטער, די לאָרדן זאָלן באַטראַכטן עס פֿון ס׳נײַ. אָבער דערווײַל פֿילט מען זיך נערוועז אויך אין אַנדערע ייִדישע און ניט-ייִדישע רעליגיעזע שולן.

ענגלאַנד, ווי ס׳רובֿ לענדער אין אייראָפּע, איז גאַנץ סעקולער, כאָטש דער מאָדעל פֿון וועלטלעכקייט איז ניט אַזאַ ווי אין פֿראַנקרײַך. בעת אין ענגלאַנד האָט מען די נטיה צופּאַסן די אַלגעמיינע ספֿערן צו די פֿאָדערונגען פֿון פֿאַרשיידענע רעליזיעזע און עטנישע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, טוט מען עס אַנדערש אין פֿראַנקרײַך, וווּ די אַלגעמיינע ספֿערן מוזן בלײַבן "נייטראַל", אין גאַנצן באַפֿרײַט פֿון רעליגיע. למשל: אין ענגלאַנד האָבן אַ סך שטאָטישע באַסיינען באַזונדערע פּעריאָדן, ווען דאָרטן קענען שווימען נאָר פֿרויען, און אַ מיידל מיט אַ פֿאַטשיילע איז ניט קיין עקזאָטיק אין אַן ענגלישן לערן-אַנשטאַלט. אין פֿראַנקרײַך איז עס גאָר אַנדערש, דהײַנו: ווילסטו שווימען, טאָ זײַ זיך מטריח צו טאָן עס ווי אַלע בירגער פֿון דער געזעלשאַפֿט; ווילסטו זיך לערנען אין אַ מלוכישער שול — נעם אַראָפּ די פֿאַטשיילע. דאָס הייסט ניט, אַז די פֿראַנצויזישע רעגירונג דערלויבט ניט צו עפֿענען אַ פּריוואַטן באַסיין און אַ פּריוואַטע שול — אויף זיי וועלן ניט חל זײַן די "נייטראַליזירנדיקע" אַלגעמיינע תּקנות.

די לעצטע אויספֿרעגן ווײַזן, אַז דעם גרעסטן חלק פֿון דער ענגלישער באַפֿעלקערונג איז, אין דער אמתן, מער צום האַרצן דער "פֿראַנצויזישער נוסח", בפֿרט אין דער פֿראַגע פֿון באַזונדערע רעליגיעזע שולן. מע טענהט, אַז די דאָזיקע שולן סטימולירן סעגרעגאַציע. אַ חוץ דעם, דינען זיי דער ווײַטערדיקער פֿאַרשפּרייטונג פֿון רעליגיע, וואָס איז אויך אַ מאָדנע פֿונקציע פֿאַר אַ מלוכה-געשטיצטער אינסטיטוציע.

מע האָט אויך סאָציאַלע טענות. תּחילת האָבן די רעליגיעזע שולן בדרך-כּלל געשטרעבט צו פֿאַרשפּרייטן בילדונג צווישן אָרעמע לײַט. איצט זײַנען זיי אָפֿט מאָל געוואָרן עליטאַרע שולן, און דאָס הייסט, אַז די מלוכה פֿינאַנצירט אַזאַ סאָציאַלן אומיושר.

ניט ווייניק געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע כּוחות פֿירן קאַמפּאַניעס פֿאַר אָפּשאַפֿן צי, לכל-הפּחות, מאָדיפֿיצירן די רעליגיעזע שולן, וואָס האָדעווען זיך פֿון די מלוכה-געלטער. צווישן זיי איז די אָרגאַניזאַציע "אַקאָרד", געשאַפֿן און אָנגעפֿירט דורך דעם רעפֿאָרמיסטישן רבֿ יונתן ראָמיין. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דער אַנומלטיקער באַשלוס פֿונעם געריכט אין שײַכות מיט דער עלטסטער ייִדישער שול וועט איבערלאָזן אַ טיפֿן שפּור אין דער גאַנצער בילדונג-סיסטעם פֿון לאַנד.