בלי ספֿק, אַז די הויפּט פּאָליטישע געשעעניש פֿון דער פֿאַרגאַנגענער וואָך איז געוואָרן דער באַזוך פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין מאָסקווע. אין די לעצטע יאָרן זײַנען די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און רוסלאַנד געווען ווײַט פֿון פֿרײַנדלעכע; אין רוסלאַנד, האָט זיך כּסדר אויפֿגעבלאָזן אַ העצערישע כוואַליע פֿון שׂינאה און אומצוטרוי. פּוטין און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן באַשולדיקט וואַשינגטאָן אינעם אונטעררײַסן בכּיוון די פֿינאַנציעלע און עקאָנאָמישע זײַלן פֿון דער וועלט;
ערשט מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן די פֿירער פֿון רוסלאַנד אויף זייער בשותּפֿותדיקן סאָמיט מיט כינע, אינדיע און בראַזיל גערופֿן זיך אָפּצוזאָגן פֿונעם דאָלאַר, ווי פֿון דער הויפּט־וואַלוטע אין דער וועלט; רוסלאַנד פֿירט אַ כּסדרדיקן קאַמף אונטערצורײַסן די נאַפֿט־ און גאַז־פּראָיעקטן, וואָס וואָלטן געקאָנט באַפֿרײַען דעם מערבֿ פֿון דער רוסישער נאַפֿט־אָפּהענגיקייט. רוסלאַנד פֿירט אַ נאָענטע חבֿרשאַפֿט מיט איראַן, צושטעלנדיק דעם מיליטאַנטישן רעזשים פֿון אַכמאַדינעדזשאַד סאָפֿיסטיקירט געווער און הילף אויפֿצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם; רוסלאַנד שטימט קעגן די סאַנקציעס, וואָס דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען“ וויל אָננעמען קעגן איראַן; רוסלאַנד נעמט אויף אין מאָסקווע די פֿירער פֿון "כאַמאַס“ און פֿירט מיט זיי פֿאַרהאַנדלונגען; רוסלאַנד, ווייסנדיק ווי וויכטיק ס׳איז פֿאַר אַמעריקע און אירע אַליִיִרטע צו האָבן אַ לופֿט־באַזע אין קירגיזיע, כּדי פֿון דאָרט אַריבערפּעקלען קיין אַפֿגאַניסטאַן מיליטערישע אויסשטאַטונג און מענטשלעכע כּוחות, פֿאַרלאַנגט פֿון דער קירגיזישער רעגירונג צו שליסן די דאָזיקע באַזע, און נאָך אַנדערע "זשעסטן“ — קלענערע און גרעסערע, אָפֿענע און געהיימע — אַרויסצוּווײַזן, אַז מאָסקווע איז אַ גרויסמאַכט און מע מוז מיט איר זיך רעכענען...
און אָט אויפֿן הינטערגרונט פֿון די אַלע שפּיצלעך און מעשׂים אין די בעסטע טראַדיציעס פֿון סאָוועט־רוסלאַנד, איז קיין מאָסקווע געקומען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ; געקומען מיט אַ ברייטער פּראָגראַם זיך צו באַקענען נישט בלויז מיט דער רעגירנדיקער מאַכט, נאָר זיך אויך טרעפֿן מיט די פֿירער פֿון דער אָפּאָזיציע, געשעפֿטלײַט, פֿאָרשטייער פֿון דער געזעלשאַפֿט (גענוי וועגן דעם לייענט אויף דער זײַט 2). מיר וואָלטן געוואָלט דאָ אַרויסברענגען די אָפּשאַצונגען פֿון אָבאַמאַס וויזיט פֿון דער אָפּאָזיציע, וואָס ווי געזאָגט, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט זיך געטראָפֿן מיט אירע פֿאָרשטייער שוין אויפֿן אַנדערן טאָג פֿון זײַן קומען קיין מאָסקווע.
מע דאַרף באַלד זאָגן, אַז די דעמאָקראַטישע אָפּאָזיציע אין רוסלאַנד בכלל, און די באַוועגונגען, וואָס פּרוּוון זיך קעגנשטעלן די אַנטי־דעמאָקראַטישע מעשׂים פֿון דער מעדוועדיעוו־פּוטין אַדמיניסטראַציע בפֿרט, האָבן מיט אַ ציטער געוואַרט, וואָס וועט זײַן די רעאַקציע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט — דעם הויפּט־קעמפֿער פֿאַרן אויפֿהאַלטן דעמאָקראַטישע ווערטן אין דער וועלט? ביז אַהער האָט דאָך אָבאַמאַ זיך כּמעט נישט אַרויסגעזאָגט וועגן דעם אויטאָריטאַרישן אויפֿפֿיר פֿון דער רוסלענדישער רעגירונג, וואָס דערשטיקט די פֿרײַע פּרעסע, דערדריקט די אומאָפּהענגיקייט פֿונעם געריכט, און לסוף, פֿירט אַן אונטעררײַסערישע און אַגרעסיווע פּאָליטיק אין די געוועזענע רעפּובליקן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, בפֿרט אין דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע און גרוזיע.
איבערצוגעבן מיט איין וואָרט דעם אײַנדרוק, וואָס דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט געמאַכט אויף דער דעמאָקראַטישער אָפּאָזיציע, דאַרף עס זײַן — באַגײַסטערונג! זיי האָבן באַטאָנט, אַז אָבאַמאַ האָט באַלד געגעבן צו פֿאַרשטיין: זײַן אויפֿגאַבע איז נישט אַזוי דערנענטערן די אַדמיניסטראַציעס פֿון אַמעריקע און רוסלאַנד, ווי צו שאַפֿן אַ שטח פֿון אַ צווישן־פֿאַרשטאַנד פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿטלעכקייט און דער רוסלענדישער. ער האָט פֿון זײַן ערשטער באַגעגעניש מיטן פּרעזידענט מעדוועדיעוו און פּרעמיער פּוטין אָנגעצייכנט די דיסטאַנץ און דעם ניוואָ, אויף וועלכער די פֿאַרהאַנדלונגען דאַרפֿן געפֿירט ווערן; דער פֿריִערדיקער פּאַניבראַטישער נוסח, וואָס האָט אַזוי "פֿאַרחבֿרט" פּוטינען מיט בושן, וועט ווײַטער נישט אָנגיין — מע הייבט אָן די באַציִונגען פֿון אַ "ווײַסן בלאַט".
זײַן רעדע אין דער "נײַער שול פֿון עקאָנאָמיע" איז אויפֿגענומען געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער אַלגעמיינער פּראָגראַם, וואָס אָבאַמאַ און זײַן אַדמיניסטראַציע האָבן בדעה צו רעאַליזירן אין משך פֿון זייער קאַדענץ; אין זײַן רעדע פֿון מאָסקווע האָט ער זיך פֿאַקטיש געוואָנדן צו די אַלע פֿרײַע לענדער, וואָס זײַנען נאָך מיט אַ צוויי צענדליק יאָר צוריק געווען פֿאַראייניקט אין איין אימפּעריע.
צי איז מאָסקווע און גאַנץ רוסלאַנד רײַף און גרייט צו אַזאַ צוגאַנג פֿון צווישן־באַציִונגען, וועט מען זען שוין אין אַ פּאָר חדשים אַרום.