מוזיק

טוט נאָר אַ קוק, רבותי, דאָס וווּנדערלעך פֿאָלק וואָס מיר ייִדן זענען! הונדערטער יאָרן לאַנגע, ווײַט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור, איז גלײַך, ווי ס׳האָט זיך געעפֿנט פֿאַר אונדז אַ שפּאַרונקע פֿון אַ מעגלעכקייט, האָבן מיר גענומען באַלד טועם זײַן פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור. און אַז מיר האָבן פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון איר ליטעראַטור, קונסט און מוזיק, דאָ האָט פֿונעם ייִדיש־פֿאַרשלאָסענעם קוואַל אַ שפּאַר געטאָן אַ כּוח טאַלאַנטן וואָס האָט אין דער וועלט אַרויסגערופֿן התפּעלות!

מיר זענען גאָרנישט ווייניקער פֿעיִק, ווי די גרויסע פֿעלקער, וועלכע האָבן בלעטער גאַנצע פֿאַרשריבן אין דער וועלט פֿון קולטור. שוין אין די סופֿיקע יאָרן פֿון 18טן יאָרהונדערט נעמען ייִדן צושטײַער געבן דער קולטור פֿון דײַטשלאַנד. לפֿי אָביעקטיווע פֿאָרשער, האָט זיך די קולטור־קרוין פֿון בערלין אין 18טן יאָרהונדערט געפֿורעמט אין די ייִדישע סאַלאָנען. אין די ייִדישע סאַלאָנען אויך, האָט אַ בליץ געטאָן די התחלה פֿון ראָמאַנטיזם אין דײַטשלאַנד.

אין די סופֿיקע יאָרן פֿון 18טן יאָרהונדערט, און אָנפֿאַנגס 19טן, נעמען שוין דערשײַנען ייִדישע וווּנדער־קינדער פֿון מוזיק! אויגן האָט דער קריסטלעכער עולם געעפֿנט! הערט נאָר אַ מעשׂה! — ייִדישע וווּנדער־קינדער פֿון מוזיק! ווי קומט דאָס עפּעס צו ייִדן?! אַז ייִדן פֿאַרמאָגן גרויסע גײַסטמענטשן, ווי למשל, דער "סאָקראַטעס פֿון בערלין", ווי דאָס גײַסטיקע אייראָפּע פֿלעגט רופֿן ר׳ משה מענדעלסאָן — נו, מילא — דאָס איז שוין פֿאַר די קריסטן נישט קיין נײַעס. אָבער ייִדישע וווּנדער־קינדער פֿון מוזיק?! ביז איצט, אַ נישט געהערטע זאַך... איז דאָך אין דער ייִדישער סבֿיבֿה נישט פֿאַראַן געווען קיין טראַדיציע פֿון מוזיק...

איז פֿון וואַנען האָבן זיך פּלוצעם גענומען ייִדישע וווּנדער־קינדער פֿון מוזיק?! און גראָד דאָ אין דײַטשלאַנד, וווּ ייִדן געניסן נישט פֿון אַ פּיצל בירגער־רעכט?.. נו מה! — די וועלט איז געווען אין התפּעלות!

אַז מען גיט אַ טראַכט... אוי! געוואַלד! אָנדערטהאַלבן מיליאָן ייִדישע קינדער האָבן די נאַציס אַוועקגעהרגעט!.. ווער ווייסט, וויפֿל גאונים פֿון דער וויסנשאַפֿט, וויפֿל טאַלאַנטן פֿון ליטעראַטור און קונסט האָט די מענטשהייט פֿאַרלוירן!

* * *

זאָגן דאַרף מען, אַז די דערשײַנונג פֿון ייִדישע וווּנדער־קינדער פֿון מוזיק איז נישט אַזאַ איבערראַשנדיקער צופֿאַל — צוגעשפּילט האָט דאָ קודם־כּל דער רוף פֿון משה מענדעלסאָן, אַז עפֿענען זאָל מען די פֿענצטער פֿון געטאָ און אָטעמען עטוואָס מיט דער קולטור פֿון אייראָפּע. אין אַ גרויסער מאָס "שולדיק" דערין זענען אויך די ייִדישע געשעפֿטסלײַט, די עשירים. בײַ די האַנדלס־באַציִונגען מיט אייראָפּע, האָט מען צוגעקוקט ווי רײַכע קריסטלעכע בירגער האָבן געפֿירט אַ לעבן, האָט מען שוין אין די אייגענע היימען אײַנגעשטעלט סאַלאָנען — אויפֿגענומען ייִדישע און נישט־ייִדישע גײַסטמענטשן אויף אַ פֿאַרברענג אין אַן אַטמאָספֿער פֿון קולטור; במילא, האָט שוין מוזיק אַרײַנגעוואַנדערט אין די רײַכע ייִדישע היימען. די קינדער נעמט מען לערנען שפּילן מוזיק. די מעשׂה איז אָבער, אַז פֿון שפּילן קלאַוויר אָדער פֿידל ווערט מען נאָך נישט קיין וווּנדערקינד. אַ וווּנדערקינד ווערט געבוירן מיט געירשנטע פֿעיִקייטן פֿון משפּחה־דורות.

דער מוזיק־גאון פֿעליקס מענדעלסאָן, אַ מענטש מיט אַ גײַסטיק־שאַרפֿער באַגאַבונג — ער האָט אויך פֿאַרמאָגט טיפֿע בקיעות אין ליטעראַטור און פֿילאָסאָפֿיע. ער האָט געדיכט לידער און געווען אַ פֿײַנער צייכנער — די־אָ גײַסטיקע באַגאַבונג האָט ער געירשנט מסתּם פֿון זײַן זיידן ר׳ משה מענדעלסאָן! וואָס שייך זײַנע מוזיק־פֿעיִקייטן, קומען זיי צו פֿעליקסן בירושה פֿון דער מאַמעס זײַט, מחמת שוין די היים פֿון זײַן עלטער־זיידן, דניאל־איציק, האָט געטונקען אין מוזיק. דער־אָ ייִד, דער עושר און שומר־מיצוות, האָט געהאַט אַ וואַך אויער פֿאַרן רוף פֿון משה מענדעלסאָן. ובֿכן, האָבן אַלע זײַנע עלף טעכטער, מחוץ זײַנע פֿינף זין, געלערנט שפּילן קלאַוויר בײַ די בעסטע מוזיק־פּראָפֿעסאָרן, און געוואָרן באַגאַבטע מוזיקערינס! אייניקע פֿון זיי פֿלעגן זיך באַטייליקן עפֿנטלעך אין קאָנצערטן לטובֿת פֿילאַנטראָפּישע צוועקן. אין דער איציק־היים האָט מוזיק פֿאַרנומען אַ וויכטיקן פּלאַץ. דאָרט האָט געהערשט אַ קולט פֿאַר דער מוזיק פֿון יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך! די טאַש פֿון דעם־אָ בערלינער ייִד איז געווען שטענדיק אָפֿן פֿאַר אַ מוזיקער. הכּלל — דאָס מוזיק־גאונות פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן איז אַ ירושה פֿונעם איציק־שטאַם!

לאה מענדעלסאָן, זײַן מאַמע, אַ באַגאַבטע פּיאַניסטין, איז געווען די ערשטע קלאַוויר־לערערין פֿון איר פֿעליקס. גלײַך נאָר, ווי זי האָט איר קליינעם פֿעליקס אַרײַנגענומען אין די הענט אַרײַן, שוין בײַ די ערשטע לעקציעס, האָט זי באַמערקט, אַז אין איר זון שטעקט אַ בליץ פֿון גאונות!.. אַלץ וואָס זי האָט אים געלערנט האָט ער אויפֿגעכאַפּט מיטן וווּנק! און די פֿינגערלעך זײַנע — זיי זענען דאָס געפֿלויגן איבער די קלאַווישן. יאָ! איר קליינער פֿעליקס וואַקסט אַ גרויסער קלאַוויר־ווירטואָז!

צו זיבן יאָר האָט פֿעליקס גענומען אויך לערנען פֿידלשפּיל — און אויך דאָ איז ער געווען זעלטן־פֿעיִק.

צו נײַן יאָר, אַ קאָמפּלעטער פּיאַניסט, טרעט פֿעליקס אויף צום ערשטן מאָל אין אַן עפֿנטלעכן קאָנצערט. דער עולם איז איבערראַשט. צו צען יאָר נעמט שוין פֿעליקס לערנען הילכות קאָמפּאָזיציע, און ווי נאָר ער האָט באַנומען אירע ערשטע יסודות האָט אים אַ נעם געטאָן אַ חשק צו נעמען רעדן מיט קלאַנגען פֿון מוזיק און ער שאַפֿט זײַנע ערשטע ווערק פֿאַר פּיאַנע. ער שאַפֿט צוויי קורצע קאָמפּאָזיציעס פֿאַר טעאַטער, ווי אויך אַ טריאָ פֿאַר פּיאַנע, פֿידל און וויאָלאָנטשעל. געניטע מוזיקער זענען איבערראַשט; טוט נאָר אַ קוק דאָס וווּנדער! מוזיקאָלאָגן באַמערקן, אַז גאַנץ פֿרי האָט פֿעליקס מענדעלסאָן דערגרייכט אַ ניוואָ פֿון שאַפֿונג, וואָס מוזיקער דערגרייכן מיט, אַן אָנשטרענג, אין זייערע העכערע 20ער יאָרן.

און ס׳איז אַוועק אַ גאַנג מיט שאַפֿונגען פֿאַר אייניקע מוזיקער. גאַנץ יונג האָט ער געשאַפֿן זײַן ערשטן פֿידל־קאָנצערט און אייניקע פּיאַנע־קאָנצערטן. אין עלטער פֿון 11—12 יאָר שאַפֿט ער לידער פֿאַר כאָר מיט סאָליסטן. יונגערהייט שאַפֿט ער אַ נײַעס — אַ קליינע מוזיק־פֿאָרעם פֿאַר פּיאַנע מיטן נאָמען "לידער אָן ווערטער" (פֿאַראַן בײַ אים אין די צענדליקער). צו זיבעצן יאָר האָט ער געשאַפֿן די באַרימטע מוזיק צו שעקספּירס "חלום אין אַ זומערנאַכט". אין די סופֿיקע יאָרן זײַנע האָט ער געשאַפֿן די אָראַטאָריע "אליהו" און פֿאַרענדיקט זײַן באַרימטן צווייטן פֿידל־קאָנצערט.

דער פּראָפֿעסאָר צעלטער — אַ געניטער מוזיקער — איז פֿון זײַן תּלמיד באַגײַסטערט. אין אַ טאָג, נעמט ער דעם 12־יאָריקן פֿעליקס און ברענגט אים צו זײַן פֿרײַנד געטע — אַ גרויסער אוהבֿ־נגינה — און זאָל ער זען, דער מזיק־מבֿין, אַז זײַן תּלמיד וואַקסט אַ פֿרישער מאָצאַרט! פֿעליקס האָט בײַ געטע פֿאַרברענגט צוויי וואָכן צײַט. אין אַ בריוו צו טאַטע־מאַמע שרײַבט פֿעליקס אַזוי: "יעדן טאָג נאָך מיטאָג עפֿנט געטע דעם קלאַוויר און זאָגט: "פֿעליקס, דו האָסט נאָך הײַנט נישט געשפּילט, איז נעם און דערמונטער מײַן שטימונג מיט דײַן שפּיל! 4—5 שעה שפּיל איך יעדן טאָג פֿאַר געטע".

געטע, אַן איבערראַשטער, שרײַבט אַוועק אַ בריוו צו זײַן פֿרײַנד צעלטער: "דײַן תּלמיד איז עפּעס אַ נס־מן־השמים! אַזאַ פֿעיִקייט בײַ אַ קינד איז אַן אויסנאַם אין דער וועלט. ער איז דאָך אַ מין קליינער מאָצאַרט!" און צום טאַטן פֿון פֿעליקס שרײַבט געטע: "אײַער קינד איז אַ מתּנה פֿון גאָט! טוט מיר אַ טובֿה, כ׳בעט אײַך, שיקט מיר אײַער פֿעליקסן אַ ביסל אָפֿטער; זײַן שפּיל טוט מיר דערמונטערן מײַן געמיט!"

אין אַ טאָג, פֿעליקס איז שוין געווען אַ בחורל פֿון פֿופֿצן יאָר, האָט צעלטער דורכשטודירט אַ פֿריש־געשאַפֿענע סימפֿאָניע פֿון זײַן תּלמיד — נו, האָט ער אים פֿריילעך באַגריסט און געזאָגט: "הער, מײַן טײַערער זון! הײַנט ווערסטו אויס תּלמיד מײַנער. דו ווערסט מײַנס גלײַכן! אין נאָמען פֿון הײַדן און מאָצאַרט דערקלער איך — דו ביסט מײַן חבֿר!!!"

* * *

פֿעליקס האָט געהאַט דאָס מזל געבוירן צו ווערן אין אַ משפּחה, וואָס האָט געלעבט מיט מוזיק און קולטור. האָט ער אין זײַן אייגענער היים געשאַרפֿט און פּאָלירט זײַנע פֿעיִקייטן צו קאָמפּאָנירן, צו ווערן אַ זעלטענער פּיאַנע־ווירטואָז, און צו ווערן אַ דיריגענט פֿון אַ נײַעם סטיל. פֿעליקס האָט גאַנץ יונג אינטענסיוו גענומען אַרבעטן איבער זיך. זײַן מי האָט ער אויספּרובירט אינעם הויז פֿון זײַן משפּחה אויף פֿרימאָרגן־קאָנצערטן יעדן זונטיק, וואָס פֿלעגן פֿאָרקומען אין אַ קרײַז פֿון אײַנגעלאַדענע מוזיקער און פֿרײַנד פֿון דער ליבעראַלער עליטע אין בערלין.

מען דאַרף זאָגן, אַז פֿעליקס טאַטע, אַבֿרהם, האָט נישט פֿאַרטראָגן דעם אַנטיסעמיטיזם וואָס האָט געווילדעוועט אַרום זײַן משפּחה אין די נײַע צײַטן פֿון דעם אַ״ג "פּאַנגערמאַניזם". ס׳האָט אים משמעות נישט "געהאָלפֿן" וואָס ער האָט זײַנע קינדער אָפּגעשמדט אין די ייִנגסטע יאָרן זייערע, און אויך נישט וואָס ער מיטן ווײַב האָבן זיך אָפּגעשמדט אַ ביסל שפּעטער. פֿאַר די שׂונאי־ישׂראל איז די משפּחה מענדעלסאָן פֿאַרבליבן ריינע ייִדן... בכדי אויסצומײַדן די שׂינאה, האָט אַבֿרהם מענדעלסאָן געקויפֿט אַ הויז אויפֿן סאַמע ראַנד פֿון בערלין, און דאָרט, אין קרײַז פֿון ליבעראַלע מענטשן פֿון קולטור — ייִדן און דײַטשן — גענומען פֿירן אַ לעבן ווי ס׳פּאַסט פֿאַר אַ רײַכן, פֿאָרגעשריטענעם דײַטש. היות ווי אין נײַעם הויז איז געווען אַ ספּעציעלער קאָנצערט־זאַל פֿאַר צענדליקער מענטשן, האָט מען שוין יעדן זונטיק אײַנגעאָרדנט פֿאַר געסט פֿרימאָרגן־קאָנצערטן.

די דאָזיקע זונטיק־קאָנצערטן זענען פֿאַרן יונגינקן פֿעליקס געוואָרן אַ מוזיק־"אוניווערסיטעט". דאָ האָט זיך געשאַרפֿט און פּאָלירט די זעלטענע, פֿילפֿאַכיקע באַגאַבונג פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן. און אַז די־אָ מוזיק־פֿרימאָרגנס האָבן באַקומען אַ שם אין בערלין זענען באַקאַנטע מוזיקער אַהערגעקומען באַווײַזן זייער טאַלאַנט. דאָ האָט דאָס בחורל פֿעליקס אײַנגעשטעלט אַ באַשיידענעם אָרקעסטער און געוואָרן זײַן דיריגענט. פֿעליקס מענדעלסאָן איז געוואָרן אַ באַרימטער דיריגענט. בקיצור, פֿעליקס מענדעלסאָן איז פֿון היימישן מוזיק־"אוניווערסיטעט" אַרויס אַ קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ באַטײַטיקער מוזיק, אַ קאָלאָסאַלער ווירטואָז אויף דער פּיאַנע, ווי אויך אַ גרויסער דיריגענט פֿון אַ נײַעם סטיל. ווי אַ דערוואַקסענער בחור האָט פֿעליקס מענדעלסאָן זיך אַרויסגעלאָזט איבער אַ ריי אייראָפּעיִשע מדינות און אומעטום האָט זײַן מוזיק, זײַן קלאַווירשפּיל און זײַן סטיל פֿון דיריגירן איבערראַשט די צוהערער...

צו 26 יאָר האָט מענדעלסאָן חתונה געהאַט און זיך באַזעצט אין דער שטאָט לייפּציק. אין לייפּציק איז געווען אַ באַשיידענער פּראָווינץ־אָרקעסטער, די אַ״ג "געוואַנדהאַוז־אָרקעסטער". מענדעלסאָן האָט אַרײַנגענומען דעם אָרקעסטער אין זײַנע הענט אַרײַן, און ער איז געוואָרן אַ סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון די בעסטע אין דער וועלט. און נאָך עפּעס: בכדי אויסצושולן מוזיקער פֿון אַ הויכן ניוואָ האָט מענדעלסאָן אויפֿגעשטעלט אין לייפּציק אַ מוזיק־הויכשול מיט די בעסטע פּעדאַגאָגן. לייפּציק איז געוואָרן אַ וויכטיקער מוזיק־צענטער אין אייראָפּע!

פֿאַר זײַנע מוזיקאַלישע מעשׂים לטובֿת דער שטאָט, איז פֿעליקס מענדעלסאָן באַערט געוואָרן מיטן כּבֿוד — ערנבירגער פֿון לייפּציק. מענדעלסאָן איז געוואָרן דער פּאָפּולערסטער קאָמפּאָזיטאָר פֿון זײַן צײַט. ראָבערט שומאַן, דער מוזיק־שעפֿער און קריטיקער האָט אין אים געזען אַ מין מאָצאַרט פֿון 19טן יאָרהונדערט!

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז פֿעליקס מענדעלסאָן איז געווען אויך אַ מענטש מיט אַ ברייט־אַלגעמיינער קולטור. ער האָט פֿאַרמאָגט טיפֿע בקיעות אין קונסט, ליטעראַטור און פֿילאָסאָפֿיע. ער איז געווען אַ געראָטענער צייכנער, און אויך געשריבן לידער! דער־אָ געראָטענער מאַן איז געווען אַ פּערזענלעכקייט מיט פֿיל מעלות, ער האָט בלויז געהאַט איין "חסרון": דער שורש זײַנער איז געווען אַ ייִדישער... אמת, זײַן טאַטע האָט אים געשמדט ווען ער איז געווען אַ קליין קינד, און אַרײַנגערעדט האָט ער אין אים כּסדר, אַז "אַלע ציוויליזירטע מענטשן זענען קריסטן". איז אָבער די מעשׂה, אַז נישט אַלע קריסטן זענען ציוויליזירטע מענטשן מיט טאָלעראַנץ... אָט, צום בײַשפּיל: פֿעליקס מענדעלסאָן, האָט, ווי אַ פֿרומער קריסט, געשריבן מוזיק פֿאַר דער קירכע, און דאָך האָט מען אים נישט אָנגעטרויט צו פֿאַרנעמען דעם פּאָסטן פֿון דיריגענט פֿון דער "זינגאַקאַדעמיע" אין בערלין. די אָנפֿירער פֿון דער "אַקאַדעמיע" האָבן געטענהט, אַז ער, ווי "אַ ייִד קאָן נישט אָנפֿירן מיט אַ כאָר און אָרקעסטער וואָס פֿירט אויס קירכע־מוזיק".. די־אָ תּשובֿה האָט פֿעליקס באַקומען, ווען צו 28 יאָר, שוין אַ באַרימטער דיריגענט, האָט ער געוואָלט אָנפֿירן מיט דעם בערלינער מוזיק־אַנסאַמבל...

אין 1847, אין זעניט פֿון זײַן גלאָריע, איז פֿעליקס מענדעלסאָן, אין עלטער פֿון 38 יאָר, אַוועק פֿון דער וועלט. נאָכן טויט פֿון קאָמפּאָזיטאָר, האָט דער "ייִדנפֿרײַנד" ריכאַרד וואַגנער באַשלאָסן בלאַס צו מאַכן די ווערט פֿון מענדעלסאָנס מוזיק. אין יאָר 1850, אויסבאַהאַלטנדיק זיך אונטערן פּסעוודאָנים "פֿרײַגעדאַנק", האָט וואַגנער, אין זײַן פּאַמפֿלעט "דאָס ייִדנטום אין מזויק", געשריבן אָט וואָס: "די דערשײַנונג פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן־באַרטאָלדי באַווײַזט אונדז, אַז אַ ייִד — זאָל ער זײַן מיטן שענסטן טאַלאַנט, מיט בילדונג און דערציִונג פֿון די פֿײַנסטע און אַמביציעס פֿאַרמאָגן — די סאַמע העכסטע, מיט די אַלע מעלות, איז אַ ייִד נישט פֿעיִק צו שאַפֿן אַ ווערק, וואָס אונדזער האַרץ און נשמה דערוואַרטן פֿון דער קונסט"...

און ער איז מוסיף: "די מוזיק פֿון מענדעלסאָן איז אָן שום טיפֿקייט... זי שמעקט מיט השפּעה פֿון אַ שיל"...

איר הערט ווערטער פֿון אַ מיאוס־גאַליקן אַנטיסעמיט?!

נו־מה! די מוזיקאַלישע וועלט האָט אַ גאָר צווייטע מיינונג וועגן פֿעליקס מענדעלסאָנס שאַפֿונג.

הערט! וואָלט נאָר ריכאַרד וואַגנער געקענט זיך אַרויסכאַפּן פֿון זײַן קבֿר און אַ שפּאַציר טאָן איבער זײַן אייגענער געבוירנשטאָט לייפּציק, און זען, ווי לייפּציק איז שטאָלץ מיט איר ערנבירגער — פֿעליקס מענדעלסאָן; די מוזיק־הויכשול טראָגט דאָרט דעם נאָמען פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן, אַ גרויסע סטאַטוע זײַנע שטייט פֿאַר דער געבײַדע פֿון דער "געוואַנדהאַוז"־אָרקעסטער. נו, און דאָס מענדעלסאָן־הויז פֿון זײַנע לעצטע יאָרן אין לייפּציק, איז אַ מוזיי געווידמעט אים. דאָרט קאָן מען אויך באַוווּנדערן דעם קאָמפּאָזיטאָרס צייכענונג־טאַלאַנט!

וואָלט וואַגנער דאָס אַלץ געווען בכּוח אויפֿצונעמען? ער וואָלט דאָס נישט אויסגעהאַלטן!.. פֿון קרענקעניש און פֿאַרדראָס וואָלט ער זיך באַגראָבן צוריק טיף אין ד׳רערד אַרײַן!..