- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
צו זײַן 35סטן יאָרצײַט עס זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור דיכטערס וואָס זײַנען ניט אַזוי באַקאַנט — ווייניק האָט מען געשריבן אָדער דערציילט וועגן זיי און אין די לעקסיקאָנען געפֿינען זיי זיך ניט. אַזוי איז דער פֿאַל מיט פּינחס אָדער פּינטשע בערמאַן, וואָס זײַן נאָמען געפֿינט זיך ניט אין די אָריגינעלע בענד פֿון לעקסיקאָן, נאָר אין דעם הוספֿה־באַנד. און דאָרט געפֿינען מיר ווייניק ידיעות וועגן אים, בלויז אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין אַנטאָפּאָל, פּאָלעסיע, אין 1892 און געשטאָרבן אין לאָס־אַנדזשעלעס אין 1974. דאָס יאָר ווען ער האָט אַרײַנגעוואַנדערט אין אַמעריקע איז ניט באַקאַנט. ער האָט געשריבן לידער און דערציילונגען אין פֿאַרשיידענע צײַטונגען און האָט אַרויסגעגעבן צוויי בענד פֿון לידער אין ישׂראל. צי ווייסט עמעצער נאָך פּרטים וועגן אים? אונדזער אָפּקלײַב פֿון זײַנע לידער איז גענומען פֿון זײַן בוך "אָפֿענע פֿענצטער", אַרויסגעגעבן פֿון י.ל. פּרץ־פֿאַרלאַג, תּל־אָבֿיבֿ, אין 1960. דאָס ערשטע ליד האָט מען, דאַכט זיך, געזונגען אין די צײַטן פֿון אַרבעטער־דערוואַכונג, פֿון שטורעם און קאַמף:
מיר זענען ווי רינגען אין קייטן,
דורך העלישן פֿײַער, דורך פֿלאַמען,
דאָס מעכטיק געזאַנג פֿון באַנײַונג,
מיר פֿאַלן ווי זאַנגען דורך ווינטן,
מיר זענען ווי רינגען אין קייטן, אאַז״וו. די אַנדערע לידער בערמאַנס זײַנען אי ברויזנדיק, מיט אַזוינע שטאַרקע אויסרופֿן, אי שטילערע, מיט מער לירישע טענער:
אין צעשפּרודלטער זונשײַן
איך מאַך קיין סך־הכּל, איך מאָן נישט קיין חובֿות,
איך קום נישט מיט ציטער, איך ברענג נישט קיין מורא,
און קומט אָן אַ וואָלקן, און שפּרייט זיך אַן אומעט —
ער באַניצט דעם פֿראַגע־און־ענטפֿער־פֿאָלקסטימלעכן סטיל אין זײַן ליבעליד:
וועל איך אומגיין אויף די וועגן
וועל איך אומגיין אויף די וועגן,
וועל איך אומגיין אויף די ברעגן,
וועל איך מער שוין קיינעם פֿרעגן
זייער מוזיקאַליש און ריטמיש איז זײַן ליד וווּ ער באַשרײַבט די וועלט אָן אַ ליד און אָן געזאַנג:
אָן אַ ליד און אָן געזאַנג,
אין דעם פֿאַרלעצטן ליד פֿון בוך זינגט ער וועגן זײַן שטעטל:
קאָן זײַן, אַז איך האָב נישט קיין רעכט צו דערמאָנען
ווײַל דאַן, ווען די קולות פֿון הילפֿלאָזע ברידער
אָ, ברידער, איך ווייס, אין די גרויליקע שעהען,
געווען איז אַ שטעטל, געווען און נישטאָ מער,
ס׳איז יעטוועדער שטויב אין דעם זאַמד דאָרט מיר נאָענט,
ער איז פֿול מיט צער, וואָס ער האָט ניט געטיילט דעם גורל פֿון זײַנע אומגעקומענע ברידער. די לידער פֿון דעם אומבאַקאַנטן דיכטער פּינטשע בערמאַן זײַנען לײַכט צו לייענען און אָפּצושאַצן. Seeking a page out of he ForvertsSubmitted by Rightbrain80 on Tue, 2009-09-08 09:15.
Philip G. Frey: I'd like to read Morris Rosenfeld's poem on the Triangle Fire (Forverts 3/25/11-I believe) bur can"t find it online. Can you help? |