- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס קומען אָן די יום־טובֿדיקע טעג פֿון סוכּות און שׂימחת־תּורה, וואָס ייִדן איבער דער וועלט פֿרייען זיך מיט זיי. די ייִדישע פּאָעטן האָבן אויך געווידמעט לידער צו די דאָזיקע יום־טובֿים און מיר ברענגען הײַנט עטלעכע מוסטערן פֿון זייערע לידער. די באַליבטסטע זינגלידער וואָס מע האָט געזונגען אין די שולן זײַנען געווען "אַ סוכּה אַ קליינע" פֿון אַבֿרהם רייזען און "קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי. דאָס געזאַנג האָט אַלע מאָל צוגעטראָגן גענוס און הנאה צום יום־טובֿ. ראָש־השנה פֿון י. י. סיגאַל נײַ־יאָר טוט זיך אָן אין יום־טובֿ, זומער — יום־טובֿדיק אין זײַד, כאָטש דער זומער אײַלט שוין אונטער, שטייט שוין באַלד פֿון יענער זײַט. ווען איך און מײַן שוועסטער מלכּה גאָטליב (וואָס איז שפּעטער געוואָרן אַ פּיאַניסטין און אַקאָמפּאַניסט) זײַנען געווען קינדער, האָט אונדזער פֿאָטער, לייזער גאָרדאָן, אַן אימיגראַנט פֿון סטאָלפּץ, ווײַס־רוסלאַנד, געזונגען מיט אונדז זייער פֿיל ייִדישע לידער. שפּעטער האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז די לידער זײַנען פֿון פֿאַרשיידענע באַרימטע מחברים וואָס מײַן פֿאָטער האָט זיי געטראָגן אין זײַן זכּרון. ער האָט געדענקט די לידער וואָס זײַן מוטער מרים מלבים־גאָרדאָן האָט געזונגען. צום 20סטן יאָרצײַט לעאָן בערטיש איז געבוירן געוואָרן אין 1898 אין מיהאַלען, מאָלדאַוויע. ער איז געווען אַ באַנק־באַאַמטער אין בוקאַרעשט און איז געשטאָרבן אין . 1980 אויב עמעצער האָט ווײַטערע ידיעות וועגן אים, בעטן מיר עס צושיקן צו אונדז. אין דעם צוגאָב־באַנד פֿון "לעקסיקאָן" פֿון בערל כּהן פֿעלן ביאָגראַפֿישע ידיעות. בערטישעס לידער געפֿינען זיך אין זאַמלבוך "אויפֿשטײַג", בוקאַרעשט 1964 . איינע פֿון די ערשטע פֿאָרשאַרבעטן מײַנע איז געווען אַ שטודיע וועגן די אופֿנים ווי מיכל גאָרדאָנס באַרימט ליד "די באָרד" האָבן זיך פֿאָלקלאָריזירט, געענדערט אין טעקסט און ניגון. הײַנט גיבן מיר צו אינפֿאָרמאַציעס צו דעם געדרוקטן אַרטיקל אין די "ייִוואָ־בלעטער" אין 1951. אַ פֿריִערדיקער אַרטיקל וועגן פֿאָלקלאָריזאַציע איז געווען ש. ז. פּיפּעס אַרבעט וועגן דוד עדעלשטאַטס ליד "דער אַרבעטער" אין דובֿ און מאיר נויס בוך וועגן לידער פֿון גאַליציע, געזאַמלט פֿון עוזר און ש. ז. פּיפּע. אַן אַנדער אַרטיקל אין מאַנוסקריפּט פֿון פּיפּע האָב איך געזען וועגן מיכל גאָרדאָנס ליד "די משקה" אין די 80ער יאָרן. הײַיאָר, דעם 25סטן אָקטאָבער, ווערט פֿערציק יאָר זינט די רובריק אין "פֿאָרווערטס" "די פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן. אין אָנהייב זײַנען די מחברים פֿון דער רובריק געווען פֿאַרצייכנט "אַ. פֿאָרשער", ביז וואַנען דאָס בוך מיט די ערשטע אַכצן אַרטיקלען איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1974. דעמאָלט האָט דער רעדאַקטאָר, שמעון וועבער, אַנטפּלעקט צום ערשטן מאָל ווער אַ. פֿאָרשער איז — יאָסל און חנה מלאָטעק. אין 2000 איז יאָסל מלאָטעק ע״ה געשטאָרבן און זינט דעמאָלט פֿירט די רובריק זײַן אַלמנה חנה. במשך פֿון די פֿערציק יאָר האָבן זיך געדרוקט איבער טויזנט אַרטיקלען, מיט אַן ערך דרײַ טויזנט לידער וואָס לייענערס האָבן אַרײַנגעשיקט. אַחוץ די הונדערטער לידער וואָס מיר האָבן אָפּגעדרוקט ווי מוסטערן. הײַיאָר, האָט די מלאָטעק־משפּחה באַצייכנט יאָסל מלאָטעקס צענטן יאָרצײַט סײַ מיט אויסטיילן דעם יערלעכן מלאָטעק־פּרײַז פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, סײַ מיט אַ פֿילם וועגן אים און מיט אַ בוך פֿון איבערזעצונגען פֿון העכער 30 אַרטיקלען, געמאַכט פֿון ד״ר בערל זומאָף, רעדאַקטירט פֿון משה מלאָטעק, מיט אַ הקדמה פֿון שמואל נאָריך, פֿאַרלעגען פֿון "פֿאָרווערטס". די דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿלעגט מען באַצייכענען ווי "זיידע" — מענדעלע מוכר־ספֿרים. דאַכט זיך שלום־עליכם האָט אים אַזוי אַ נאָמען געגעבן; שלום־עליכם — דער "אייניקל", און י. ל. פּרץ — "דער פֿאָטער". פּרץ האָט אַ סך אויפֿגעטאָן אין די ערשטע פֿורעמונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי פֿון ייִדיש בכלל, מע דאַרף בלויז דערמאָנען זײַן באַטייליקונג און ראָלע אין דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908. צו זײַן 50סטן יאָרצײַט שמואל האַלקין, דער סאָוועטישער שרײַבער, דיכטער און דראַמאַטורג, איז געשטאָרבן נאָך דעם ווי ער האָט איבערגעלעבט תּפֿיסה און קראַנקייטן אין שפּיטאָל. ער איז געוואָרן אַרעסטירט צוזאַמען מיט די אַנדערע פֿאַרפֿאָלגטע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועט־רוסלאַנד, אָבער מע האָט אים ניט דערשאָסן, ווי די אַנדערע שרײַבער: בערגעלסאָן, מאַרקיש, האָפֿשטיין, קוויטקאָ, פֿעפֿער. צוליב זײַן קראַנק ווערן, און ער איז באַפֿרײַט געוואָרן. אין 1958 איז ער באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדן "רויטער אַרבעטס־פֿאָן". ער איז געשטאָרבן אין 1960. צו זײַן 90סטן יאָרצײַט וועגן ש. אַנ־סקי, דער פּען־נאָמען פֿון שלמה־זײַנוול ראַפּאַפּאָרט, האָבן מיר געשריבן עטלעכע מאָל; איין מאָל וועגן זײַן 60סטן יאָרצײַט און דער ייִוואָ־אויסשטעלונג, געווידמעט צו אים. די אויסשטעלונג מיט קאַטאַלאָגן אין ייִדיש און ענגליש האָב איך דעמאָלט צוגעגרייט, אונטער דער השגחה פֿון מאַרעק וועב, דעם דעמאָלטיקן הויפּט פֿון ייִוואָ־אַרכיוו. די אויסשטעלונג האָט געוויזן אינטערעסאַנטע בריוו פֿון אַנ־סקין, וואָס האָבן זיך אויפֿגעהיט אין ייִוואָ, צו זײַן יוגנט־חבֿר ד״ר חיים זשיטלאָווסקין, צו ש. ניגער און צו י. ל. פּרץ און אַנדערע דאָקומענטן וועגן זײַן לעבן און שאַפֿונג. יצחק פּערלאָוו, אַ פּאָפּולערער דיכטער פֿון זינגלידער, וועמענס לידער מינאַ בערן ע״ה האָט אויפֿגעלעבט צו זײַן 30סטן יאָרצײַט די לעצטע וואָכן, ווען מיר טרויערן אויפֿן טויט פֿון דער באַליבטער אַקטריסע און זינגערין, מינאַ בערן, געדענקען מיר די לידער וואָס זי האָט געזונגען און האָט אויפֿגעלעבט אויף דער טעאַטער־בינע און בײַ קאָנצערטן. צווישן די דיכטער איז געווען יצחק פּערלאָוו, צו וועלכן זײַן פֿרוי לאָלאַ פֿאָלמאַן האָט געשאַפֿן חנעוודיקע מעלאָדיעס. מיר דערמאָנען למשל די לידער "דאָס בײַטשל קרעלן", "כ׳קען ניט שלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט" און "דער קאַשטנבוים", וואָס ביידע געפֿינען זיך אין אונדזערע לידער־אַנטאָלאָגיעס, ווי אויפֿגענומען פֿון מינאַ בערן. אין ווילנער געטאָ האָט אַבֿרהם סוצקעווער געשאַפֿן צענדליקער לידער אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַנע פּערזענלעכע געפֿילן וועגן זײַן עקסיסטענץ, וועגן זײַנע נאָענטע — זײַן מאַמע, זײַן פֿאָטער, זײַן רעטערין. ער האָט געשריבן וועגן יהואש בעת די פֿײַערונגען לכּבֿוד דעם דיכטער אין געטאָ. ער האָט אַרײַנגענומען געשעענישן — וועגן קאָמענדאַנט איציק וויטנבערג, וועמען די געשטאַפּאָ האָט אַרויסגעפֿאָדערט, וועגן דעם כאָר־דיריגענט גערשטיינס טויט, וועגן דער געטרײַער לערערין מירע בערנשטיין — יעדעס ליד לויט זײַן פּערספּעקטיוו און פּאָעטישן באַנעם. צו זיין 40סטן יאָרצײַט י. גויכבערג איז געווען אַ לערער אין די ייִדישע שולן, וואָס זײַנע לידער זײַנען געווען דעקלאַמירט און געזונגען פֿון פֿיל שילערס. איך אַליין האָב געזונגען די פּאָפּולערע לידער "די מאַמע האָט דרײַ ייִנגעלעך", "קאַרוסעלן", "פּאַווינקע־טשיקאַווינקע" א״אַנד. יעדן פּסח, אויף דעם דריטן סדר פֿון "אַרבעטער־רינג", האָט מען רעציטירט זײַן ליד "זײַט געגריסט": |