- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער פֿאַרגאַנגענער מאָנטיק וועט זיך פֿאַרגעדענקען אין דײַטשלאַנד, ווי אַ טריומף פֿאַר דער ישׂראל־דײַטשישער פֿרײַנדשאַפֿט. צום ערשטן מאָל פֿאַר די לעצטע 60 יאָר איז פֿאָרגעקומען אַ בשותּפֿותדיקע זיצונג פֿון די צוויי מיניסטאָרן־קאַבינעטן אין שפּיץ מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל און דעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. דער זיס־זויערער טיטל פֿון דער נײַסטער זאַמלונג לידער פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, איינעם פֿון די חשובֿסטע ייִדישע פּאָעטן הײַנט, שטעלט דעם טאָן פֿאַרן גאַנצן ווערק. מיט דער עלטער ווערט דאָס לעבן אַלץ שווערער, אָבער מע דאַרף געפֿינען אַ ביסל פֿרייד, וווּ מע קען. און אויב נישט פֿרייד, זאָל זײַן עפּעס שיינס. און אויב נישט קיין שיינס, טאָ זאַל מען סײַ־ווי־סײַ זיך אײַנלעבן אין דער וועלט מיטן גאַנצן פּאָעטישן באַוווּסטזײַן... די לידער שטעלן דעם טראָפּ אויף דער זיקנה, אויף די זכרונות פֿון אַמאָל (אויך זיס און זויער), און דער מחבר קען מײַסטעריש נעמען אַן אימאַזש פֿון דער עלטער און אים באַלעבן, אַפֿילו ווען דער מענטש אַליין ווערט קוים דערמאָנט: יצחק־ברוך פֿאַרבעראָוויטש — דעם נאָמען האָט ער געטראָגן די ערשטע אַכצן יאָר פֿון זײַן צוויי און פֿערציק־יעריק לעבן (1897—1939); די איבעריקע פֿיר און צוואַנציק יאָר האָט מען אים געקענט ווי אורקע נאַכאַלניק, וואָס זיבעצן יאָר איז עס געווען זײַן גנבֿים־צונאָמען, און די לעצטע זיבן יאָר — דער פּסעוודאָנים פֿון אַ באַרימטן מחבר פֿון מײַסטער־ווערק אויף קרימינעלע טעמעס. אַ טייל מענטשן ווערט פֿאַרחידושט, ווען מע ווײַזט זיי אַ קאָמפּיוטער־סיסטעם, וואָס האָט ערשט געפּראַוועט איר 40סטן יוביליי און ווערט גאַנץ אָפֿיציעל פֿאַרשפּרייט פּרינציפּיעל אומזיסט, און אַז דווקא צוליב דעם, וואָס מע נוצט אויס אומזיסטע פּראָגראַמען מיט לאַנגע היסטאָרישע שרשים, אַרבעטן זיי אַ סך גיכער און בעסער. די בכּבֿודיקע 40־יעריקע קאָמפּיוטער־סיסטעם הייסט "Unix"; זי איז דאָס "פֿלייש און בלוט" פֿון דער אינטערנעץ און דאָס וויגעלע פֿון די מאָדערנע קאָמפּיוטער־נעצן און אַנדערע טעכנאָלאָגיעס, דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס, דעם 16טן יאַנואַר, איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער "גאָלדענער פֿעסטיוואַל", וואָס דער באַלקאַנישער מעש־אָרקעסטער "זלאַטנע אוסטע" [גאָלדענע ליפּן] אָרגאַניזירט אין צפֿון־מאַנהעטן. דאָס יאָר האָט מען געפּראַוועט 25 יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געדויערט פֿון 6:00 אַ זייגער אין אָוונט ביז 3:00 אַ זייגער בײַ נאַכט. אויף דרײַ גאָרנס קען מען הערן פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע גרופּעס, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין דער מוזיק פֿון צפֿון־גריכנלאַנד (מאַקעדאָניע), בולגאַריע, סערביע און ראָמאַ (ציגײַנער). נאָך אַ גאַנצער ריי משונהדיקע צרות, האָט פּרעה געהייסן די ייִדן צו פֿאַרלאָזן מצרים. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט די ייִדן, זיי זאָלן ציילן די חדשים פֿונעם יאָר פֿון ניסן אָן — דער חודש, ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. הגם דאָס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן פֿון ראָש־השנה, ווערט ניסן באַטראַכט ווי דער ערשטער חודש. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר אין דײַטשלאַנד, איז שווער אָנצורופֿן אַ געלונגנס, בפֿרט עקאָנאָמיש. אַוודאי, איז קיין קראַך נישט געשען, ווי מ'האָט געשרעקט די באַפֿעלקערונג בײַם אָנהייב פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס. ווי אין אַנדערע מערבֿ־לענדער, האָט אויך די דײַטשישע רעגירונג אַרײַנגעפּאָמפּעט ריזיקע מיטלען (קנאַפּע 80 מיליאַרד יוראָ) אין די בענק און גרויסע אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן שוין געהאַלטן בײַם באַנקראָטירן, און דערמיט "אָפּגעשפּראָכן די גזירה". עטלעכע יאָר נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך ה. ד. נאָמבערג ביטער באַקלאָגט וועגן דעם געשמאַק פֿון די אַסימילירטע דײַטשישע ייִדן, וואָס לעכצן נאָך "עכטער" ייִדישקייט פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט "באָרד און פּאות, אַ פֿאַרקרימט פּנים פֿון יסורים, צעדולטע אויגן פֿון נאָך אַ פּאָגראָם." פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאָדערט מען "נישט אַנדערש ווי טיפֿע מיסטיק, פֿאַרגלאָצטע אויגן, גאָט, מלאכים, רביים און חסידים." יענע דײַטשישע ייִדן זײַנען שוין לאַנג נישטאָ, כ׳האָב שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן מײַנע קאָלעזשאַנקעס פֿון יענע יאָרן, ווען מיר האָבן זיך ערשט אויסגעשיילט פֿון דער אייער־שאָלעכץ, זיך אַרומגעקוקט אין דעם אַמעריקע וווּ מיר האַלטן און דערזען, אַז מיר זײַנען טאַקע עלנט. נישט אַלע פֿון אונדז האָבן ביידע עלטערן. פֿריידעלע האָט שוין געהאַט אַ שטיפֿטאַטן אַן אַכזר, און די צווייטע האָט אָנגעוווירן דעם טאַטן ערגעץ אין דער מלחמה. זייער זעלטן ווען עס איז געווען אַ באָבע אָדער אַ זיידע אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דער ערד. די ערד איז שוין געווען זייער סוף־סופֿיקע מוטער. אויב איך פּלאָנטער ניט (און די אינטערנעץ-אינפֿאָרמאַציע העלפֿט מיר אויסצומײַדן אַ טעות), איז עס געשען אין יאַנואַר 1997. דעמאָלט זײַנען די "טעג פֿון ייִדישער קולטור" אין בערלין צונויפֿגעפֿאַלן מיטן חורבן-טאָג, וואָס מע האָט, דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל ברייט אָפּגעמערקט אין דײַטשלאַנד. אַ צאָל ייִדישע ליטעראַטן (אַני-הקטן בתוכם) און מוזיקער זײַנען אין יענע טעג געווען אין דער שטאָט. האָט מען אָרגאַניזירט קאָנצערטן און כּלערליי אַנדערע קולטור-אונטערנעמונגען. צו זיין 40סטן יאָרצײַט י. גויכבערג איז געווען אַ לערער אין די ייִדישע שולן, וואָס זײַנע לידער זײַנען געווען דעקלאַמירט און געזונגען פֿון פֿיל שילערס. איך אַליין האָב געזונגען די פּאָפּולערע לידער "די מאַמע האָט דרײַ ייִנגעלעך", "קאַרוסעלן", "פּאַווינקע־טשיקאַווינקע" א״אַנד. יעדן פּסח, אויף דעם דריטן סדר פֿון "אַרבעטער־רינג", האָט מען רעציטירט זײַן ליד "זײַט געגריסט": שווער זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם נאָגנדיקן געפֿיל, וואָס באַווײַזט זיך עקשנותדיק יעדעס מאָל אויף ס’נײַ ווען מען דערמאָנט זיך אינעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו. אַזוי איז געווען אויך איצט בײַם אָפּמערקן אין "אַרבעטער־רינג", אין תּל־אָבֿיבֿ, 110 יאָר פֿון זײַן געבוירן־טאָג. זאָל עס זײַן דער קאָלעקטיווער געוויסנסביסן, אַז מיר, ווי טיכטיקע ייִדיש־טוערס, האָבן נישט געטאָן גענוג צו פֿאַרלײַכטערן זײַן פּײַנלעכע עלנטקייט און זײַן שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ, |