ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון לאַזאַר לובאַרסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יצחק־ברוך פֿאַרבעראָוויטש — דעם נאָמען האָט ער געטראָגן די ערשטע אַכצן יאָר פֿון זײַן צוויי און פֿערציק־יעריק לעבן (1897—1939); די איבעריקע פֿיר און צוואַנציק יאָר האָט מען אים געקענט ווי אורקע נאַכאַלניק, וואָס זיבעצן יאָר איז עס געווען זײַן גנבֿים־צונאָמען, און די לעצטע זיבן יאָר — דער פּסעוודאָנים פֿון אַ באַרימטן מחבר פֿון מײַסטער־ווערק אויף קרימינעלע טעמעס.

הײַנט זענען ביידע נעמען אומבאַקאַנט — דער ערשטער — אַלעמען, דער צווייטער — כּמעט אַלעמען: אין די ענציקלאָפּעדיעס פֿיגורירן זיי ניט. די קנאַפּע צען פּראָזע־ביכער זײַנע גיט מען מער ניט אַרויס און זײַן נאָמען איז אין ערגעץ ניט פֿאַראייביקט.

דער צווייטער וועלט־קריג, ווי באַקאַנט, האָט זיך אָנגעהויבן דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939, נאָך דער "פֿרײַנדלעכער צעטיילונג" פֿון פּוילן צווישן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דעם היטלערישן דײַטשלאַנד לויטן "מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ־פּאַקט". די מערדערײַען קעגן ייִדן האָבן זיך אָנגעהויבן תּיכּף נאָכן אַרײַנמאַרשירן פֿון די דײַטשן אין פּוילן — דעם עלפֿטן נאָוועמבער האָבן די עס־עס־לײַט דערמאָרדעט אורקע נאַכאַלניק. די "געשטאַפּאָ" האָט אים אויסגעפֿונען נאָך דעם, ווי ער האָט דורכגעפֿירט אַ ריי געלונגענע דיווערסיע־אַקטן, אַכזריותדיק אים געפּײַניקט, ער זאָל אָנרופֿן די נעמען פֿון די, וואָס שטייען הינטער אים... ער האָט קיינעם ניט אויסגעגעבן.

ער האָט געזען ווי די דײַטשע סאָלדאַטן הרגענען ייִדן אויף די גאַסן, דעם ווילקיר פֿון די צעבושעוועטע היגע אַנטיסעמיטן און שיכּורים. ס’האָט זיך געשאַפֿן אַן אַטמאָספֿער ווי אין דער "קרישטאָלנאַכט" אין יאָר 1938: ס’האָבן געברענט די שילן, מ’האָט זיך אַרײַנגעריסן אין ייִדישע מאַגאַזינען, געראַבעוועט און געשלאָגן ייִדן מיט דער שטילער צושטימונג פֿון די דײַטשן און דער פּוילישער פּאָליציי. אורקע אַרבעט אויס אַ פּלאַן פֿון אַן אָרגאַניזירטן ווידערשטאַנד און פֿון שאַפֿן אַ זעלבסשוץ־בריגאַדע. ער פּרוּווט זיך באַוואָרענען מיט דער שטיצע פֿון די אָנפֿירער פֿון די ייִדישע קהילות, אָבער זיי זענען נאָך ניט געווען גרייט צו אַ באַוואָפֿנטן קאַמף, ניט גײַסטיק און ניט פֿיזיש.

על־פּי־נס אַ געראַטעוועטער פֿון דעם חורבן ליטעראַט און געזעלשאַפֿטלעכער טוער לייב פֿײַנגאָלד (באַקאַנט ווי אַן איבערזעצער אויף ייִדיש פֿון מאַקסים גאָרקי און פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי) האָט פֿאַרעפֿנטלעכט וויכטיקע דערמאָנונגען וועגן יענע צײַטן אין דער צײַטשריפֿט "דער מאָרגן־זשורנאַל" ננ’ 2 און 6 פֿאַר 1946. דאָרט דערציילט ער, אַז געציילטע וואָכן נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּוילן איז אין פֿײַנגאָלדס וואַרשעווער וווינונג אויף מוראַנאָווסקאַ 18 פֿאָרגעקומען אַ באַראַטונג פֿון אייניקע געזעלשאַפֿטלעכע טוער וועגן דער שותּפֿות פֿון די פּאָליאַקן מיט די נאַציס קעגן די ייִדן. אין דער באַראַטונג האָבן זיך באַטייליקט דער היסטאָריקער ד״ר יצחק שיפֿער, דער פֿאָרשטייער פֿון "בונד" מיכאַל קלעפּפֿיש, דער פֿירער פֿון די חלוצים מרדכי אַנילעוויטש, דער פֿירער פֿון דער רעוויזיאָניסטישער "נקמה־גרופּע" אָשר, דער רבֿ ראַבינאָוויטש א״אַ. בשעת דער באַראַטונג האָט זיך פּלוצעם, ווי אַ שטורעם, אַרײַנגעריסן אורקע, ער איז קוים מיטן לעבן אַנטרונען געוואָרן פֿון די פּוילישע שיכּורים, פֿאַרטיידיקנדיק אַ פּאָר אַלטע ייִדן. אורקע האָט ספּאַזמאַטיש געוויינט און, צונויפֿדריקנדיק די פֿויסטן, געשריגן: "וואָס זיצט איר אָ? לאָמיר אַרויס אין גאַס און שטעלן אַ ווידערשטאַנד... איך קען די פּסיכיק פֿון פֿאַרברעכער — וואָס מער מיר וועלן שווײַגן, אַלץ מער וועלן זיי אונדז מאָרדן! איך האָב אָפֿט אָבסערווירט, ווי אַזוי מענטשן פֿירן זיך אויף אין די לעצטע מינוטן פֿאַר דעם טויט, און איך האָב קיין מאָל נישט געקענט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס לאָזן זיי דעם תּלין פֿאַרלייגן די פּעטליע אויף זייער האַלדז? פֿאַרוואָס דערהרגעט ער נישט דעם תּלין? סײַ־ווי־סײַ וועט ער באַלד דערהרגעט ווערן... כּל־זמן מיר האָבן נאָך כּוח, לאָמיר קויפֿן געווער בײַ די סאָלדאַטן פֿון דער צעפֿאַלענער פּוילישער אַרמיי און אומקומען מיט אַ ווירדיקן טויט, און אפֿשר וועלן מיר דאָך ראַטעווען אונדזערע פֿרויען און קינדער. אפֿשר וועלן אויך די דײַטשן אָפּשטעלן דעם טעראָר, ווען זיי וועלן זען זייערע קרבנות!"

אורקעס ווערטער האָבן געמאַכט אויף אַלעמען אַ טיפֿן אײַנדרוק. מרדכי אַנילעוויטש, אָשר און פֿײַנגאָלד האָבן באַלד מסכּים געווען מיט אים. אָבער דער פֿאָרשטייער פֿון "בונד", קלעפּפֿיש האָט געהאַלטן, אַז מען דאַרף האַנדלען אין איינעם מיט דער פּוילישער אונטערערד. אייניקע האָבן גערעכנט, אַז מען דאַרף זיך באַראַטן מיט דעם דירעקטאָר פֿונעם "דזשוינט" עמנואל רינגעלבלום, מיט אַנדערע ייִדישע אָנפֿירער און רבנים, פֿאַרבינדן זיך מיט די אַרבעטער־פּאַרטייען "PPS" און "PPR"..! ד״ר יצחק שיפֿער, וואָס האָט געשוויגן די גאַנצע צײַט און זיך צוגעהערט צו די מיינונגען, האָט צום סוף געזאָגט, אַז מען דאַרף וואַרטן מיט געדולד, אַז היטלער און דער נאַציזם זענען נישט מער ווי אַן עפּיזאָד אין דער געשיכטע און מאַרטיראָלאָגיע פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, ווי: המן, טאָרקוועמאַדאָ און כמעלניצקי; אַז ייִדן זענען שטאַרקער פֿון די אַלע באַוועגונגען און "מיר וועלן אַלץ איבערלעבן!"

אַ צעקאָכטער, האָט אורקע נאַכאַלניק פֿאַרהאַקט די טיר און אַרויס. ער פּרוּווט צוציִען זײַנע געוועזענע חבֿרים פֿון דער "גנבֿישער מלאָכה", אָבער זיי זענען אויך געווען דעמאָראַליזירט. מיט גאָרנישט האָט זיך געענדיקט דער צוזאַמענטרעף מיט דעם אַדוואָקאַט יוסף ראָזענצווײַג, וועלכער איז געווען פֿאַרבונדן מיט דער לעגאַלער פּוילישער רעגירונג אין גלות, אין ענגלאַנד. אורקע זוכט מיטקעמפֿער און דערווײַל, איינציקווײַז, פֿאַרטיידיקט ער ייִדן פֿון כוליגאַנען, רײַסט זיך אַרײַן אין אַן אונטערגעצונדענער שיל און ראַטעוועט ספֿר־תּורות א״אַ.

אין דער שווערער צײַט, ווען פּוילן איז געלאָזט געוואָרן אויף הפֿקר, דעמאָראַליזירט און אָנגעשראָקן, מיט דער צעפֿאַלענער אַרמיי, איז אורקען געלינגען צוציִען צוויי ייִדישע בחורים (דער נאָמען פֿון איינעם איז געווען צאַלעק פּערכאָדניק, דער צווייטער איז געבליבן אומבאַקאַנט) און דורכפֿירן אייניקע דערפֿאָלגרײַכע אָפּעראַציעס אויף דער באַן־ליניע. אין איינער פֿון זיי איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון אַ פּאַטראָל, ווען ער האָט געהאַלטן בײַם פֿונאַנדערשרויפֿן די שינעס, נאָענט פֿון אַן אָנקומענדיקן דײַטשישן צוג. אין דעם הויף פֿון זײַן שטוב האָט מען געפֿונען געווער.

דער חורבן און די צײַט האָבן ניט איבערגעלאָזט קיין לעבעדיקע עדות פֿון אורקעס העלדישן אומקום. סע זענען פֿאַראַן עטלעכע ווערסיעס וועגן דעם. לויט איינער פֿון זיי זעט אויס, אַז ווען מען האָט אים געפֿירט צו דער עקזעקוציע אין קייטן, אַ פֿאַרבלוטיקטן פֿון די פּײַניקונגען, האָט ער זיך אַ וואָרף געטאָן אויף דעם עס־עס־מאַן און אים שווער פֿאַרוווּנדעט. צענדליקער קוילן האָבן דאַן דורכגעלעכערט דעם קערפּער פֿונעם העלדישן אורקע נאַכאַלניק אויף דער קאָסטשיושקאָ־אַלעע, אין אָטוואָצק. וועגן דעם האָט געשריבן פֿײַנגאָלד און איבערגעחזרט אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש אין זײַן דערציילונג.

אַן אַנדער ווערסיע באַשטעטיקט דעם זעלבן סוף, און איז פֿאַרבונדן מיטן געווער וואָס ער האָט געזאַמלט.

דער אַקטיאָר און טעאַטער־טוער יאָנאַס טורקאָוו שרײַבט אין זײַן בוך "אַזוי איז עס געווען" (בוענאָס־אײַרעס, 1948), אַז בשעת מ’האָט אים געפּײַניקט, האָט אורקע אויסגעשריגן: "מיינט ניט, אַ ייִדיש בלוט איז הפֿקר, אײַער סוף וועט קומען!"

איך האָב געפֿונען 13 דערמאָנונגען וועגן אורקע נאַכאַלניקס אומקום דעם 11טן נאָוועמבער 1939. די ערשטע דרײַ, זענען דערשינען אין ישׂראל, אָן שום פּרטים: אין דער צײַטונג "הבוקר" — דעם 07.12.1939, אין "המשקיף" — דעם 13.12.1939 און אין "דבֿר" — דעם 03.01.1941. די פּובליקאַציע אין "המשקיף" האָט, לויט די מקורות פֿון סט״א (סוכנות־טלגרף ארצישׂראלית), אָנגעשריבן אונטער דעם פּסעוודאָנים "אַבֿישי" אַבא אַחימאיר, דער באַקאַנטער זשורנאַליסט און שרײַבער, איינער פֿון די פֿירער פֿון די ציוניסטן־רעוויזיאָניסטן. אַ. אַחימאיר איז פּערזענלעך געווען באַקאַנט מיט אורקען, פֿון זײַן אַרבעט אין דער וואַרשעווער צײַטונג "די טאַט".

אין דער מעלדונג שטייט, אַז אין "אָטוואָצק האָבן די נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטן דערהרגעט דרײַ ייִדן, צווישן זיי דעם באַקאַנטן איבער גאַנץ פּוילן אורקע נאַכאַלניק".

אין "פֿאָרווערטס" פֿון 13.07.1953, אין דער קאָרעספּאָנדענץ פֿון ש. לוריא און ש. מעסינג, ווערט באַמערקט, אַז די דינערין פֿון אַנדוניסקי, בײַ וועמען אורקע נאַכאַלניק האָט געדונגען די שטוב, האָט צוגעטראָגן דעם "געשטאַפּאָ" וועגן דעם פֿאַרבאַהאַלטענעם אין הויף געווער.

אורקע נאַכאַלניק איז אומגעקומען העלדיש, ווי אַ מאַרטירער, צום רום פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ער איז אומגעקומען און ניט באַוויזן זיך אומצוקערן צו זײַן געבוירן־נאָמען — יצחק פֿאַרבעראָוויטש. ער האָט זיך לאַנג געגרייט צו דעם, אַפֿילו צוגעגרייט אַ שרײַבפּאַפּיר מיט אַ לאָגאָ:

I. FARBEROWICZ

(URKE NACHALNIK)

LITERAT

וועגן דעם האָט געטרוימט זײַן פֿרוי ליזאַ, וועמען מ’האָט דאָס לעצטע מאָל געזען אין וואַרשעווער געטאָ אין יאָר 1942 מיט איר נײַן־יעריקן זון שמואל... אורקע האָט אַזוי אָנגערופֿן זײַן ייִנגעלע נאָך זײַן פֿאָטער שמואל, ניט קוקנדיק אויף דעם, וואָס איבער אים האָט ער אַמאָל פֿאַרוואָרן די ישיבֿה, אַנטלאָפֿן פֿון דער היים און אויף לאַנגע זיבעצן יאָר געבליבן שטעקן אין דער אונטערוועלט (צופֿעליק און אומגעריכט פֿאַר אים אַליין, אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער טעמע)!

אין דער אונטערוועלט האָט מען אים געקרוינט מיט דעם צונאָמען "אורקע", לויט דער בלאַטער שפּראַך "Argot", צוגעפּאַסט צו דער ייִדישער מאָרפֿאָלאָגיע.

איז לאָמיר געדענקען וועגן דעם אמתן נאָמען פֿון דעם ערשטן מאַרטירער אין דער צווייטער וועלט־המלחמה — יצחק־ברוך פֿאַרבעראָוויטש.