דער דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו |
שווער זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם נאָגנדיקן געפֿיל, וואָס באַווײַזט זיך עקשנותדיק יעדעס מאָל אויף ס’נײַ ווען מען דערמאָנט זיך אינעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו. אַזוי איז געווען אויך איצט בײַם אָפּמערקן אין "אַרבעטער־רינג", אין תּל־אָבֿיבֿ, 110 יאָר פֿון זײַן געבוירן־טאָג. זאָל עס זײַן דער קאָלעקטיווער געוויסנסביסן, אַז מיר, ווי טיכטיקע ייִדיש־טוערס, האָבן נישט געטאָן גענוג צו פֿאַרלײַכטערן זײַן פּײַנלעכע עלנטקייט און זײַן שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ, נאָר מיר האָבן אים איבערגעלאָזט זיך מוטשען אַליין מיט זײַנע געשפּענסטן. פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער, ווייסן מיר דאָך, אַז ליידן און פּײַן איז, בדרך־כּלל, דער פּרײַז וואָס דער פּאָעט מוז באַצאָלן פֿאַר זײַן אַן אויסגעוויילטער, און אויב אָט דער געדאַנק קאָן עמעצן פֿאַרלײַכטערן דעם שווערן געמיט, קאָן ער זיך טרייסטן אַז פּאַפּיערניקאָוו איז טאַקע נישט דער איינציקער וואָס אַזאַ גורל איז אים געווען באַשערט.
דערמאָנען פּאַפּיערניקאָוון קומט אויס צו זײַן איינע פֿון די אויפֿגאַבעס פֿון "אַרבעטער־רינג"; דאָ זײַנען נאָך פֿאַראַן מענטשן וואָס געדענקען אים, אָדער באַקאַנטע, שווער צו זאָגן פֿרײַנד, וועלכע זײַנען מער־ווייניקער געשטאַנען מיט אים אין פֿאַרבינדונג; ווי דער זשורנאַליסט יצחק לודען האָט עס באַמערקט בעת זײַן אויפֿטריט, אַז נישט בײַ דער פּועלי־ציון, מיט וועמען ער האָט געהאַט אַן אידעאָלאָגישע געמיינזאַמקייט, האָט ער זיך געפֿילט היימיש; דווקא בײַ די בונדיסטן אויף קאַלישער־גאַס, דאָרטן האָט ער געפֿונען אַ וואַרעם ווינקל און געהאַט מיט וועמען אויסצורעדן אַ וואָרט.
אין דער איצטיקער באַגעגעניש צום אָנדענק פֿון דעם פּאָעט האָט טאַקע דער דערמאָנטער יצחק לודען אָפּגעפֿרישט דעם זכּרון פֿון די אָנוועזנדיקע דורכן איבערלייענען זײַן אַרטיקל "אַ ייִדישער דיכטער זוכט אַ דאַך אונטער די פֿיס... אַן אינטימער שמועס מיט יוסף פּאַפּיערניקאָוון", אָפּגעדרוקט אין "לעצטע נײַעס" דעם 21סטן סעפּטעמבער 1979, וואָס לודען האָט אײַנגעשלאָסן אינעם ערשטן באַנד פֿון זײַן לעצטנס דערשינענעם בוך "אין געיעג נאָך מאָמענטן". נישט אַלץ וועגן פּאַפּיערניקאָוון איז פֿאַראַן אין דעם אַרטיקל, גלײַכצײַטיק אָבער געפֿינען מיר דאָרט אַ געטרײַע שילדערונג וועגן מענטש פּאַפּיערניקאָוו, דורכגעוועבט מיט ווערטלעך און מיט אַ ביטערלעכער איראָניע — וועגן מאַטעריעלן און גײַסטיקן מצבֿ פֿון פּאָעט. דער מחבר פֿון אַרטיקל שטרײַכט טאַקע אונטער דעם בולטן כאַראַקטער־שטריך פֿון פּאָעט וואָס פֿאַרשפּאַרט נישט זײַנע איראָניש־סאַרקאַסטישע אויסדרוקן נישט איבער זיך אַליין און נישט איבער דער אַרומיקער סבֿיבֿה.
דערעפֿנט דעם פֿרימאָרגן געווידמעט יוסף פּאַפּיערניקאָווס אָנדענק האָט די לײַטערין שורע טורקאָוו מיטן ליד "מיר", וואָס דער דיכטער, דערציילט זי, האָט עס פֿאַרוואַנדלט אין זײַן מאָטאָ: "מיר וועלן פֿון אָרט זיך נישט רירן, / מיר וועלן פֿון דאַנען נישט גיין..." אויך בעלע בריקס־קליין האָט מיט איר באַקאַנטער עמפֿינדלעכקייט פֿאָרגעלייענט פּאַפּיערניקאָווס בענקשאַפֿט־ליד נאָך טאַטע־מאַמע "ס’וואָלט גוט געווען מיר דאָ", וואָס די פֿאָרזעצונג איז: "ס’וואָלט גוט געווען מיר דאָ / אין לאַנד פֿון זון און ליכט / ס’וואָלט גוט געווען מיר דאָ / מיט טרוקן ברויט מיט זאַלץ / פֿאַרטרונקען מיט דער פֿרײַקייט / פֿון די פֿלאַטערנדיקע בלויע הימלען אויף די קעפּ / ס’וואָלט גוט געווען, / מיט מיר זאָל דאָ די מאַמע מײַנע זײַן..."; און פֿאַרשטענדלעך, האָט נישט געקענט פֿעלן דאָס גוט באַקאַנט ליד "זאָל זײַן", געזונגען דורכן מיכאל קלעפּפֿיש־כאָר בײַם "אַרבעטער־רינג", אונטער דער אָנפֿירונג פֿון עליזה בלעכאַראָוויטש, מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו.
בײַם סוף האָט די זינגערין־פֿאָרשערין טובֿה בן־צבֿי פֿאָרגעשטעלט פֿאַר אונדז דעם דיכטער, זינגענדיק זײַנע אייגענע לידער אַזוי ווי זי האָט זיי אויפֿגענומען אויפֿן רעקאָרדיר־אַפּאַראַט מיט 20 צי 30 יאָר צוריק. איצט האָט טובֿה בן־צבֿי מיטגעבראַכט מיט זיך יענע היסטאָרישע רעקאָרדירונג און דערבײַ דערמאָנט, אַז געזונגען האָט מען פּאַפּיערניקאָוון אין געטאָס און לאַגערן, איבערהויפּט, דאָס אַממערסטן פּאָפּולערע ליד זײַנע "זאָל זײַן", וואָס טראָגט שוין הײַנט דעם כאַראַקטער פֿון אַ פֿאָלקסליד, וואָס האָט אין די מלחמה־צײַטן און אין יענע אומשטאַנדן געבראַכט אַ פֿונק פֿון האָפֿענונג פֿאַר אַלע לײַדנדיקע.
יוסף פּאַפּיערניקאָוו (1899—1993), געבוירן אין פּוילן, איז איינער פֿון די פּיאָנערן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע אין ארץ־ישׂראל. ער איז געווען פֿון די יעניקע, וואָס האָבן פֿאַרווירקלעכט זייער אידעאַל און ער איז אָנגעקומען אין לאַנד אין 1924, צו 25 יאָר. צוזאַמען מיט אַנדערע פּאָעטן וואָס האָבן ממשיך געווען צו שאַפֿן אויף ייִדיש, ווי אַריה שמיר, שרגיל א"אַ האָבן זיי אין 1928 פֿאַרעפֿנטלעכט אַ זאַמלהעפֿט, וווּ זיי האָבן געדרוקט זייערע שאַפֿונגען אויף ייִדיש, און לויט זייער אייגענעם אויסדריק אין יענער צײַט, האָבן זיי מיטן זאַמלהעפֿט "נישט געהאַט קיין שום כּוונה צו רעאַגירן קעגן קיינעם נישט, נאָר פּשוט געקומען געבן אַן ענטפֿער צו זייערע נשמה־נויטן". אין 1929 איז פּאַפּיערניקאָוו צוריק געפֿאָרן קיין פּוילן, און אין 1933 זיך אומגעקערט קיין ארץ־ישׂראל.
אונדזער פּאָעט האָט געלעבט לאַנג, געהאַט אַ שווער לעבן, ווי מיר ווייסן, און לויט זײַנע אייגענע ווערטער, האָט ער פֿון גליק נישט געוווּסט. נאָר זעט ווי מאָדנע עס איז: איך האָב זיך באַקענט מיט זײַנע שאַפֿונגען אין ווײַטן מאָנטעווידעאָ, אין דער יוגנט־אָרגאַניזאַציע "דרור", מ’האָט אונדז געלערנט רעציטירן זײַנע לידער, ער איז געווען פֿאַר אונדז די אינקאַרנאַציע פֿון ציוניסטישן אידעאַל; אַ מוסטער, וואָס מ’דאַרף גיין אין זײַנע טריט; דורך זײַן לויבגעזאַנג צו אַלץ וואָס ווערט געטאָן אין ישׂראל: די אַרבעט, די חלוצים, דאָס בויען, "די מויערן וואָס וואַקסן דאָ דורך נאַכט", ווי ער זאָגט עס אין איינעם פֿון זײַנע פֿילצאָליקע פֿײַערדיקע לידער, האָט ער אונדז אָנגעוויזן דעם וועג מיט וועלכן מיר דאַרפֿן גיין. שוין דאָ, "אין דעם אויסגעבענקטן לאַנד" האָב איך געזען אין זײַן גאַנצן פֿאַרנעם די אומגעהײַערע דיסטאַנץ וואָס ס’איז פֿאַראַן צווישן טרוים און ווירקלעכקייט. און וואָס די מדינה האָט געגעבן איר אויסדערוויילטן זון וואָס האָט זי פּראַכטפֿול באַזונגען און געלויבט.
אין זײַן ברייט־פֿאַרשפּרייטן פּאָעטישן ווערק געפֿינט מען בײַ פּאַפּיערניקאָוון פֿאַרשיידענע תּקופֿות, צעטיילט — לויט מײַן פֿולשטענדיק־סוביעקטיווער מיינונג — אַזוי: קודם־כּל, די באַוווּנדערונג פֿאַר די ישׂראלדיקע אויפֿטוען. אפֿשר געפֿינען זיך דאָ זײַנע בעסטע לידער. שפּעטער קומען צום אויסדרוק אין די לידער זײַן באַגער צו ליבע, זײַן ליד ווערט ליריש און באַקומט די צאַרטקייט פֿון אַ שיינער פֿרויען־געשטאַלט, וואָס ער וועט זי קיין מאָל נישט דערגרייכן; און צום סוף — די פּעסימיסטישע תּקופֿה: עלנט, דערשלאָגנקייט, אַנטוישונג. לאָמיר פֿאַרענדיקן מיט אַ ליד פֿון זײַן בעסטער תּקופֿה — "כ’האָב נישט דערקענט די ברידער מײַנע":
כ’האָב זיי נישט דערקענט, די ברידער מײַנע.
נישט דערקענט —
ווען פֿײַער האָט אַרומגעכאַפּט דאָס לאַנד,
און שטאָט און דאָרף — געברענט,
און ס’האָבן מײַנע ברידער, אַלאַרמירטע
זיך געטאָן אַ לאָז אַרויס
פֿון יעדן צעלט,
פֿאַבריק און הויז,
און מחנהווײַז — אַנטקעגן שׂונא זיך געצויגן
מיטן אָפּשײַן פֿון דער שׂרפֿה אין די אויגן,
און אַזוי — צעשטעלט זיך וואַנט נאָך וואַנט,
ווי שטאָל און אײַזן קעגן פֿײַל־און־בויגן.
כ’האָב זיי נישט דערקענט, די ברידער מיינע, —
ווען געפּאַנצערטע מיט גלויבן
האָבן זיי די אַקערס אויף די פֿעלדער אויסגעשפּאַנט,
געכאַפּט די פֿערד,
און מיטן גורל אין דער האַנט —
אַ ריס געטאָן זיך ווי די אָדלער פֿון דער ערד,
און ווי אַ בליץ — אויף באַרג זיך אויפֿגעהויבן,
ווי אַ דונער — זיך אין טאָל אַראָפּגעלאָזט,
און קולות ווי די שטיינער אויסגעשאָטן:
— אונדזער ערד!
מיר האָבן זי באַטראָטן
וויסט, פֿאַרלאָזט;
— זאָל פּרוּוון ווער, די שפּײַכלערס אונדז צערויבן!
— זאָל פּרוּוון ווער, די שײַערס אונדז פֿאַרברענען! —
מיר וועלן ווײַזן ווער און וואָס מיר זענען!..
האָב איך נישט דערקענט די ברידער מײַנע:
פּאַסטעכער מיט אויגן גוטע, שאָפֿענע, —
פֿון פֿעלדער אָנגעלאָפֿענע
באַשיצן שאָף און רינד, —
ווען ס’זענען שוין געשטאַנען:
מאַן און ווײַב, און קינד,
ווי עקאַליפּטוסן און טאַנען —
קעגן מידבר־ווינט:
די פֿיס פֿאַרוואָרצלט אין דער טיף,
די קעפּ פֿאַרקלעטערט אין דער הייך,
די הענט געקרייצטע אין דער ברייט,
געהילט אין פֿלאַם,
געהילט אין רויך,
און ווי די פֿעלדזן — נישט געברענט...
און נישט דערקענט זיי, נישט דערקענט
האָב איך די ברידער, מײַנע ברידער,
נישט געגלייבט אַז פֿון דער נידער
וועלן זיי זיך דאָ דערהייבן,
אַז פֿון מײַנע ברידער — לעמער —
זענען אויסגעוואַקסן — לייבן.