פּובליציסטיק

כ׳האָב שוין נישט איין מאָל געשריבן וועגן מײַנע קאָלעזשאַנקעס פֿון יענע יאָרן, ווען מיר האָבן זיך ערשט אויסגעשיילט פֿון דער אייער־שאָלעכץ, זיך אַרומגעקוקט אין דעם אַמעריקע וווּ מיר האַלטן און דערזען, אַז מיר זײַנען טאַקע עלנט. נישט אַלע פֿון אונדז האָבן ביידע עלטערן. פֿריידעלע האָט שוין געהאַט אַ שטיפֿטאַטן אַן אַכזר, און די צווייטע האָט אָנגעוווירן דעם טאַטן ערגעץ אין דער מלחמה. זייער זעלטן ווען עס איז געווען אַ באָבע אָדער אַ זיידע אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דער ערד. די ערד איז שוין געווען זייער סוף־סופֿיקע מוטער.

אָבער דאָ, צווישן די "גרינע" האָט מען זיך דערפֿילט אויפֿגעריכט, סײַ דאָס יונגוואַרג און סײַ די עלטערן. דאָ האָט מען זיך געקענט אַן עצה געבן, דאָ האָט מען געפֿילט, אַז מיר זײַנען פּטור פֿון אַלע מלחמות, פֿון אַלע געפֿאַרן און פֿון אַלע נעכטיקע צרות, אויף אַזוי פֿיל, אַז מיט דער צײַט האָבן אַ סך פֿון די קינדער פֿון די נײַע אימיגראַנטן זיך דאָראָבעט צו ריזיקע געשעפֿטן, סופּערמאַרקעטן און הײַזער. געלט איז שוין נישט געווען קיין מניעה, און איינע פֿון מײַנע קאָלעזשאַנקעס האָט זיך טאַקע אַרויפֿגעאַרבעט אויף אַזוי פֿיל, אַז געלט איז שוין געווען מיסט. אָבער דאָס מיסט האָט זיך איר פּאָליובעט, האָט מען זיך נישט געקענט אַוועקרײַסן דערפֿון.

געהאַנדלט האָט פֿריידעלע מיט הײַזער. הײַזער אין דער בראָנקס, הײַזער אין וואַשינגטאָן־הײַטס, הײַזער און האָטעלן אין מיטן מאַנהעטן, הײַזער אין ברוקלין, און הײַזער אין פּאַלם־ביטש, פֿלאָרידע. ווען איך זאָג הײַזער, מיין איך דערמיט צו זאָגן ריזיקע געבײַדעס, וואָס בײַ אונדזער אָנקומען קיין אַמעריקע נאָכן חורבן, וואָלט מען זיך נישט געקענט פֿאַרגינען צו וווינען אין זיי, ווײַל ווער האָט דעמאָלט געקענט צאָלן אַזאַ הויכן דירה־געלט. נאָך אַלעמען האָבן אונדזערע טאַטעס, די וואָס האָבן געאַרבעט, פֿאַרדינט קוים דרײַסיק דאָלאַר אַ וואָך.

האָט פֿריידעלע טאַקע געליטן דחקות. דער שטיפֿטאַטע איז איר דערגאַנגען די יאָרן, האָב איך זי נישט נאָר געטרייסט, נאָר טאַקע אויסגעבאָרגט פֿון צײַט צו צײַט פֿון מײַן גאַרדעראָב, שוחט שעכט מיר די הינער, אַ קליידל.

זײַנען פֿאַרפֿלויגן אַ סך יערעלעך און איך האָב זיך אָפּגעגעבן מיט אַקאַדעמיע און פֿריידעלע מיט מאַכן געלט. העלפֿט גאָט און זי דאָראָבעט זיך צו אַ מאַיאָנטעק. האָב איך זי אַמאָל געפֿרעגט: "זאָג מיר פֿריידעלע, דו האָסט מסתּמא אַן אַדוואָקאַט וואָס גייט אין געריכט גוטמאַכן די אַלע טענות פֿון דײַנע לאָקאַטאָרן און אײַנוווינער. דער עיקר, ווען ס׳איז צעבראָכן אַ 'פֿרידזשידער,’ אַ ליפֿט, ווען מען דאַרף פֿאַרבן, אָדער ווען דער דאַך רינט."

קוקט זי מיך אָן מיט אַ שעלמיש שמייכעלע און מאַכט: "אַן אַדוואָקאַט? ווער דאַרף אַן אַדוואָקאַט, איך בין מײַן אייגענער אַדוואָקאַט."

איך ווייס אָבער, אַז אַלץ אין איינעם האָט זי אַדורכגעמאַכט אַ צוויי קלאַסן אין דער ענגלישער גימנאַזיע, און ווײַטער איז געגאַנגען אַ באַן. עס האָט זי געצויגן צו געלט, זי האָט געוואָלט זיך קליידן און זיך באַשוכן, זיך באַבײַטלען און באַהיטלען אויף צו געפֿעלן אַ לײַטישן בחור. זי איז געווען אויפֿן געשטאַלט אַ באַחנט מיידל, און שאַרף ווי אַ געשליפֿן מעסערל. אָבער ווען עס איז געקומען צו דער אַדוואָקאַטור, האָט זי זיך צוגעשטעלט צו דער דין־תּורה ווי אַ געענדיקטע יוריסטקע. זי האָט עס מיר אויפֿגעקלערט ווען זי האָט אָראָפּגעלייענט פֿון מײַן פּנים די פֿאַרלעגנהייט.

"דו פֿאַרשטייסט, איך טו זיך אָן פּראָפֿעסיאָנעל און טראָג זיך אַרום מיט אַ טעטשקעלע. אַלע מיינען, אַז איך בין דער אַדוואָקאַט. אַפֿילו דער בעל־מישפּט, דער ריכטער אַליין איז באַאײַנדרוקט פֿון מײַן שטעל, און ווען עס קומט צום אַרביטראַזש, מאַך איך אויף מײַן טעטשקעלע און זוך דאָרט צווישן די פּאַפּירן מ׳זאָל מיינען, אַז איך קען זיך אויף עפּעס. און צום סוף, ווענד איך זיך צום ריכטער מיט אַ ייִראת־שמים־פּנימל, גאָט די נשמה שולדיק, און זאָג אַז די לאָקאַטאָרן צאָלן נישט קיין דירה־געלט. זיי לעבן אויף קיצבֿה פֿון דער רעגירונג און דאָס געלט וואָס זיי באַקומען פֿון דעם פֿאַרזאָרג־אַמט, גיבן זיי גלײַך אויס אויף בראָנפֿן און קאַסינאָס. ווערט דער ריכטער מילד און פּסקנט לטובֿת מיר. גייט אַוועק אַ חודש אָדער צוויי. שטעל איך די ליידיק־גייער אַרויס אין גאַס און פֿאַרדינג אויף דאָס נײַ די זעלבע דירה, העכער דעם שׂכר פֿון דער דירה און רוף מיך קנאַקניסל."

איך הער זיך אַזוי צו און שטוין. פֿון וואַנען נעמט זיך צו פֿריידעלען אַזאַ האַרטנעקיקער כאַראַקטער, אזאַ עזות־פּנים. נאָך אַלעמען האָט מען פֿאָרט אָפּגעשטאַמט פֿון אַרבעטער, כאָטש איר שטיפֿטאַטע האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַרבעטן. ער איז בעסער גאַנצע טעג געזעסן אויף די טרעפּ פֿון זייער "טענעמענט"־הויז, גערייכערט און אויסגעטיילט שרעק, סײַ פֿריידעלען און סײַ אירע חבֿרטעס. אים האָט אויסגעהאַלטן די רעגירונג. אין וואָס זשע איז באַשטאַנען זײַן פּאַמויניצע מיט שרעק? איז הערט. אַז איך האָב געדאַרפֿט צו פֿערצן יאָר אָפּפֿאָרן אין אַ ייִדישער זומער־קאָלאָניע אַרבעטן ווי אַ "קאַונסעלאָר," פֿלעגט איר שטיפֿטאַטע מיך וואָרענען: "פּאַס אויף, טעכטערל, מען זאָל דיך דאָרט נישט שענדן, נישט פֿאַרגוואַלדיקן און נישט אויסנוצן ביזן ביין."

פֿון זײַנע רייד איז מיר אַדורך אַ קאַלטער ציטער איבערן לײַב. איך בין שנעל אַנטלאָפֿן פֿון אים און אַפֿילו נישט געוואָלט דערציילן מײַנע עלטערן. ער האָט פֿריידעלען פֿאַרווערט צו גיין אין דער ייִדישער מיטלשול, ווײַל זי וועט זיך דאָרט גאָרנישט אויסלערנען. אַזוי אַז פֿריידעלע איז אויסגעוואַקסן מיט אַ טרוקענעם ברונעם אין איר השׂכּלה. אָבער דאָס האָט איר נישט געשטערט צו ווערן אַ ביליאָנערקע.

זי האָט ליב געהאַט צו פֿאָטאָגראַפֿירן זיך מיט די פּני פֿון מדינת־ישׂראל. זי ווײַזט מיר, ווי זי נעמט זיך אַרום מיט גאָלדע מאיר און משה דיינען, ווי זי שטייט אין די ד' אַמותן פֿון דעם ליובאַוויטשן רבין, און להבֿדיל מיט האָליוווּדער אַקטיאָרן.

"וויפֿל האָט דיך אָפּגעקאָסט דאָס פֿאַרגעניגן," האָב איך געוואָלט וויסן. האָט זי אַ טראַכט געטאָן אַ רגעלע און געענטפֿערט: "פּלענטי!" דאָס מיינט אַן אַפּותּיקי.

יעדן ראָש־השנה שיקן מיר זיך לשנה־טובֿה־קאַרטלעך. אַזאַ מאָדע אין דעם אַמעריקע גנבֿ. איך האָב זי שוין נישט געזען אַ פּאָר יאָר, זינט זי האָט זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ לוקסוס־דירה אויף פֿיפֿטער עוועניו, אין מאַנהעטן און וואָס איז די סיבה דערפֿון? מסתּמא וויל זי שפּילן די ראָלע פֿון מאַדאַם האָצעפּלאָץ אין אַ נײַער געזעלשאַפֿט וואָס קען זי נישט ווי איך קען זי. דער עיקר, זײַן מיט אירס גלײַכן, אײַנגעטונקען אין בלישטשענדיקע בריליאַנטן, אָנגעטאָן אין ווײַסע מינק־מאַנטלען. מוז מען מאַכן אַן אײַנדרוק פֿאַרן מענטשן וואָס עפֿנט פֿאַר אײַך די טיר אין דער געבײַדע אויף דער פֿיפֿטער עוועניו.

מיטן גאַנצן פֿאַרמעגן האָט זי זיך פֿאַר מיר פֿאַרטרויט אַמאָל, אַז גליקלעך איז זי נישט. נישט מיטן געלט, נישט מיט די קינדער, נישט מיט די אייניקלעך, און דער עיקר, נישט מיט זיך אַליין. אירע פּלאַסטישע אָפּעראַציעס אויפֿן פּנים האָבן פֿאַרזיכערט, אַז קיין קנייטשעלע וועט זיך נישט באַווײַזן אויף איר פּלאַסטישן פּנים. כאָטש ווען איך האָב זי געזען נאָך דער ערשטער אָפּעראַציע, איז זי געווען צעבאַלט און צעקאַליעטשעט ווי אַ ריבאײַזן. פֿרעג איך זי:

"וואָס איז געשען מיט דײַן פּנים, פֿריידעלע?" זאָגט זי מיר:

"איך בין אַראָפּגעפֿאַלן פֿון אַלע טרעפּ און זיך צעקאַלט און צעבאַלט דאָס פּנים."

זאָל זײַן, טראַכט איך זיך, זי איז אַלע מאָל געווען אַ סעקרעטנע בחורטע. און איך פֿאַרגין איר אַלע אירע סעקרעטן.

לעצטנס האָב איך באַקומען אַ לשנה־טובֿה־קאַרטל פֿון פֿריידעלען, פּונקט ווי יעדעס יאָר, וווּ זי שרײַבט זיך אַפֿילו נישט אונטער. אַזוי אַז זי האָט נישט געדאַרפֿט צולייגן קיין פֿינגער. מסתּמא איר סעקרעטאַרקע האָט עס געטאָן פֿאַר איר. האָב איך איר צוגעשיקט אַ לשנה־טובֿה־קאַרטל, וווּ איך האָב צוגעשריבן:

"טײַערע פֿריידעלע! אַלטע פֿרײַנדשאַפֿט קען מען פֿאָרט נישט אָפּשאַצן," און אַחוץ דעם האָב איך איר אָנגעוווּנטשן אַ גאַנצן טאָפּ מיט ווינטשעוואַניעס. קריג איך פֿון איר צוריק אַ קאַרטל, וווּ זי שרײַבט שוין אַליין אָט די פּאָר שורות: "טײַערע חבֿרטע! ביסט גערעכט. אַלטע פֿרײַנד קען מען נישט קויפֿן. זיי קאָסטן צו פֿיל געלט."

געקראָגן אַזאַ ברוך־הבא, האָב איך באַשלאָסן צוריק צו שרײַבן: "טײַערע קאָלעזשאַנקע! שוין אַ שיינע פּאָר יאָר ווי מיר האָבן זיך נישט געזען. איך שטעל זיך פֿאָר אַז מיר וועלן וואַרטן אַ ביסעלע לענגער, וועט מען זיך שוין דאַרפֿן טרעפֿן אין גן־עדן. די צרה וועט אָבער זײַן, אַז מיר וועלן זיך שוין נישט דערקענען... דערווײַליק זײַ מיר געזונט און שטאַרק."

מײַן פֿריידעלע איז פֿאַרשקלאַפֿט צום געלט און איך בין אַ פֿרײַער פֿויגל. זי פֿאַרנעמט זיך מיט הײַזער, אימעניעס און טעטשקעלעך, בעת איך פֿאַרנעם זיך מיט תּורת־ייִדיש. האָב איך איר אָנגעוווּנטשן צו פֿאַרזשיִען דאָס געלט. דאָס הייסט, הנאה האָבן פֿונעם לעבן אויף וויפֿל ס׳לאָזט זיך. כאָטש, אַז מען זיצט אויף אַ שפּיצבאַרג פֿאַרגעסט מען ווי אַראָפּצוקומען, סײַדן מ׳גליטשט זיך אַראָפּ. און דאָס טעטשקעלע? דאָס איז אַ סימן, אַז ערגעץ וווּ טליִעט אַ פֿונק פֿון דער יונגער פֿריידעלע, וואָס האָט געקענט אפֿשר ווערן אַן אמתדיקע אַדוואָקאַטקע, אָבער הײַנט איז שוין אַ טראָפּעלע צו שפּעט. איר גאַנצע תּורה ליגט אינעם טעטשקעלע.