אויב איך פּלאָנטער ניט (און די אינטערנעץ-אינפֿאָרמאַציע העלפֿט מיר אויסצומײַדן אַ טעות), איז עס געשען אין יאַנואַר 1997. דעמאָלט זײַנען די "טעג פֿון ייִדישער קולטור" אין בערלין צונויפֿגעפֿאַלן מיטן חורבן-טאָג, וואָס מע האָט, דאַכט זיך, צום ערשטן מאָל ברייט אָפּגעמערקט אין דײַטשלאַנד. אַ צאָל ייִדישע ליטעראַטן (אַני-הקטן בתוכם) און מוזיקער זײַנען אין יענע טעג געווען אין דער שטאָט. האָט מען אָרגאַניזירט קאָנצערטן און כּלערליי אַנדערע קולטור-אונטערנעמונגען.
די דאַטע פֿון דעם 27סטן יאַנואַר, ווען אין יאָר 1945 האָט די רויטע אַרמיי באַפֿרײַט אוישוויץ, איז אַרײַן אין דעם אָפֿיציעלן קאַלענדאַר אויך פֿון אַנדערע לענדער, בפֿרט נאָך דער שטאָקהאָלמער באַגעגעניש, דעם 27סטן יאַנואַר 2000, פֿון פֿאָרשטייער פֿון 44 לענדער. אין פֿיר יאָר אַרום האָבן 149 פֿון 191 מדינות אין די פֿאַראייניקטע נאַציעס אונטערגעהאַלטן דעם געדאַנק פֿון אָפּמערקן דעם חורבן-טאָג.
הײַיאָר וועט מען דעם טאָג ווידער אַ מאָל אָפּמערקן. און ווידער אַ מאָל וועלן געוויסע אָרגאַניזאַציעס, בפֿרט מוסולמענישע, זיך אָפּזאָגן פֿון באַטייליקן זיך אין די אונטערנעמונגען. אין ייִדישע קרײַזן זײַנען אויך ניט אַלע צופֿרידן מיט דער דאַטע. מע טענהט, אַז בעסער וואָלט מען עס געטאָן צוזאַמען מיט ישׂראל, אין יום-השואה. עס באַקומט זיך איצט בכלל, אַז אין אַ סך קהילות און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס מערקט מען אָפּ דווקא דעם יום-השואה, בעת דער חורבן-טאָג איז עפּעס מער פֿאַר דער גוייִשער וועלט. בפֿרט, נאָך אַז אָפֿיציעלע אונטערנעמונגען פֿון דעם חורבן-טאָג ווײַזן אַ נטיה צו פֿאַרברייטערן די טעמע, אַרומרעדן אויך גענאָצידן קעגן אַנדערע גרופּעס מענטשן, ווי אויך אין אַנדערע ערטער און תּקופֿות: קאַמבאָדיע, רואַנדאַ, באָסניע, דאַרפֿור, וכּ’.
אין צענטער פֿון הײַיאָריקע פּובליקאַציעס אַרום דעם חורבן-טאָג טיילן זיך אויס מאַטעריאַלן פֿון און וועגן מיזרח-אייראָפּע. די רייד גייט וועגן די פּרוּוון דורכצופֿירן אַ קלאָרע און לעגאַל־פֿאַרפֿעסטיקטע פּאַראַלעל צווישן דעם נאַציזם און דעם (קודם-כּל סאָוועטישן) קאָמוניזם. אין דער דאָזיקער קאַמפּאַניע זעט מען קלאָרע סימנים פֿון פּאָסט-קאָלאָניאַלער שׂינאה צום סאָוועטישן רעזשים, וועלכער האָט דירעקט צי דורך זײַנע מאַריאָנעטן געהערשט אין יעדען טייל פֿון אייראָפּע. אַזעלכע שטימונגען זײַנען באַזודערס שטאַרק אין די באַלטישע לענדער, ווי אויך אין פּוילן, טשעכיע, אונגאַרן און מערבֿ-אוקראַיִנע.
דעם אמת זאָגנדיק, קען איך פֿאַרשטיין אַזעלכע שטימונגען. די קאָמוניסטישע אידעאָלאָגיע און פּראַקטיק, בפֿרט אין די יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה, זײַנען געווען פֿאַרברעכערישע, מענטשן־פֿײַנטלעכע. מיליאָנען יחידים האָט מען אויסגעהרגעט צוליב זייער "ניט-ריכטיקער" אָנגעהעריקייט — צו אַ סאָציאַלער גרופּע, צו אַ פּאַרטיי, און אַזוי ווײַטער. יעדן מאָנטיק ווײַזט מען אויף דעם ערשטן קאַנאַל פֿון דער רוסישער טעלעוויזיע אַ פּראָגראַם, וואָס הייסט "וואַרט אויף מיר" (דאָס זײַנען ווערטער פֿון אַ באַקאַנט מלחמה-ליד פֿון דעם רוסישן דיכטער קאָנסטאַנטין סימאָנאָוו). מענטשן זוכן זייערע קרובֿים און פֿרײַנד. אַ סך געשיכטעס זײַנען טראַגישע, ממש האַרצרײַסנדיקע, פֿון די צײַטן ווען די סאָוועטישע סיסטעם האָט געמאַכט פֿאַר יתומים מיליאָנען קינדער. די וווּנדן פֿון יענער צײַט פֿילן זיך נאָך עד-היום.
פֿאַר אונדז, ייִדן, איז קאָמוניזם געווען שרעקלעך אויך מיט זײַן כּוח פֿון פֿאַרנאַרן טויזנטער לײַט, מאַכן פֿון זיי פֿאַנאַטיקער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם פֿלעק, וואָס די דאָזיקע פֿאַנאַטיקער האָבן איבערגעלאָזט אויף אונדזער נאַציאָנאַלער רעפּוטאַציע. זייערע מעשׂים פֿאַרשטעלן, בדרך-כּלל, די ליידן און טראַגעדיעס, וואָס די קאָמוניסטישע סיסטעם האָט געבראַכט דעם דורכשניטלעכן ייִד. מײַן זיידע, ירוחם מאַרגאָלין ז״ל, האָט תּמיד געטענהט (און געשראָקן דערמיט זײַנע טעכטער און איידעמס), אַז "היטלער און סטאַלין זײַנען די זעלבע גזלנים".
הקיצור, אין דעם זין בין איך אויף דער זײַט פֿון די אַנטי-קאָמוניסטיש געשטימטע מיזרח-אייראָפּעער. קאָמוניסטישע גזלעווויסטוועס מוז מען דאָקומענטירן, דערציילן וועגן זיי. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז איך האַלט אונטער דעם פֿאַרגלײַך צווישן די נאַציס און די קאָמוניסטן. קודם-כּל, איז עס פּשוט ניט ריכטיק. ביידע סיסטעמען זײַנען, בלי-ספֿק, געווען קרימינעלע, אָבער יעדע האָט געהאַט אייגענע מעטאָדן און צילן. גלזנים פֿון פֿאַרשיידענע קאַטעגאָריעס מישפּט מען לויט פֿאַרשיידענע געזעצן. אַזוי מוז עס זײַן אויך אין היסטאָרישע אָפּשאַצונגען.
עס איז פֿאַראַן אַן אַספּעקט אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון פֿאַרגלײַכן ביידע גזלנישע סיסטעמען, וואָס רופֿט אַרויס באַזונדערע באַוואָרענישן. די רייד גייט וועגן די באַמיִונגען פֿון אייניקע אולטראַ-נאַציאָנאַליסטן איבערצומישן קאָמוניזם מיט נאַציזם, כּדי אין דער דאָזיקער קאַשע באַגראָבן אויך די אינפֿאָרמאַציע וועגן די פֿאַרברעכנס, בפֿרט קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, מצד די היגע פֿאַשיסטן. אַזאַ טענדענץ פֿילט זיך אין אַ סך ערטער. ליטע וואַרפֿט זיך באַזונדערס אין די אויגן, ווײַל דאָרטן האָט מען זיך דערטראַכט צו באַשולדיקן עטלעכע געוועזענע ייִדישע פּאַרטיזאַנער; מע האָט זיי אַרויסגעשטעלט ווי (כּלומרשט) שולדיקע אין מערדערײַ בשעת דער מלחמה.
מע טאָר ניט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַרשווײַגן די פּרוּוון ריינצוּוואַשן די ליטווישע, לעטישע, אוקראַיִנישע און אַנדערע פֿאַשיסטן. ס’איז וויכטיק, אָבער, ניט צו פֿאַרגעסן דערבײַ וועגן די קאָמוניסטישע פֿאַרברעכער. סײַ די און סײַ יענע דאַרפֿן באַקומען אַ באַזונדערע און אַ ריכטיקע היסטאָרישע אָפּשאַצונג.