דער פֿאַרגאַנגענער מאָנטיק וועט זיך פֿאַרגעדענקען אין דײַטשלאַנד, ווי אַ טריומף פֿאַר דער ישׂראל־דײַטשישער פֿרײַנדשאַפֿט. צום ערשטן מאָל פֿאַר די לעצטע 60 יאָר איז פֿאָרגעקומען אַ בשותּפֿותדיקע זיצונג פֿון די צוויי מיניסטאָרן־קאַבינעטן אין שפּיץ מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל און דעם פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו.
דער וויזיט האָט זיך אָנגעהויבן אינעם בערלינער חורבן־מוזיי, וווּ נתניהו און מערקעל זײַנען אָנגעקומען אין איין צײַט. דערמיט האָבן, אַפּנים, ביידע צדדים געוואָלט ווײַזן, אַז מע האַלט זיך בײַ דער תּנ״כישער חכמה: אויך אין די טעג פֿון פֿרייד, געדענקט מען וועגן די טעג פֿון טרויער. אַז ישׂראל און דײַטשלאַנד בלעטערן איבער אַ נײַ זײַטל אין זייערע באַציִונגען, איז קלאָר געוואָרן נאָך דעמאָלט, ווען אַנגעלאַ מערקעל איז אויפֿגענומען געוואָרן אין ירושלים און האָט אָפּגעהאַלטן אַ רעדע אויף דײַטש אין דער כּנסת אין 2008. פֿון דעסטוועגן, האָט די איצטיקע טרעפֿונג באַשטעטיקט, אַז ביידע מלוכות זײַנען גרייט צו פֿאַראייניקן זייערע כּוחות, ווי צוויי סטראַטעגישע אַליִיִרטע.
אין אַ צײַט, ווען אַ נײַע סכּנה דראָט דער עקזיסטענץ פֿון ישׂראל, איז נישט איבערצושאַצן אַזאַ בונד. דײַטשלאַנד איז הײַנט צווישן די מעכטיקסטע מלוכות אין אייראָפּע, אַפֿילו נישט האָבנדיק אַזאַ אַנטוויקלטע אַרמיי, ווי למשל, עס האָט ענגלאַנד אָדער פֿראַנקרײַך. איר השפּעה אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד איז באמת אַ ממשותדיקע. צי וועט אָבער וועלן דײַטשלאַנד מאַכן דעם איינזאַמען שפּאַן כּלפּי ישׂראל, אויב די אַנדערע מיטגלידער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד וועלן זיך אין לעצטן מאָמענט אָפּטרייסלען פֿון די "ייִדישע צרות"?
יעדנפֿאַלס, אין דעם טאָג האָט ווי אַן ענטפֿער אויף נתניהוס פֿראַגע: אַז אויב נישט איצט, איז ווען וועלן אײַנגעפֿירט ווערן עפֿעקטיווע סאַנקציעס קעגן דער איראַנישער טיראַניע? — האָט מערקעל געענטפֿערט: "מיר האָבן שוין נישט איין מאָל גערופֿן איראַן צו אַ זאַכלעכער און קלאָרער קאָאָפּעראַציע. ביז אַהער האָבן מיר אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער נישט באַקומען. דעריבער מוזן מיר, ניט־אָפּלייגנדיק, זיך אָנצילן אויף אײַנצופֿירן סאַנקציעס קעגן איראַן".
צוויי דורות האָבן געזאָלט געבוירן ווערן, אַז אַזאַ טאָג זאָל קומען. צי איז עס אָבער גענוג פֿאַר די מענטשן, די שאריתן פֿון יענעם דור, וואָס איז אומגעבראַכט געוואָרן פֿון דער דײַטשיש־נאַצישער מאַשין, בײַ זײַן אונטערגאַנג צוצוזען אַזאַ "טריומף"?! די פֿראַגע וועט מסתּמא קיין מאָל נישט זײַן פֿאַרענטפֿערט. די טרייסט דאַרף, אַפּנים, זײַן די נאַציאָנאַלע מלוכישקייט גופֿא. דהײַנו: אין דער צוויי טויזנט־יאָריקער געשיכטע פֿון ייִדישן גלות, האָט מען די ייִדישע באַפֿעלקערונג נישט איין מאָל אַרויסגעטריבן און ווידער אַרײַנגעלאָזט אין די אייראָפּעיִשע לענדער. דאָך, זײַנען די ייִדן שטענדיק געווען "אויף קעסט", אַ "פֿרעמדער עלעמענט", ווי הויך זייער פּאָזיציע אין דער געזעלשאַפֿט זאָל נישט געווען זײַן. דער חורבן־אייראָפּע האָט עס קלאָר אַרויסגעוויזן. נאָר דער סטאַטוס פֿון אַן אומאָפּהענגיקער נאַציאָנאַלער מלוכה האָט דערמעגלעכט צו מאַכן אַזאַ טאָג פֿאַר אַ טריומפֿאַלן טאָג.
ייִדן לעבן מיט בטחון. און די איראָניע פֿון ייִדישן בטחון באַשטייט אין דעם, אַז מיר בלײַבן די ערשטע אַרויסגעשטעלט צו ווערן פֿאַר אַ סכּנה. אַזוי איז געווען ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַזוי איז אויך הײַנט. די חכמה פֿון דער איבעריקער וועלט בכלל, און פֿון דער מערבֿ־וועלט בפֿרט דאַרף זײַן וואָס גיכער און אַחריותדיקער אויפֿצונעמען די וואָרעניש, וואָס די ייִדן שיקן זיי פֿון זייער טויזנט־יאָריקער דערפֿאַרונג.
מעגלעך, אַז דווקא דײַטשלאַנד, וואָס האָט געליטן פֿון איר אייגענער גרויסמאַכטיקייט און טראָגט אין זיך נישט בלויז דעם שולד־גען פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, נאָר אויך דעם גען פֿון אַן אייגענעם אומקום, איז באַשערט אויף אַ נײַעם היסטאָרישן דריי צו דערהערן דעם ייִדישן אַלאַרעם און זיך אויף אים פֿאַרלאָזן.
און זאָל אונדז מוחל זײַן דאָס אַש פֿון די זעקס מיליאָן אומגעבראַכטע אינעם חורבן. קיין נײַעם חורבן וועלן מיר שוין נישט איבערלעבן.