|
David Bergelson.
The End of Everything. Translated and with an Introduction by Joseph Sherman. New Haven:
Yale University |
|
עטלעכע יאָר נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך ה. ד. נאָמבערג ביטער באַקלאָגט וועגן דעם געשמאַק פֿון די אַסימילירטע דײַטשישע ייִדן, וואָס לעכצן נאָך "עכטער" ייִדישקייט פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט "באָרד און פּאות, אַ פֿאַרקרימט פּנים פֿון יסורים, צעדולטע אויגן פֿון נאָך אַ פּאָגראָם." פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאָדערט מען "נישט אַנדערש ווי טיפֿע מיסטיק, פֿאַרגלאָצטע אויגן, גאָט, מלאכים, רביים און חסידים." יענע דײַטשישע ייִדן זײַנען שוין לאַנג נישטאָ,
אָבער זייערע השׂגות פֿון דער "עכטער" מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישקייט בלײַבן עד־היום קוראַנט צווישן דעם ענגליש־רעדנדיקן עולם.
נאָמבערג האָט זיך נאָסטאַלגיש דערמאָנט אין די "פֿעטע יאָרן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור" פֿאַר דער מלחמה, ווען "די גרעסטע דערגרייכונג, דער העכסטער אידעאַל איז געווען צו געפֿינען דאָס אייביק־מענטשלעכע" אינעם ייִדישן לעבן. דער יונגער ליטעראַרישער דור איז דעמאָלט געווען "גענוג ייִדיש, גענוג פֿאַרוואַקסן מיטן שורש, ער זאָל זיך קאָנען אָפּגעבן מיטן זוכן דאָס מענטשלעכע." צו די העכסטע ליטעראַרישע דערגרייכונגען פֿון יענער תּקופֿה געהערט דוד בערגעלסאָנס "נאָך אַלעמען", דער ערשטער מאָדערנער ראָמאַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
צוויי איבערזעצונגען פֿונעם ראָמאַן זײַנען אַרויס אין בערלין אין 1923. די דײַטשישע איבערזעצונג פֿון אַלכּסנדר עליאַסבערג, דעם באַקאַנטן דײַטשישן איבערזעצער פֿון טאָלסטוי און דאָסטאָיעווסקי, האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף די באַרימטע דײַטשישע שרײַבער טאָמאַס מאַן און אַלפֿרעד דעבלין. זי האָט אויסגעהאַלטן עטלעכע אויסגאַבעס, הגם די הײַנטיקע קריטיקער האָבן געוויסע טענות צו איר.
די אויטאָריזירטע רוסישע איבערזעצונג פֿון סאָפֿיע דובנאָוו איז פֿאַרבליבן אומבאַמערקט, און וואַרט נאָך אויף אַ געהעריקער אָפּשאַצונג. ווען אַ נײַע רוסישע איבערזעצונג איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1940, האָט מען זי אויפֿגענומען מיט גרויס התלהבֿות, ווי אַ זעלטן ליטעראַריש מײַסטערווערק פֿון דער פֿאַר־סאָוועטישער תּקופֿה. אויף ענגליש איז "נאָך אַלעמען" צום ערשטן מאָל דערשינען אין 1977 אין דער איבערזעצונג פֿון בערנאַרד מאַרטין, אָבער קיין גרויסן אָפּקלאַנג האָט דאָס בוך ניט באַקומען.
בערגעלסאָן שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע פּראָבלעם פֿאַר אַן ענגלישן איבערזעצער. זײַן סטיל איז אויסגעשליפֿן געוואָרן אונטער דער השפּעה פֿון דער רוסישער, פֿראַנצייזישער און סקאַנדינאַווישער ליטעראַטורן. כּלערליי רמזים אויף די ווערק פֿון טאָלסטוי, טשעכאָוו, קנוט האַמסון און גוסטאַוו פֿלאָבער זײַנען צעזייט איבער די זײַטן פֿון זײַנע ווערק. אַזוי ווי די ייִדישע קלאַסיקער, איז ער געווען אויסן צו שאַפֿן אַן אייגענעם לייענער, וואָס איז נאָך נישט געווען בנימצא.
אָבער להיפּוך צו שלום־עליכמס "פֿאָלקס־ליטעראַטור", האָט בערגעלסאָן געשריבן פֿאַרן מער געבילדעטן עולם, וואָס איז געווען באַהאַוונט סײַ אין דער ייִדישער, סײַ אין די אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן. אַזוי ווי זײַנע העלדן, האָט אויך זײַן לייענער זיך געפֿונען "צווישן צוויי וועלטן", נישט וויסנדיק, וווּהין צו גיין. אַזאַ מין לייענער איז שוין לאַנג מער ניטאָ, ער איז נעלם געוואָרן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה און דער רוסישער רעוואָלוציע.
אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט האָט זיך מיט יאָרן געשאַפֿן אַן אַנדערער אימאַזש פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, צוערשט, לויט דעם מוסטער פֿון שלום אַש און דערנאָך פֿון באַשעוויס. די נײַע איבערזעצונג פֿון "נאָך אַלעמען" פֿון יוסף שערמאַן, ע״ה, איז אַ העראָיִשער פּרוּוו צו שווימען קעגן דעם שטראָם. פּאַמעלעך און מיט גרויס התמדה וועבט שערמאַן דעם דינעם לײַוונט פֿון בערגעלסאָנס טעקסט. ער דערקלערט כּלערליי פּרטים און ניואַנסן אין פֿוסנאָטעס (וואָס זײַנען טריף־פּסול אין מאַסן־ליטעראַטור), און האַלט אָפּ דעם לייענער פֿון אײַלן זיך איבערצולייענען דעם טעקסט. אַזוי ווי אין זײַן איבערזעצונג פֿון בערגעלסאָנס "אָָפּגאַנג", שאַפֿט שערמאַן אַן אייגנאַרטיקן ענגלישן, "בערגעלסאָנישן" סטיל, וואָס איז בכּיוון ווײַט פֿון דער הײַנטיקער גערעדטער שפּראַך.
דאָס רובֿ ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש קאָן מען צעטיילן אויף צוויי מינים׃ "פּראָסטע" און "באַריידעוודיקע". דער ערשטער טיפּ נעמט דעם ייִדישן טעקסט און שרײַבט אים איבער מיט ענגלישע ווערטער, לויט די כּללים פֿון דער ענגלישער גראַמאַטיק. מען זאָרגט זיך ווינציק וועגן דעם סטיל, אַבי ס'זאָל זײַן קלאָר און אַקוראַט. דער צווייטער מין איבערזעצונגען איז אויסן נאָכצומאַכן אַ גערעדטע שפּראַך פֿון די "טראַדיציאָנעלע" ייִדן, ווען זיי רעדן ענגליש. צו דעם ערשטן מין געהערן דאָס רובֿ איבערזעצונגען פֿון אַש און באַשעוויס, צו דעם צווייטן — פֿון שלום־עליכם און מענדעלע.
פֿונעם סטיליסטישן שטאַנדפּונקט איז בערגעלסאָן דער היפּוך סײַ צו שלום־עליכם און סײַ צו באַשעוויסן. דער כּוח, וואָס טרײַבט זײַנע ערשטע ראָמאַנען און דערציילונגען, האָט ווייניק צו טאָן מיט אַ געשפּאַנטער אינטריגע (ווי בײַ באַשעוויסן) אָדער מיט דער ענערגיע פֿון מאָנאָלאָגישע רייד (ווי בײַ שלום־עליכם). סטיל איז בײַ בערגעלסאָנען דער עיקר, און סטיל לעבט אין זײַנע ווערק אומאָפּהענגיק פֿון די העלדן. זײַן סטיל איז אַ צוועק פֿאַר זיך, ניט קיין מיטל פֿאַר אויסמאָלן פּאָרטרעטן און שטימונגען. אין תּוך גענומען, רעדן אַלע זײַנע פּערסאָנאַזשן גאַנץ ענלעך, אויף אַ פֿאַרדומפּענעם קול. זיי וווינען אין אַ פֿאַרכּישופֿטער קלעפּיקער לופֿט, וואָס מאַכט זיי שלעפֿעריק און פּאַסיוו.
ווי עס באַמערק שערמאַן אין זײַן הקדמה, זײַנען אַלע העלדן פֿונעם ראָמאַן פֿאַרטאָן אין זוכענישן פֿון גליק, אָבער צום סוף, "נאָך אַלעמען", קומען זיי אַלע צום פֿאַרשטאַנד, אַז דאָס גליק לאָזט זיך ניט דערגרייכן. אַזאַ מין סוף פּאַסט זיך ניט צו דעם פֿאַרשפּרייטן באַגריף וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די איצטיקע מײַסטערהאַפֿטיקע איבערזעצונג וועט ענדערן די דאָזיקע השׂגה.