מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַפֿיש פֿונעם "גאָלדענעם פֿעסטיוואַל 2010" אַ יערלעכע אונטערנעמונג אין ניו־יאָרק פֿאַר באַלקאַנישער פֿאָלקמוזיק
אַפֿיש פֿונעם "גאָלדענעם פֿעסטיוואַל 2010" אַ יערלעכע אונטערנעמונג אין ניו־יאָרק פֿאַר באַלקאַנישער פֿאָלקמוזיק

דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס, דעם 16טן יאַנואַר, איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער "גאָלדענער פֿעסטיוואַל", וואָס דער באַלקאַנישער מעש־אָרקעסטער "זלאַטנע אוסטע" [גאָלדענע ליפּן] אָרגאַניזירט אין צפֿון־מאַנהעטן. דאָס יאָר האָט מען געפּראַוועט 25 יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געדויערט פֿון 6:00 אַ זייגער אין אָוונט ביז 3:00 אַ זייגער בײַ נאַכט. אויף דרײַ גאָרנס קען מען הערן פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע גרופּעס, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין דער מוזיק פֿון צפֿון־גריכנלאַנד (מאַקעדאָניע), בולגאַריע, סערביע און ראָמאַ (ציגײַנער). דאָ און דאָרט, צווישן די 50 קאַפּעליעס, קען מען אַ מאָל אויך הערן נישט־באַלקאַנישע גרופּעס, וואָס שפּילן סקאַנדינאַווישע, רוסישע, מאָלדאַווישע און קלעזמער־מוזיק. צום ערשטן מאָל האָט מען דאָס יאָר אָרגאַניזירט אַ סעסיע פֿון ייִדישע פֿאָלקסזינגער מיט דער באַטייליקונג פֿון מיישקע אַלפּערט, קאַראָל פֿרימאַן, פּערל טייטלבוים, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, דזשאַנעט לויכטער, אסתּר גאָטעסמאַן און אַני־הקטן.

ווען מע באַקענט זיך מיט די אָנפֿירנדיקע מוזיקערס און אָרגאַניזירערס פֿונעם "גאָלדענעם פֿעסטיוואַל", דערוויסט מען זיך, אַז ס׳רובֿ פֿון זיי זענען ייִדן, און קענען אַפֿילו ייִדיש. דער דירעקטאָר פֿון "זלאַטנע אוסטע", דער ניו־יאָרקער ייִד, מײַקל גינזבורג, האָט אָנגעהויבן לערנען באַלקאַנישע טענץ נאָך אין 1962 און קען רעדן בולגאַריש, סערבאָ־קראָאַטיש און רוסיש. עטל ריים און מאַרטין קעניג, בויערס פֿון דער באַלקאַנישער פֿאָלקמוזיק־באַוועגונג אין אַמעריקע, זענען אויפֿגעוואַקסן מיט ייִדיש.

אַזוינע וויכטיקע פֿיגורן אין קלעזמער־מוזיק, ווי מיישקע אַלפּערט און זאבֿ פֿעלדמאַן, האָבן זיך יאָרן לאַנג אָפּגעגעבן מיט דער מוזיק פֿון די באַלקאַנען. אָבער יעדער פֿון זיי האָט זײַן, אָדער איר, אייגענע געשיכטע, ווי דער וועג האָט געפֿירט פֿון באַלקאַנישער צו ייִדישער מוזיק. די זינגערין און לערערין עטל ריים, למשל, איז געווען פֿון די ערשטע צו רעקאָרדירן מוזיק פֿון די באַלקאַנען און מיזרח־אייראָפּע. אין דער צײַט, ווען די פֿאָלקמוזיק־באַוועגונג אין אַמעריקע האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבערן לאַנד, און געשטעלט דעם טראָפּ נאָר אויף אַמעריקאַנער מוזיק, איז דער אויפֿקום פֿון פֿאָלקסלידער פֿון אַזוינע "ווילדע, פֿרעמדע" לענדער ווי בולגאַריע און סערביע געווען אַ חידוש. ערשט 20 יאָר שפּעטער, אין די 1980ער יאָרן, האָט זיך אויף אַן ערנסטן אופֿן אָנגעהויבן די וועלט־מוזיק־באַוועגונג.

ריים איז אויפֿגעוואַקסן אין די לינקע ייִדישע קרײַזן, אין די "אָרדן־פֿאָלקשולן" און, בפֿרט, אין דער זומער־קאָלאָניע "קינדערלאַנד", אין די 1940ער און 1950ער יאָרן. אין "קינדערלאַנד", דערציילט ריים, האָבן די קעמפּער געזונגען ייִדישע, רוסישע און אַנדערע פֿרעמד־שפּראַכיקע לידער אין כאָרן, און אין דער טראַדיציע איז זי אויפֿגעוואַקסן. אָבער זי פֿלעג זיך אַוועקגנבֿענען צו דער קעמפּזײַט פֿון די דערוואַקסענע, די טאַטע־מאַמעס, די עלטערע אויפֿפּאַסערס, וווּ מע פֿלעג זיך אַוועקזעצן אויף בענק פֿאַרן עסן, און זינגען זעלטענערע פֿאָלקסלידער אין אַ סאָלאָ־טראַדיציע.

צוזאַמען מיט אירע פֿרײַנד האָט זי געשאַפֿן די גרופּע די "פּעניוויסטלער" [אַזאַ מין פֿלייטל] בײַם אָנהייב 1960ער יאָרן; זעקס יונגע פֿרויען, וועלכע האָבן געזונגען, געוויינטלעך, אָן קיין שום מוזיקאַלישער באַגלייטונג. די "פּעניוויסטלער" האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די ווײַטערדיקע ייִדישע און באַלקאַנישע פֿאָלקמוזיק־ענטוזיאַסטן אין אַמעריקע. זיי האָבן רעקאָרדירט צוויי פּלאַטעס פֿון ייִדישע, ענגלישע, רוסישע, בולגאַרישע און סערבישע לידער אינעם סטיל פֿון בולגאַרישע פֿרויען־גרופּעס. ריים דערציילט, אַז דער מוסטער אין דעם פּרט פֿאַר איר איז געווען דער בולגאַרישער "פֿיליפּ קוטעוו־נאַציאָנאַלער אַנסאַמבל", געשאַפֿן אין די 1950ער יאָרן.

אין 1968 האָט זי, צוזאַמען מיט מאַרטי קעניג, געגרינדעט דעם "באַלקאַנישן קונסט־צענטער" אין ניו־יאָרק. "די צײַט פֿאַר אַזאַ אונטערנעמונג איז געווען פּערפֿעקט", זאָגט זי, "ווײַל די אימיגראַציע־קוואָטעס אין לאַנד זענען לויזער געוואָרן אין 1965, און אַ שטראָם פֿון אימיגראַנטן פֿון דרום־מיזרח־אייראָפּע איז אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, לאָס־אַנדזשעלעס און שיקאַגע מיט זייערע אויסערגערוויינטלעכע פֿאָלקס־קינסטלער, מוזיקער און זינגער".

ריים האַלט, אַז איין סיבה וואָס ייִדן זענען געוואָרן אַקטיוו אין דער באַלקאַנישער מוזיק־"באַוועגונג", שטאַמט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָלקטאַנץ־באַוועגונג אין אַמעריקע, וואָס איז זיך צעוואַקסן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. "די ייִדישע טענץ דעמאָלט זענען באַשטאַנען פֿון די נײַ־געשאַפֿענע ישׂראלדיקע פֿאָלקטענץ; וועגן די עלטערע מיזרח־אייראָפּעיִשע טענץ, ווי בולגאַר, האָנגאַ, אַפֿילו שער, האָבן נאָר געציילטע געוווּסט", האַלט זי. "די באַלקאַנישע טענץ, אָבער, זענען געווען שוין אין גאַנצן באַקאַנט און אויסגעאַרבעט און געמאַכט אַ רושם אויף טענצער מיט זייער ענערגיע". ערשט אין די לעצטע 20 יאָר האָט מען אָנגעהויבן לערנען ייִדישע טענץ פֿון מיזרח־אייראָפּע, אַ דאַנק מיישקע אַלפּערט און זאבֿ פֿעלדמאַן.

ד״ר זאבֿ פֿעלדמאַן איז אויפֿגעוואַקסן אין בראָנקס אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה צווישן טערקישע ייִדן, און ער פֿלעג באַגלייטן זײַן טאַטן צו די יעדעניצער (בעסאַראַביע) לאַנדסמאַנשאַפֿט־שׂימחות אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט אויפֿגעכאַפּט זייערע ייִדישע טענץ. שפּעטער איז ער געווען אַן אָפֿטער גאַסט בײַ די גריכישע, טערקישע און אַלבאַנישע קלובן אויף דער 8טער עוועניו אין מאַנהעטן און דאָרטן געהוליעט. ער איז צוריק געקומען צו דער ייִדישער מוזיק־וועלט, ווען ער האָט אויסגעפֿונען, אַז דער לעגענדאַרער קלאַרנעטיסט, דייוו טאַראַס, לעבט נאָך אין קאָני־אײַלאַנד. ער און אַנדי סטאַמאַן האָבן באַקומען אַ סובסידיע צו לערנען מיט טאַראַס, און זייער פּלאַטע — "ייִדישע קלעזמער־מוזיק" — אין 1979, איז געווען די ערשטע אין דער קלעזמער־באַוועגונג.

דער זינגער מיישקע אַלפּערט איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישער ליטווישער היים, אָבער ער האָט זיך פֿאַרליבט אין די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון יוגאָסלאַוויע און איז אַהין געפֿאָרן נאָך זײַענדיק אַ צענערלינג. אַ געוואַלדיק פֿעיִקער אין שפּראַכן, האָט אַלפּערט זיך אויסגעלערנט סערבאָ־קראָאַטיש, און די אַנדערע שכנותדיקע שפּראַכן, ווי אויך די לידער פֿון די קולטורן. אין די סוף 1970ער יאָרן, ווען מע האָט אָנגעהויבן צוטיילן סובסידיעס פֿאַר פֿאָלקמוזיק, האָט ער אויך באַקומען איינע פֿון זיי פֿאַרן ייִדישן פֿאָלקסגעזאַנג.

די זינגערין קאַראָל פֿרימאַן האָט אויך באַקומען אַזאַ סובסידיע פֿאַר ייִדישער פֿאָלקמוזיק. זי איז הײַנט אַ באַקאַנטע לערערין אין ניו־יאָרק פֿון ייִדישע, גריכישע און בולגאַרישע סטילן פֿון פֿאָלקגעזאַנג. ביז דער צײַט פֿון באַקומען די סובסידיע האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיטן באַלקאַנישן פֿאָלקסגעזאַנג, אָבער דערנאָך האָט זי אויסגעפֿאָרשט, געפֿונען און רעקאָרדירט עלטערע ייִדישע פֿאָלקסזינגערס אין ניו־יאָרק — "דער צוצי־קראַפֿט פֿאַר מיר האָט זיך גענומען פֿון די דאָזיקע עלטערע זינגערס — אַזוינע אויסערגעוויינטלעכע זינגערס מיט געוואַלדיקע ביאָגראַפֿיעס און מעשׂיות... דער אינטערעס צום עלטערן סטיל פֿון פֿאָלקסגעזאַנג איז, אָבער, צום באַדויערן, נאָך אַלץ נישט אַזוי פּאָפּולער..."

עס זעט אויס, אַז ווען "מע גיט אַ קראַץ" בײַ אַ סך פֿון די הײַנטיקע ייִדישע פֿאָלקזינגערס און קלעזמאָרים, וועט מען געפֿינען אַ פֿריִערדיקע פֿאַרבינדונג צו דער באַלקאַנישער פֿאָלקמוזיק. הײַנט טרעטן אויף די קינסטלער מיט לידער און טענץ פֿון ביידע קולטורן, אָן שום פּראָבלעם, און די ייִדישע מוזיקאַלישע וועלט ווערט באַרײַכערט אַ דאַנק דעם.