פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זיין 40סטן יאָרצײַט

י. גויכבערג איז געווען אַ לערער אין די ייִדישע שולן, וואָס זײַנע לידער זײַנען געווען דעקלאַמירט און געזונגען פֿון פֿיל שילערס. איך אַליין האָב געזונגען די פּאָפּולערע לידער "די מאַמע האָט דרײַ ייִנגעלעך", "קאַרוסעלן", "פּאַווינקע־טשיקאַווינקע" א״אַנד. יעדן פּסח, אויף דעם דריטן סדר פֿון "אַרבעטער־רינג", האָט מען רעציטירט זײַן ליד "זײַט געגריסט":

פֿון אַ לאַנד וואָס ליגט ווײַט איבער ימען
כ׳שיק אַ האַרציקן וואַרעמען בריוו
צו די ברידערלעך, שוועסטערלעך מײַנע
אין דער ייִדישער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ.

עס האָבן די זיידעס און טאַטעס
אַ ליכטיקן חלום געהאַט;
אַ היים פֿאַר די זין פֿון ישׂראל
צו לעבן געזיכערט און זאַט.

עס האָבן די זיידעס געחלומט,
געחלומט בײַ טאָג און בײַ נאַכט,
און איר האָט גענומען דעם חלום
און חלום פֿאַר אמת געמאַכט.

איר האָט מיטן אייגענעם אָטעם
געטריקנט די זומפּן פֿון לאַנד,
די שטיינער און דערנער געריסן
מיט מידער, מיט בלוטיקער האַנט.

געווייקט און געבאָדן די זאַמדן,
ביז וואַנען די ערד האָט דערוואַכט,
און ס׳האָבן די פֿרוכטן און גרינסן
זיך זוניק און פֿריידיק צעלאַכט.

געהאָפֿט און געבעטן אויף שלום,
נאָר מוטיק און זיכער און פֿעסט
געגרייט זיך אַנטקעגן דעם שׂונא
צו שיצן די אייגענע נעסט.

איצט קוועלט אָן מײַן האַרץ פֿון דער ווײַטנס
און ס׳רײַסט זיך אַרויס פֿון מײַן בריוו
מײַן ברכה אויף אײַך, מײַנע ליבע,
אין דער זוניקער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ.

אין דער רעציטאַציע האָט מען געביטן די שורה פֿון תּל־אָבֿיבֿ אויף "מײַן ברכה אויף אײַך, מײַנע ליבע אין ירושלים, חיפֿה און תּל־אָבֿיבֿ".

צו זײַן פּאָפּולער ליד "דרײַ ייִנגעלעך" האָבן נ. זאַסלאַווסקי און מיכל געלבאַרט געשאַפֿן חנעוודיקע מעלאָדיעס, וואָס מע האָט אָפֿט געזונגען אין די שולן. די ווערטער־שפּילן אין ליד זײַנען געפֿעלן די קינדער.

די מאַמע האָט דרײַ ייִנגעלעך,
דרײַ ייִנגעלעך געהאַט,
מיט ווייכע רויטע בעקעלעך,
ווי צאַרטער סאַמעט גלאַט.

האָט איינס געהייסן בערעלע —
דאָס צווייטע — חיים־שמערעלע —
דאָס דריטע האָט געהייסן —
מע זאָל אים קויפֿן שיך.

איך האָב אײַך אַפּגענאַרט,
איך האָב געוווּסט: איר וואַרט,
דאָס דריטע קליינע ייִנגעלע,
דאָס דריטע דאָס בין איך.

די מאַמע האָט דרײַ ניסעלעך
פֿון דעם יאַריד געבראַכט.
דרײַ גוטע פֿעטע ניסעלעך,
דרײַ ניסעלעך אַ פּראַכט.

איז איינס געווען פֿאַר בערעלען,
און איינס פֿאַר חיים־שמערעלען,
און גאָר דאָס לעצטע ניסל —
האָט זי געלאָזט פֿאַר זיך.

איר וווּנדערט זיך אַ ביסל,
פֿאַר וואָס ניט מיר אַ ניסל?
ווײַל ניסן, ניסן, ניסעלע,
דאָס דריטע דאָס בין איך.

די מאַמע האָט אַהיים געבראַכט
דרײַ ניסעלעך און מיך,
דרײַ ניסעלעך פֿאַר די ברידערלעך,
און מיר צוויי נײַע שיך.

ס׳איז פֿאַראַן אַ ליד פֿון י. גויכבערג, וואָס איך האָב אויסגעלערנט אויסנווייניק ווען איך בין געגאַנגען אין עלעמענטאַר־שול אין די דרײַסיקער יאָרן, וואָס איך רעציטיר יעדן יאָר חנוכּה. איך האָב אַ מאָל געטראָפֿן אַן אַנדער געוועזענער שילערין, רייזל ברעזניק־פּערי און מיר האָבן ביידע רעציטירט דאָס גאַנצע ליד. ס׳איז זייער ריטמיש מיט גוטע גראַמען, און ס׳נעמט אַלע מאָל אויס:

מיט הונדערטער, הונדערטער יאָרן צוריק,
ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געלעבט נאָך אין גליק,
אין זײַן אייגענעם לאַנד און איז פֿרײַ נאָך געווען,
איז אַ שרעקלעכע, שרעקלעכע מעשׂה געשען:
אַ קיניג אַ בייזער מיט שווערד אין דער האַנט
איז אַרײַן מיט זײַן חייל אין ייִדישן לאַנד,
אַנטיוכוס הרשע — דער גיפֿטיקער האַר,
וואָס האָט אונדז פֿאַרשאַפֿן פֿיל צרות און צער.
ער האָט זיך צעלייגט ווי אַ שטאָט־באַלעבאָס
און געגעבן באַפֿעלן: טו דאָס און טו דאָס,
און הילפֿלאָז געווען איז דאָס פֿאָלק אין זײַן בראָך,
געקרעכצט און געטראָגן דעם ביטערן יאָך.
נאָר ס׳ערגסטע פֿון אַלץ איז געקומען צום סוף —
אַזאַ מיאוסער באַפֿעל, אַזאַ גרויזאַמע שטראָף!

"איך קיניג אַנטיוכוס באַפֿעל אײַך אַזוי:
יעדער ייִדישער מאַן, יעדע ייִדישע פֿרוי
און אַפֿילו דאָס מינדסטע ייִדישע קינד,
זיי טאָרן קיין ייִדן נישט זײַן מער אַצינד,
נאָר גריכן, נאָר גריכן מוזן אַלע איצט זײַן,
און ריידן די גריכישע שפּראַך, וואָס איז פֿײַן,
און בוקן זיך נאָר צו דעם גריכישן גאָט,
און הערן און פֿאָלגן מײַן יעדן געבאָט,
און וועט מען ניט פֿאָלגן — דאַן שינד איך די הויט,
און כאַפּ איך אַ ייִדן — באַלד גיב איך אים טויט".

אַך, וואָס פֿאַר אַ צרות און שרעקלעכן צער
עס האָט אונדז פֿאַרשאַפֿן דער גריכישער האַר,
נאָר ענדלעך, ווען יאָך איז געוואָרן צו שווער,
האָט דערהערט זיך אַ שטימע: איך קאָן שוין נישט מער!
צו גרויס די יסורים, צו שווער איז די שאַנד,
שטייט אויף אַלע ייִדן פֿאַר פֿאָלק און פֿאַר לאַנד!

יאָ, ס׳האָט זיך געפֿונען אַ מוטיקער העלד,
מתּתיהו הכּהן, ר׳האָט זיך קעגנגעשטעלט,
נישט געלאָזט צו פֿאַרשקלאַפֿן זײַן פֿאָלק און זײַן לאַנד
און געשלאָגן דעם שׂונא מיט שווערד אין דער האַנט.
עס איז אים, דעם רשע, אָנגעגאַן גלאַט,
פֿינף העלדישע זין האָט מתּתיהו געהאַט,
נאָר דער העלד צווישן העלדן איז יהודה געווען,
אַך, וואָס פֿאַר אַ קעמפֿער דאָס פֿאָלק האָט געזען,
צעקלאַפּט האָט יהודה דעם שרעקלעכן פֿײַנד,
און ס׳איז ליכטיקער יום־טובֿ פֿאַרבליבן ביז הײַנט,
אַ יום־טובֿ פֿון פֿרײַהייט פֿאַר פֿאָלק און פֿאַר לאַנד,
אַ חנוכּה־יום־טובֿ, אַכט טעג נאָך אַנאַנד.

מע קען דאָס ליד אַפֿילו זינגען מיט דער מעלאָדיע פֿון "טום־באַלאַלײַקע".

די לידער פֿון י. גויכבערג זײַנען אַלע שפּילעוודיק און זײַנען אַ פֿאַרגעניגן צו זינגען און רעציטירן. לכּבֿוד דעם 100סטן יובֿל פֿון די ייִדישע שולן וואָס די "ייִדיש־ליגע" פּראַוועט מיט אונדז, איז גוט צו דערמאָנען דעם דיכטער־לערער, י. גויכבערג, פֿאַר זײַן חנעוודיקן בײַטראָג.