דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר אין דײַטשלאַנד, איז שווער אָנצורופֿן אַ געלונגנס, בפֿרט עקאָנאָמיש. אַוודאי, איז קיין קראַך נישט געשען, ווי מ'האָט געשרעקט די באַפֿעלקערונג בײַם אָנהייב פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס. ווי אין אַנדערע מערבֿ־לענדער, האָט אויך די דײַטשישע רעגירונג אַרײַנגעפּאָמפּעט ריזיקע מיטלען (קנאַפּע 80 מיליאַרד יוראָ) אין די בענק און גרויסע אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן שוין געהאַלטן בײַם באַנקראָטירן, און דערמיט "אָפּגעשפּראָכן די גזירה".
חוץ דעם, איז דווקא דײַטשלאַנד געווען די ערשטע אײַנצופֿירן די אַזוי גערופֿענע מלוכישע פּרעמיע־פּראָגראַם צו אוטיליזירן די אַלטע אויטאָס. אין רעזולטאַט דערפֿון איז דער פֿאַרקויף פֿון נײַע אויטאָס געשטיגן.
אמת, אָט די און אויך אַנדערע שריט, ווײַט פֿון די עקאָנאָמישע מאַרק־געזעצן, האָבן דערמעגלעכט אויסצומײַדן דעם קראַך פֿון דער באַנק־סיסטעם, קוים אָפּגעהאַלטן דאָס פֿאַלן פֿון דער אינדוסטריע און דעם וווּקס פֿון אַרבעטלאָזיקייט. פֿון דעסטוועגן, האָט די דײַטשישע עקאָנאָמיע אין יאָר 2009 איבערגעלעבט אַ מסוכּנע ירידה, די גרעסטע זינט דער גאַנצער נאָך־מלחמהדיקער געשיכטע. דעם 13טן יאַנואַר האָט די פֿעדעראַלע סטאַטיסטישע ביוראָ פֿאַרעפֿנטלעכט איר באַריכט, באַגרינדעט אויף די רעזולטאַטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. איז אָט, אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2008, איז די אינערלעכע ברוטאָ־פּראָדוקציע (אי.ב.פּ) אין דײַטשלאַנד געפֿאַלן אויף 5%. (אין 2008 איז די דײַטשישע עקאָנאָמיע געשטיגן אויף 1.3%, מיט אַ יאָר פֿריִער — מיט 2.5%)
ווי עס ווײַזן אָן די פּאָליטיקער, קומט די ירידה פֿאָר צוליב דעם, וואָס ס'איז געפֿאַלן דער עקספּאָרט. ווי באַוווּסט, איז הײַנט כינע געוואָרן דער ערשטער עקספּאָרטער אין דער וועלט. נעגאַטיוו האָט זיך אָפּגערופֿן אויף דער עקאָנאָמיע דאָס פֿאַלן פֿון אינוועסטיציעס — זיך אָפּגעבריט אויף הייס מילך, בלאָזט מען איצט אויף קאַלט וואַסער; אַנדערש געזאָגט — מע גיט נישט בכלל קיין קרעדיטן, אָדער מע גיט אויף משוגענע פּראָצענטער. ווי אַ פּועל־יוצא דערפֿון, האָט עס נישט דערמעגלעכט דײַטשלאַנד אויסצופֿירן די פֿאַרפֿליכטונגען, געגעבן דעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דער דעפֿיציט פֿונעם מלוכה־בודזשעט גרייכט צו 3.2% אי.ב.פּ, הגם ס'דאַרף זײַן נישט מער פֿון 3%. איצט וועט דאָס לאַנד געשטראָפֿט ווערן אויף אַ ממשותדיקער סומע.
אמת, אינעם באַריכט פֿון דעם פֿעדעראַלן סטאַטיסטיק־ביוראָ ווערט באַטאָנט, אַז אינעם צווייטן קוואַרטאַל פֿון פֿאַראַיאָרן האָבן זיך באַוויזן פּאָזיטיווע טענדענצן. נאָך מער, די רעגירונג פּראָגנאָזירט, אַז אין יאָר 2010 וועט דער ברוטאָ־פּראָדוקט שטײַגן אויף 1.5%. מיט די אַלע און אויך אַנדערע ציפֿערן באַמיט זיך די מאַכט איבערצוצײַגן די געזעלשאַפֿט, אַז די רעצעסיע אין דײַטשלאַנד האָט זיך פֿאַרענדיקט. אָבער די געזעלשאַפֿט שטעלט אַלץ נײַע פֿראַגעס: צי קאָן מען זיך פֿאַרלאָזן אויף די סטאַביליזירנדיקע בײַטן? צי וועט זיך נישט אָנהייבן אַ נײַע קריזיס־כוואַליע, וואָס עס זאָגן פֿאָרויס געוויסע עקאָנאָמיסטן? ענטפֿערס אויף די פֿראַגן זוכן אומאָפּהענגיקע פֿאָרשער און עקספּערטן אין געביט פֿון עקאָנאָמיע. זיי זוכן, אָבער האָבן נאָך ביז אַהער נישט געפֿונען... אויב דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ, שרײַבן די דײַטשישע צײַטונגען, באַמיט זיך כאָטש דערגרונטעווען צו די קריזיס־סיבות, און פֿאָדערט דערבײַ, אַז די מלוכה־קרעדיטן, וואָס די בענק האָבן באַקומען, זאָלן ווערן אומגעקערט צוריק, הערט מען וועגן דעם נישט קיין איין וואָרט אין דײַטשלאַנד.
מע דאַרף אָנערקענען, אַז דער ערשטער, ווער ס'האָט זיך קעגנגעשטעלט די "גיריקע באַנקירן", איז געווען דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט ניקאָלאַ סאַרקאָזי. ער האָט פֿאָרגעלייגט אָנצונעמען אַ געזעץ, וואָס זאָל באַגרענעצן די סומע פֿון פּרעמיעס פֿאַר דער באַנק־אַדמיניסטראַציע. גלײַך נאָך אים האָט זיך אויף "אירע" באַנקירן אַרויפֿגעוואָרפֿן די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל. אָבער זי האָט זיי גערופֿן צו זײַן "באַשיידענער", הגם, אין פּאָליטישן זין, דערלויבט איר די מאַכט אָנצונעמען שטרענגערע מיטלען. אין די פֿאָריקע פֿיר יאָר פֿון איר ממשלה האָט מערקעל געהאַט אַ תּירוץ, אַז די סאָציאַל־דעמאָקראַטן, די רעגירונגס־שותּפֿים, שטערן איר דורכצופֿירן די נייטיקע באַנק־רעפֿאָרם; וואָס זשע שטערט עס איר דורכצופֿירן די לעבנסוויכטיקע רעפֿאָרם איצט? ס'איז דאָך קלאָר, אַז די אַלע שמועסן אַרום די "גיריקע באַנקירן" און זייערע אַסטראָנאָמישע פּרעמיעס, זײַנען נישט מער ווי מעדיאַ־פּליאָטקעס, כּדי צו באַרויִקן דעם פֿאַרביטערטן המון.
די עיקר־פּראָבלעם שטעקט נישט אין דעם, נאָר אין דער הײַנטיקער פֿינאַנץ־סיסטעם; און נישט בלויז אין דײַטשלאַנד טויג זי נישט, נאָר אין דער גאָרער וועלט, וואָס נייטיקט זיך אין אַ נײַער רעגוליר־שיטה, וואָס וואָלט אויסגעשלאָסן אַזעלכע פֿלייצשטראָמיקע פּראָצעסן, וואָס ברענגען צו באַנקראָטירונג און פֿאַרשידענע מיסברויכן. וואָס זשע דאַרף איצט טאָן דײַטשלאַנד? אפֿשר מיינט איר, אַז עס גייען אָן אין לאַנד שאַרפֿע דיסקוסיעס אויף דער טעמע, אָדער עס ווערן אַרויסגערוקט פֿאַרשיידענע אידעען און פּראָיעקטן? אפֿשר זאָגט די רעגירונג צו צו לייזן אַזוי אָדער אַנדערש די דאָזיקע פּראָבלעם, און די אָפּאָזיציע קריטיקירט און לייגט פֿאָר אירע אייגענע פּלענער?
עס הייבט זיך נישט אָן און עס לאָזט זיך נישט אויס! עס שווײַגט די קאַנצלערין, עס שווײַגן אירע מיניסטאָרן. עס עס האָבן אָנגענומען וואַסער אין מויל אַלע פֿירער פֿון די אָפּאָזיציע־פּאַרטייען. אַלע שווײַגן, ווי ס'וואָלט גאָרנישט ניט געשען; ווי דאָס לאַנד וואָלט נישט געשטאַנען אויפֿן ראַנד פֿון אַ שרעקלעכער קאַטאַסטראָפֿע. זיי שווײַגן און האָפֿן, אַ פּנים, אַז אַלץ וועט דערלייזט ווערן פֿון זיך אַליין... ביז אַ צווייטן קריזיס.