ראָש־השנה
פֿון י. י. סיגאַל
נײַ־יאָר טוט זיך אָן אין יום־טובֿ,
זומער — יום־טובֿדיק אין זײַד,
כאָטש דער זומער אײַלט שוין אונטער,
שטייט שוין באַלד פֿון יענער זײַט.
זע נאָר, ייִדיש ייִנגעלע טײַערס,
סאַראַ געסט עס קומען אָן;
ראָש־השנה מיט אַ שופֿר,
שׂימחת־תּורה מיט אַ פֿאָן.
אַלטע געסט און אייביק נײַע,
תּמיד אַנגעלייגט און ווויל,
זון און פֿרייד אין זייערע אויגן,
זיסער שמייכל אויפֿן מויל.
עפֿן אויף דאָס שיינע טויערל
פֿונעם מחזור און קוק אַרײַן,
תּפֿילות ווי די גאָלדענע בעכערלעך
מיט געבענטשטן זיסן ווײַן.
תּפֿילות — זילבערנע עטרות
איבער אײַערע פֿרומע קעפּ;
דאַרפֿן מיר נישט גאָט צו דאַנקען,
וואָס מיר האָבן עס דערלעבט?
דאַרף מען נישט קיין ברכה מאַכן,
וואָס מיר טרעפֿן זיך נאָך הײַנט
מיט דעם שיינעם ראָש־השנה
און מיט אַלע גוטע פֿרײַנד!
לשנה־טובֿה
פֿון י. גויכבערג
נישט מיט גלעקער, נישט מיט פֿאָנען,
נישט מיט פֿאַרביקע באַלאָנען
זײַנען מיר מקבל־פּנים
אונדזער ייִדיש יאָר.
הענגט אַ וואָגשאָל פֿאַר די אויגן,
שטייסטו מיטן קאָפּ געבויגן,
ווען דײַן גורל ווערט געווויגן —
וויגט זיך אויף אַ האָר.
האָסטו וויי געטאָן אַ שכן,
ביסטו אין יענעמס גבֿול פֿאַרקראָכן,
האָסטו הייליק וואָרט געבראָכן —
וויינט אין דיר דײַן בלוט.
האָסטו פֿון דײַן לעצטן ביסן
כאָטש אַ ברעקל אָפּגעריסן
יענעמס הונגער צו פֿאַרזיסן —
ווויל איז דיר און גוט.
בלײַבן זאָל קיין שפּור פֿון שׂינאה,
נישט קיין וואָלקן פֿון קיין קינאה,
און אין אויג קיין בייזע מינע
אויפֿן נײַעם יאָר.
פֿרייד און פֿריד אין אַלע שטיבער,
האָסט צעקריגט זיך, בעט זיך איבער,
זאָל פֿאַר אונדז דער יום־טובֿ ליבער
שײַנען העל און קלאָר.
אין מחזור פֿון מײַן זיידן
פֿון לעאָן בערטיש
איך האָב געפֿונען
שטילע טרערן אויף די בלעטלעך
אין דעם מחזור פֿון מײַן זיידן;
פֿאַרקליבענע — ווי די פּערל,
אין די אותיות — אין ליידן.
איך האָב געפֿונען
אין דעם מחזור פֿון מײַן זיידן
טרויעריקע זיפֿצן — סתּם;
רוישנדיקע ווי די כוואַליעס,
ווען עס זידט און קאָכט דער ים.
איך האָב געפֿונען
אין דעם מחזור פֿון מײַן זיידן
גוטע, קלוגע, פֿרומע אויגן
פֿון מײַן פֿאָטער, ווען ער בעט זיך
בײַ די תּפֿילות אָנגעבויגן.
איך האָב געפֿונען
אין דעם מחזור פֿון מײַן זיידן
די שול מיט יום־טובֿדיקן עולם
און דעם חזן בײַ דעם עמוד
זינגענדיק דעם "אָדון־עולם".
און מײַנע באָבעס ביידע,
אָן אַ שיעור רדיפֿות,
אָבער גאַנץ געבליבן, גאַנץ און מער
פֿאַראייניקט
סאַמע קומער, סאַמע יאָמער
און אַ וויי, אַ וויי אַ שטומער
פֿאַר די וווּנדערלעכע לוחות!
לשנה־טובֿה
פֿון פּ. מ. ראַסקין
ריין און אומשולדיק און זויבער,
אומבאַפֿלעקט און הימל־קלאָר
פֿון דעם לעבנס־ים פֿול צויבער
שווימט אַרויס אַ נײַער יאָר.
זײַ געגריסט, אָ ליבער, טרײַער,
בלײַב אַ גאַנצן יאָר אונדז טרײַ,
מאַך אונדז שטאָלצער, מאַך אונדז פֿרײַער,
נײַער יאָר — זײַ אונדז נײַ!
גיב אונדז גײַסט און שטרעבן
מוט צו קעמפֿן מיט דערפֿאָלג,
נײַער לוסט און פֿרייד אין לעבן
צום פֿאַרטרויערטן אַלטן פֿאָלק.
ראָש־השנה
פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד
אַ נײַער יאָר, אַ נײַער יאָר,
אַ נײַער יאָר קומט אָן!
עס קלינגט דעם חזנס טרויער־כאָר
אין דעם "המלך"־טאָן.
דער יאָמער ברעכט דאָס האַרץ אין צוויי,
צום הימל רײַסט זיך דאָס געשריי,
צום הימל הויך און ווײַט.
דאָך אימער צו און אימער צו
און אימער דאָס געוויין,
אָ, לאָזט דעם הימל שוין צורו
און בעט בײַ זיך אַליין!
אָ, בעט בײַ זיך, דען נאָר אין אײַך
ליגט יענע קראַפֿט, וואָס מאַכט אײַך רײַך,
און ברענגט די גוטע צײַט.
אָט די קראַפֿט אין אײַך, וואָס רוט,
באַדאַרף קיין חזן ניט.
דאָ דאַרף מען וועקן מאַכט און מוט,
דאָ ווירקט א שטורעם־ליד.
אַ שטורעם־ליד, אַ ווילדער פֿלאַם,
וואָס לאַכט זיך אויס פֿון גרעסטן ים
און פֿרעגט נאָך קיין געשטער,
נאָר מיט דעם שופֿר רוף נאָך רוף,
אַז ציטערן זאָל די וועלט,
ביז אַלע שלאָפֿער שטייען אויף
אויף פֿעסטן פֿוס געשטעלט.
אָ, דאַן איז ראָש־השנה, דאַן,
קיין ביט און בעט איז ניט פֿאַראַן
און קיינער וויינט ניט מער.
יאָ, ניט געוויינט און ניט געקלאָגט,
פֿאַר קיינעם ניט געקניִעט,
דער מחזור צו, ניט מער געזאָגט
מיט אַ צעקלעמט געמיט.
אַ יעדער מענטש זײַן אייגענער גאָט,
אַ פֿרײַער הימל אָן געבעט,
אַ ערד — אַ פּאַראַדיז!
אַ נײַעם לעבן איבעראַל
אַ וווּנדערלעך געשטאַלט,
און לידער שלאָגן ווי אַ קוואַל,
עס רוישט אַ יונגער וואַלד...
אָ, הללו־יאָ פֿאַנטאַזי!
הייב אויף די פּאָלעס העכער, פֿלי!
ווי שיין, ווי שיין דאָס איז!...
ראָש־השנה
פֿון אַבֿרהם זאַק
ס׳קומט ווידער אונדזער ראָש־השנה,
אַ נײַער יאָר קומט ווידער —
מיט שאַל און תּקיעות אין די שולן,
מיט אַלטע תּפֿילות־לידער.
עס שטייען ייִדן אין טליתים,
עס בעטן ייִדן פֿרומע,
און ס׳טראָגן זיך אַוועק די תּפֿילות
הויך צו די הימלען שטומע.
דער חזן זינגט — סאַראַ מתיקות
נעמט דורך די גאַנצע עדה;
זינגט מיט דער טאַטע אינעם טלית,
אין קיטל זינגט דער זיידע.
און אַלע זינגען איצט מכוון:
אַ יאָר פֿון פֿרייד און פֿרידן —
פֿאַר אונדזער ייִדישער מדינה,
פֿאַר אַלע, אַלע ייִדן.