פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

די דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿלעגט מען באַצייכענען ווי "זיידע" — מענדעלע מוכר־ספֿרים. דאַכט זיך שלום־עליכם האָט אים אַזוי אַ נאָמען געגעבן; שלום־עליכם — דער "אייניקל", און י. ל. פּרץ — "דער פֿאָטער". פּרץ האָט אַ סך אויפֿגעטאָן אין די ערשטע פֿורעמונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי פֿון ייִדיש בכלל, מע דאַרף בלויז דערמאָנען זײַן באַטייליקונג און ראָלע אין דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908. ער האָט אַ שטאַרקע השפּעה געהאַט אויף צענדליקער טויזנטער לייענערס און קולטור־טוערס, לערערס און שרײַבערס, מוזיקערס און קינסטלער אין דער ייִדיש־וועלט. צענדליקער פּאָעטן האָבן געשריבן לידער צו און וועגן אים, פֿיל ביכער און אַרטיקלען זײַנען פּובליקירט געוואָרן. מען האָט אָנגערופֿן די אַרבעטער־רינג־ און אַנדערע שולן אויף זײַן נאָמען, זײַן נאָמען האָט אויך באַערט דעם שרײַבער־פֿאַרבאַנד, אַ פֿאַרלאַג, אַ סקווער אין מאַנהעטן און אפֿשר נאָך אינסטיטוציעס. לייענערס האָבן ליב געהאַט צו לייענען זײַנע מעשׂיות, פּאָעמעס; מע האָט געשפּילט זײַנע פּיעסעס, געזונגען זײַנע לידער. די ווערק פֿון פּרצן האָבן באַגלייט דאָס לעבן פֿון פֿיל מענטשן, מיך בתוכם.

ווען איך בין געווען אַ קליינע, פֿלעגט מײַן טאַטע מיר לייענען "דאָס קראַנקע ייִנגל" און "ס׳איז געווען אַ מאַמעלע" פֿון "פֿרעמדן חופּה־קלייד". פֿון ביידע פֿלעג איך ווערן טיף גערירט און כ׳האָב ליב געהאַט זיי צו הערן פֿאָרגעלייענען. אין שול און אין מיטלשול האָבן מיר געלייענט די מעשׂיות פֿון פּרץ: "די דרײַ מתּנות", "אויב ניט נאָך העכער", "באָנטשע שווײַג" און די פּאָעמעס "די צוויי ברידער", "מיין נישט די וועלט איז אַ קרעטשמע", "טרייסט מײַן פֿאָלק". אין קעמפּ־בויבעריק האָבן מיר געזונגען "אַלע מענטשן זײַנען ברידער" אין דעם פֿעסטיוואַל פֿון "פֿעלקער־יום־טובֿ" יעדעס יאָר. ווען איך האָב גראַדויִרט די "שלום־עליכם־מיטלשול", האָט אונדזער קלאַס אויפֿגעפֿירט דעם ערשטן אַקט פֿון "די גאָלדענע קייט". שפּעטער, ווען איך האָב געאַרבעט אין קינדער־רינג־קעמפּ האָבן מיר אויפֿגעפֿירט יאָסל מלאָטעקס אַדאַפּטירונג פֿון "אַ דין־תּורה מיטן ווינט" מיט שמואל בוגאַטשעס מוזיק. מיר האָבן געזונגען אַ סך לידער פֿון פּרץ: "די דרײַ נייטאָרינס", "האָף און גלייב", "שטייט אין פֿעלד אַ ביימעלע", "קעצעלע שטיל", "טאַנץ מיידעלע טאַנץ" א"אַנד. אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון פּרצעס לידער מיט מוזיק האָב איך געדרוקט אין 6טן באַנד פֿון זלמן זילבערצווײַגס "לעקסיקאָן פֿון ייִדישן טעאַטער". איך האָב ציטירט פּרצן אין מײַן אַרטיקל וועגן מיכל גאָרדאָן. יאָסל מלאָטעק און איך האָבן אַרײַנגענומען פּרצן צווישן די פּאָעטן אין אונדזער בוך "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע". אַ סך שפּעטער האָב איך אָפּגעדרוקט אין די "ייִוואָ־בלעטער" צום ערשטן מאָל פּרצעס זאַמלונג פֿון 50 ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון 1896 מיט אַנאָטירונגען און פֿאַרגלײַכונגען. דאָרטן האָב איך אויך אָנגעוויזן אויף זײַנע "ראָמאַנצעראָס". איך האָב אָנגעוויזן אויף די פֿאָלקסלידער פֿאַר חנא שמערוקס בוך וועגן דער פּיעסע "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק" און לעצטנס אַ ביסל אַרויסגעהאָלפֿן פֿרענק לאָנדאָנס נײַע אַדאַפּטירונג פֿון דער שפּיל. נאָך אַ צובאַמערקונג: ווען איך האָב חתונה געהאַט האָבן מאַקס און רעגינע ווײַנרײַך מיר געשאָנקען דעם פֿולן קאָמפּלעט פֿון פּרצעס אַלע ווערק. אַזוי אַז, ווי איר זעט, האָב איך זיך אָפּגעגעבן מיט פּרצעס שאַפֿונגען פֿיל מאָל אין מײַן לעבן און טראַכטן, און ס׳איז נאָך אַ סך געבליבן צו לייענען און פֿאָרשן פֿון דעם אומאויסשעפּלעכן "פֿאָטער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור".

דאָס מאָל ווילן מיר ציטירן איינע פֿון פּרצעס שטאַרקסטע פּאָעמעס. די "צוויי ברידער" שטאַמט פֿון זײַן סצענע "בײַם פֿרעמדן חופּה־קלייד". יעקבֿ שייפֿער האָט געשאַפֿן אַ קאַנטאַטע פֿונעם ליד וואָס די מיטגלידער פֿון דעם כאָר, וואָס איך האָב געקענט, האָבן שטאַרק געלויבט.

אויף יענער זײַט ים איז געשטאַנען אַ מאָל
אויף הינערשע פֿיסלעך אַ הײַזל אין טאָל,
געשטאַנען זיך איינפֿאַך, אָן עזות, אָן שטאָלץ,
אָן פּוצעכץ, אָן צירונג — פֿון ליים און פֿון האָלץ!
אַ פֿענצטער אַ פּיצלס, נאָר חנעוודיק האָלד!
די זון זי באַשיט עס טאָג־טעגלעך מיט גאָלד!
לבֿנה און שטערן
פֿאַרהאַלטן זיך גערן
און מאָלן מיט זילבער די שויבן.

דאָס האָט דער הימל די ליבע באַלוינט!
עס האָבן אין הײַזל צוויי ברידער געוווינט!
עס האַלטן צוויי הערצער צוזאַמען געטרײַ,
שווער איז די אַרבעט, נאָר ס׳אַרבעט זיך פֿרײַ!
ווײַס איז דאָס מעבל, מיט קלײַען דאָס ברויט,
נאָר אַלץ איז צוזאַמען — די פֿרייד און די נויט!
עס האָט זיך געלעבט,
די צײַט האָט געוועבט
איר לאַנגן, איר כּשרן פֿאָדעם!

נאָר איין מאָל באַווײַזט זיך אַ גאַסט אויף דער שוועל,
פֿון גינגאָלד שמאַראַנדן, עס פֿינקלט זײַן פֿעל.
די שלאַנג איז געקומען מיט גלאַנץ און מיט פּראַכט.
דער עלטערער ברודער דערזעט זי און טראַכט:
עס איז אויף דער וועלט דאָך רײַכטום פֿאַראַן!
ווען איך האָב אַ שמאַראַנער איך אָרעמער מאַן,
כ׳פֿאַרקויף אים, וואָס נישט?
כ׳וואָלט אויפֿן יריד
געקויפֿט מיר צו מעלקן אַ קו!

די שלאַנגען — זיי ווייסן, וואָס ס׳טראַכט זיך בײַ לײַט.
זי ווינקט אים און רופֿט אים אַוועק אין אַ זײַט,
און זאָגט אים: "אײַ, ברודער, וואָלסטו נאָר געוואָלט,
שיטסטו דיר אָן פֿעסער מיט גאָלד,
קרעלן דיאַמאַנטן, בריליאַנטן אַ וועלט,
און אַלץ, וואָס מען קען נאָר באַקומען פֿאַר געלט!"
איך מאַך נישט קיין שפּאַס,
פֿאַראַן אַזאַ סוד,
איך קאָן אים דיר זאָגן אין וואַלד!

די שלאַנג איז אַוועק, און דער ייִנגערער קלערט:
ווי גאָט האָט זיך יעדן זײַן שיינקייט באַשערט,
גיי פֿרעג: דער גלאַנץ און די שיינקייט וואָס טויג?
די לײַדנשאַפֿט פֿלאַמט שוין אין עלטערנס אויג:
קרעלן, דיאַמאַנטן, בריליאַנטן — אַך גאָט!
זי זאָל נאָר נישט נאַרן און זאָגן דעם סוד!
קוקט ער צום וואַלד,
און גנבֿעט זיך באַלד
פֿון ב ר ו ד ע ר אַרויס צו דער ש ל אַ נ ג!

די זון גייט שוין אונטער, פֿאַרגאָלדט נאָך די זוים
פֿון וואָלקן אין הימל, און אונטער אַ בוים
זיצן אַזוי ביידע — דער מענטש און די שלאַנג.
זיי זיצן צוזאַמען און שמועסן שוין לאַנג.
ער ציטערט און ווייסט ניט — פֿאַר פֿרייד צי פֿאַר שרעק?
זי וויקלט דאָס האַרץ אים אַרום מיטן עק,
און רעדט פֿון דיאַמאַנטן,
קרעלן, בריליאַנטן
"אַלץ וועסטו האָבן גאָר גרינג!"

"באַטראַכט נאָר דײַן ברודער, דאָס איז אַ פֿאַבריק
פֿון קרעלן, בריליאַנטן, דיאַמאַנטן און גליק!
עס טרעפֿט זיך, ער אַרבעט, און וווּנדערלעך הייס
ווערט אים, דער שטערן באַדעקט זיך מיט שווייס,
עס טריפֿן די טראָפּן!.. ער ווישט מיט דער האַנט,
לאָז נישט! דער טראָפּן דאָס איז אַ דיאַמאַנט!
נאָר אַרבעטן הייס!
קלײַב אויף דעם שווייס!
שיטסטו אָן פֿעסער דיאַמאַנטן!"

"עס טרעפֿט און אים פֿאַלט פֿון די ברעמען אַ טרער,
מיינסטו, דו נאַר, עס איז וואַסער נישט מער,
און טרייסטן און האַלדזן, דו האַלטסט עס נישט אויס,
און קושסט אים די טרערן פֿון די אויגן אַרויס!
פֿאַרשווענדסט דײַן פֿאַרמעגן, דו נאַרישער קאָפּ!
לאָז וויינען, לאָז טריפֿן! און קלײַב יעדן טראָפּ!
אַ טרער, האָב פֿאַרשטאַנד,
דאָס איז אַ בריליאַנט —
רײַך וועסטו זײַן ווי אַ קעניג!"

"דערנאָך — האָט דײַן ברודער אַן איידעלע פֿעל,
אַ שטאָך מיט אַ נאָדל — דו האָסט שוין אַ קרעל!
בלוט — זאָגסטו — איז עס, בלוט — זאָגסטו — אַ קאָפּ?
דו נאַר! עס איז קרעלן, דו צאַפּ נאָר און צאַפּ!
זאָל ער נאָר בלוטן און בלוטן נישט קאַרג!
אָנשיטן וועסטו שוין קרעלן אַ באַרג!
דו האָסט אַ פֿאַבריק,
און מאַך דיר דײַן גליק,
ביסט שטאַרקער און ווייסט שוין דעם סוד!

די ליפּן פֿאַרביסן, די פֿויסטן געבאַלט,
גייט שוין דער עלטערער ברודער פֿון וואַלד,
די אויגן, זיי ברענען און זיימען זיך שוואַרץ,
דאָך צאַפּלט די ליבע צום ברודער אין האַרץ.
ער טרייסט זיך: "איך וועל דאָך נאָר מאַכן אַ פּרוּוו,
אַ שטאָך וועל איך געבן אַ קליינעם, נישט טיף;
מײַן ברודער? איך ווייס!
נאָר טרערן און שווייס,
זענען בריליאַנטן, בריליאַנטן!"
________
עס הערט די לבֿנה נאָך ד'איינציקע נאַכט,
ווי ס'האָט אינעם שטיבל געוויינט און געלאַכט.
עס קוקן די שטערן אין פֿענצטער אַרײַן:
ווי לאַכט עס אַ ברודער בײַם ברודערס געוויין?!
די זון האָט צומאָרגנס געוווּנדערט זיך שטאַרק:
ווי שלאָגט עס אַ ברודער דעם צווייטן אין קאַרק?
עס וווּנדערט צוגלײַך
דעם וואַלד און דעם טײַך:
וואָס איז עס אין שטיבל געשען?

(סוף — אין קומענדיקער בײַלאַגע)