- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך די צוויי פֿריִערדיקע געסט פֿון מיטעלן מיזרח — דעם פֿירער פֿון דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע מאַכמוד אַבאַס און דעם פֿירער פֿון "כאַמאַס" כאַלעד מאַשאַל — איז מאָנטיק אָנגעקומען קיין מאָסקווע דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. עס זײַנען געווען פֿאַרשידענע צײַטן צווישן מאָסקווע און ירושלים — פֿון דער סאָוועטישער איניציאַטיוו צו שאַפֿן אין ארץ־ישׂראל צוויי אומאָפּהענגיקע מדינות — אַ ייִדישע און אַראַבישע — ביז פֿײַנטלעך־צעשטערערישע. אין דעם דאָזיקן אַרטיקל, לייג איך פֿאָר צו באַהאַנדלען די וויכטיקע און אָפֿט געשטעלטע פֿראַגע: ווי האָט מען געקענט שרײַבן אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע, אין די געטאָס און לאַגערן? אין דער רעם וועלן מיר זיך פֿאַרנעמען מיט אַבֿרהם סוצקעווערס באַקאַנטן ליד, "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" (1943), געשריבן אין ווילנער געטאָ. נאָך דער מלחמה, האָט זיך כּמעט קיינער נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז ייִדן האָבן געקענט שרײַבן אין די געטאָס, ווער רעדט נאָך אין די לאַגערן. לויט ווי עס איז אָנגענומען, זענען די ייִדן געווען קודם־כּל קרבנות, אָבער דער פֿאַקט איז, אַז נישט בלויז עטלעכע, נאָר דווקא זייער אַ סך ייִדן האָבן געשריבן בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע, דער עיקר לידער, אָבער אויך פּראָזע. לעצטנס האָט די וועבזײַט פֿון אונדזער צײַטונג געהאַט די "זכיה" צו באַקומען אַ נײַע כוואַליע מיסט־קאָמענטאַרן צו די אַרטיקלען. ווי ס׳איז באַקאַנט, לײַדן כּמעט אַלע שמועס־ערטער איבער דער אינטערנעץ, וווּ מע קאָן זיך גרינג רעגיסטרירן און איבערלאָזן עפּעס אַ קאָמענטאַר, פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם "ספּאַם" — נאַרישע רעקלאַמעס, פּאָליטישע לאָזונגען און אַנדערע מינים ידיעות, וואָס שטערן דעם נאָרמאַלן גאַנג פֿון די דיסקוסיעס. געהערט אַז ס׳וועט גיין אַ פֿילם אין "וואָלטער ריד"־קינאָ אין לינקאָלן־צענטער, ווי אַ טייל פֿון ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל, האָב איך זיך שטאַרק דערפֿרייט. די פֿרייד איז געווען גרויס. ערשטנס, איז עס לאָדזש, געבורטשטאָט פֿון מײַנע עלטערן: די מאַמע — פֿון דער מרדכי גבאיס־גאַס, און דער טאַטע — פֿון דער זגערזשער, אין באַלוט. צווייטנס, רעדט זיך דאָ וועגן דער נאָך־מלחמהדיקער פּרץ־שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט ייִדיש אַ קײַמא־לן פֿון נישט מער ווי אַ האַלב יאָר. איצט, ווען קיין צײַט-גרענעצן פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע עקסיסטירן כּמעט ניט, איז אָפֿט מאָל שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די קאַנאַלן פֿון פֿאַרבינדונגען האָבן פֿונקציאָנירט מיט אַ הונדערט יאָר צוריק. איך פֿאַרשטיי עס אַזוי: די פּאָסט האָט דעמאָלט געאַרבעט אַ סך בעסער ווי איצט. לעצטנס האָב איך אַ פּאָר מאָל געשיקט בריוו קיין טאָראָנטאָ און באַקומען פֿון דאָרטן בריוו. געדויערט האָט עס יעדעס מאָל בערך צוויי וואָכן. מיט ענגלאַנד איז עס בעסער — אַרום אַ וואָך. האָב איך טאַקע אַ חשד, אַז בריוו פֿון ניו-יאָרק קיין קאַנאַדע גייען לויט די אַלטע קאָלאָניאַלע מאַרשרוטן, דאָס הייסט, דורך ענגלאַנד. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט די פֿאַרבינדונג צווישן דעם ענין פֿון מישפּט און עבֿודת־התּפֿילה. אַ צאָל מיצוות, וואָס רעגולירן די באַציִונגען צווישן מענטשן, זענען רעלעוואַנט, אינעם בוכשטעבלעכן זין, בלויז אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס לײַדט פֿון ערנסטע סאָציאַלע צרות. למשל, די תּורה דערקלערט די רעכט פֿון אַ מיידל, וואָס איר טאַטע האָט פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַפֿין, און זאָגט אָן, אַז אַ קינד טאָר נישט שלאָגן זײַנע עלטערן. אין אַ געזונטן סאָציאַלן מצבֿ, וואָלט אַ מענטש בכלל נישט געטראַכט, חלילה, צו פֿאַרקויפֿן זײַן טאָכטער אָדער געבן קלעפּ זײַן מאַמען. די וואָך האָט מען מודיע געווען, אַז דעם דעקאַן פֿון דער באַקאַנטער חזנות־שול בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" האָט מען אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּאָסטן. אויפֿן אָרט פֿון חזן הענרי ראָזענבלום, אַ באַליבטער לערער און אַדמיניסטראַטאָר שוין 12 יאָר, וועט מען קאָמבינירן די חזנות־שול מיט דער ראַבינער־שול אונטער איין דאַך, און דער נײַער אַדימיניסטראַטאָר פֿון די חזנים־סטודענטן וועט זײַן אַ רבֿ, נישט קיין חזן. די איבערראַשנדיקע נײַעס האָט אויפֿגערודערט די סטודענטנשאַפֿט פֿון דער "ה. ל. מילער־חזנות־שול", וועלכע ווייסט שוין נישט מער, וואָס דער מאָרגן וועט ברענגען. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד. דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד. דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן. אין געציילטע טעג אַרום וועט דערעפֿנט ווערן אין דער שטאָט חולון דער ערשטער אויסשטאַלטונג־מוזיי פֿון ישׂראל. די דאָזיקע ידיעה איז איבערגעבן געוואָרן אויף דער ספּעציעלער פּרעסע־קאָנפֿערענץ וואָס די שטאָט־פֿאַרוואַלטונג פֿון חולון האָט דורכגעפֿירט, כּדי פֿאָרצושטעלן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט דעם אויסשטאַלטונג־מוזיי אין זײַן גאַנצער פּראַכט. אויב איר וועט פֿרעגן, צי איז דאָס אַזאַ וויכטיקע ידיעה אַז מ’דאַרף צוליב דעם אָפּשטעלן די דרוק־מאַשינען? איז דער ענטפֿער: יאָ! ס’איז טאַקע כּדאַי דאָס צו טאָן. צי האָט מען דען אַנדערש געהאַנדלט, ווען מ’האָט מיטגעטיילט, למשל, אַז אין ניו־יאָרק גייט מען דערעפֿענען דעם גוגענהײַם־מוזיי? באָריס סאַנדלערס דיכטערישע שטים טראָגט אין זיך יענע באַקאַנטע היימישע אינטאָנאַציע, וואָס מען דערקענט גלײַך אין זײַן פּראָזע. נאַטירלעך, קלינגט דאָס פּאָעטישע וואָרט אַנדערש ווי דאָס פּראָזאַיִשע, אָבער די עיקרדיקע עלעמענטן פֿון סאַנלדערס קינסטלערישער פּערזענלעכקייט זײַנען דאָ בפֿירוש די זעלביקע. זײַן דיכטערישער כּוח־הדמיון ברענגט צונויף פֿאַרשידענע וועלטן און תּקופֿות, און דער מהלך אין צײַט און אין רוים שפּילט דערבײַ ניט קיין ראָלע. אין ווילנער געטאָ האָט אַבֿרהם סוצקעווער געשאַפֿן צענדליקער לידער אין וועלכע ער האָט אויסגעדריקט זײַנע פּערזענלעכע געפֿילן וועגן זײַן עקסיסטענץ, וועגן זײַנע נאָענטע — זײַן מאַמע, זײַן פֿאָטער, זײַן רעטערין. ער האָט געשריבן וועגן יהואש בעת די פֿײַערונגען לכּבֿוד דעם דיכטער אין געטאָ. ער האָט אַרײַנגענומען געשעענישן — וועגן קאָמענדאַנט איציק וויטנבערג, וועמען די געשטאַפּאָ האָט אַרויסגעפֿאָדערט, וועגן דעם כאָר־דיריגענט גערשטיינס טויט, וועגן דער געטרײַער לערערין מירע בערנשטיין — יעדעס ליד לויט זײַן פּערספּעקטיוו און פּאָעטישן באַנעם. |