|
באָריס סאַנדלער,
"אין קלאַנגענעץ פֿון נצח",
ניו־יאָרק, 2010. |
|
באָריס סאַנדלערס דיכטערישע שטים טראָגט אין זיך יענע באַקאַנטע היימישע אינטאָנאַציע, וואָס מען דערקענט גלײַך אין זײַן פּראָזע. נאַטירלעך, קלינגט דאָס פּאָעטישע וואָרט אַנדערש ווי דאָס פּראָזאַיִשע, אָבער די עיקרדיקע עלעמענטן פֿון סאַנלדערס קינסטלערישער פּערזענלעכקייט זײַנען דאָ בפֿירוש די זעלביקע. זײַן דיכטערישער כּוח־הדמיון ברענגט צונויף פֿאַרשידענע וועלטן און תּקופֿות, און דער מהלך אין צײַט און אין רוים שפּילט דערבײַ ניט קיין ראָלע.
סאַנדלער רעדט וועגן די פּערסאָנאַזשן פֿון תּנ״ך, ווי וועגן זײַנע שכנים, די לאַנדשאַפֿטן פֿונעם אוראַלטן ארץ־ישׂראל מישן זיך מיט די "הויכע, פֿלאַכע דעכער" פֿון ניו־יאָרק, און די טאָג־טעגלעכקייט פֿונעם "ביטערן טראָפּן"־מאַנהעטן ווערט אָנגעפֿילט מיט אוראַלטע ריחות און קלאַנגען. די דאָזיקע "נאַיִווקייט", וואָס מאַכט כּלומרשט ניט קיין אונטערשיד צווישן ווירקלעכקייט און פֿאַנטאַזיע, האָט טיפֿע וואָרצלען אין דער מאָדערנער ייִדישער קולטור: אין מאַרק שאַגאַלס מאָלערײַ און איציק מאַנגערס "חומש־לידער" און "מגילה־לידער". דאָס איז די נאַיִווקייט פֿון אַ מענטשן, וואָס ווערט נתפּעל פֿון די נסים־ונפֿלאָות אין דער אַרומיקער וועלט.
צווישן סאַנדלערס לידער זײַנען פֿאַראַן פּרעכטיקע מוסטערן פֿון אַזאַ מין "נאַיִווער" ליריק, ווי למשל, "דאָס וויכטיקייט פֿון טראָגן זאָקן". זײַן דיכטערישער וועלטרוים איז סײַ זאַכלעך, סײַ אַבסטראַקט, אָבער די אַבסטראַקטע אידעען בלײַבן תּמיד אײַנגעוואָרצלט אין דער טאָג־טעגלעכער ממשותדיקייט. אַ ליד וואַקסט כּסדר אויס פֿון אַ קאָנקרעטן פּרט אָדער פֿון אַ קאָנקרעטער איבערלעבונג, און אַנטוויקלט זיך בהדרגה אין אַ מעטאַפֿאָרישער געשטאַלט. דאָס רובֿ לידער זײַנען אָנגעשריבן אינעם מינאָרן שליסל. "דער גנבֿ מלאך־המוות" וועט, סוף־כּל־סוף, האָבן דאָס לעצטע וואָרט.
דער דיכטער איז ניט קיין משיחיסטישע געשטאַלט, ווי אין ראָמאַנטישע פֿאַנטאַזיעס, ער ברענגט ניט קיין גאולה אין דער וועלט. ווען דער משיח קומט און דער המון הוליעט "אין פּחד אויף דער סעודה", הייסט עס, אַז דער פּאָעט האָט מער ניט וואָס צו טאָן אין דער וועלט: "קיין מנין — קיין לוויה — ניט... / באַגראָבן דעם פּאָעט..." — "וואָס זשע בלײַבט דעם ייִדישן דיכטער אינעם עולם־הזה, חוץ אַ פּאָר זאָקן און אַ קאַפּעליוש — "אַ היטל, חבֿר, איז אַ קוויטל"? עס בלײַבט מוזיק, וואָס סאַנדלער האָט איר געווידמעט זײַנע יונגע יאָרן.
דאָס בוך עפֿנט זיך מיט "24 פּרעלודן, קאַפּריזן, בורלעסקעס", וואָס פֿאַרגעבן דעם ריטעם און דעם טאָן פֿאַר די ווײַטערדיקע טיילן. דער איבערגאַנג צום צווייטן טייל איז אַ ביסל אַן אומגעריכטער: פֿון קליינע שפּילעוודיקע עפּיגראַמען־באַגאַטעלן — צו די סודותפֿולע "10 ספֿירות", אַ ציקל פֿון צען פֿילאָסאָפֿישע מעדיטאַציעס וועגן די סודות פֿון מעשׂה־בראשית. אמת, סאַנדלער וואָלט ניט געווען געטרײַ זײַן אייגענעם מהות, ווען ער וואָלט ניט באַהאַנדלט דעם דאָזיקן הויכן ענין אָן אַ שטיקל איראָניע. זײַן בורא־העולם פֿירט זיך ווי אַ קינד, וואָס האָט באַשאַפֿן די וועלט און ווייסט ניט, וואָס צו טאָן דערמיט ווײַטער: "אַ שאָד, ס׳איז נישטאָ ווער ס׳זאָל שאַצן, / און דערקלערן, וואָס זשע דאָס מיינט?״ ווען עס קומט צו באַשאַפֿן דעם אָדם־הראשון, ווערט דער טראַגישער זין פֿון דער יצירה קלאָר: "פֿון גאַנצן מלכות בלײַבט דיר בלויז / אין דער ערד נײַן טיפֿע איילן״. דער מענטש — דער דיכטער — פֿאַרבלײַבט פֿאַרפּלאָנטערט "אין דער נעץ פֿון נצח". "נצח" איז מסתּמא דאָס צענטראַלע ליד אינעם זאַמלבוך, אַ פּרוּוו צו בויען אַ בריקל צווישן דעם מעשׂה־בראשית און דער צוקונפֿט דורך אַן "אָפּקלאַנג פֿון מײַן וואָרט״, וואָס וועט זיך, אַזוי האָפֿט מען, אָפּהיטן אין די קומעדיקע דורות.
נאָך דעם קבליסטישן ציקל קומט אַ קורצע פּאָעמע אין גאָר אַן אַנדערן סטיל, וואָס הייסט "פּירקי־באָבעס: איראָנישע פּאָעמע אין 6 פּרקים, מיט אַ הקדמה און נאָכוואָרט". די פּאָעמע עגנט זיך מיט אַ שפּילעוודיקן איבערקלאַנג מיט משה קולבאַקס "רײַסן". סאַנדלער שרײַבט: "מײַן באָבע, עלקע רימאַן, / אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן, / אַ מײַסטערין אַ גרויסע איז געווען / צו פֿלעכטן מעשׂיות..." דאָס אייניקל דער דיכטער טוט אַ פּרוּוו ממשיך צו זײַן די דאָזיקע חצי־פֿאָלקלאָרישע, חצי־ליטעראַרישע טראַדיציע פֿון "מעשׂה פֿלעכטן". דאָס נאָכוואָרט ציט אונטער דעם ביטערן סך־הכּל פֿונעם ערשטן טייל אינעם גאַנצן בוך, וואָס גיט זיך אָפּ מיטן עבֿר: "אַוועק, אַרײַנגעפֿאַלן אינעם ברונעם פֿון דער צײַט / און זיך צעשמאָלצן אינעם אין־סוף פֿון זכּרון — אַ גאַנצע וועלט פֿון פֿרייד און פֿון געזאַנג".
דער לעצטער טייל פֿונעם בוך הייסט "די שאריתן". עס גייט דאָ אַ געזאַנג וועגן די ברעקלעך פֿונעם אַמאָליקער ייִדיש־מלכות, וואָס זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער אַלע זיבן ימען, פֿון בעסאַראַביע ביז ישׂראל און ניו־יאָרק. דער דיכטער שלעפּט מיט זיך זײַן "ייִחוס־בוים", וואָס ער וויל פֿלאַנצן "אין שטיינער־קרקע לעם ירושלים" — אָבער דער בוים בלײַבט "אַ פֿרעמדער, אין אַן אייגן לאַנד פֿאַרשטיקטער".
"אין קלאַנגענעץ פֿון נצח" איז אַ זעלטענער מוסטער פֿון דער פּאָסטמאָדערנער ייִדישער דיכטונג, וואָס איז בכּיוון פֿראַגמענטאַריש, איראָניש, און פֿילזיניק. דער דיכטערישער "איך" פֿונעם מחבר רעדט אין פֿאַרשידענע ליטעראַרישע שטימען, וועלכע טראָגן אין זיך אָפּקלאַנגען פֿון מאָדערנער ייִדישער קלאַסיק, פֿאָלקלאָר און קבלה. דאָס איז אַ בפֿירושער באַווײַז, אַז די ייִדישע ליטעראַטור האָט נאָך ווײַט ניט אויסגעשעפּט איר שעפֿערישן פּאָטענציאַל.