די וועבזײַט פֿונעם "פֿאָרווערטס" אין אַ קאָמפּיוטער־איבערזעצונג אויף כינעזיש |
לעצטנס האָט די וועבזײַט פֿון אונדזער צײַטונג געהאַט די "זכיה" צו באַקומען אַ נײַע כוואַליע מיסט־קאָמענטאַרן צו די אַרטיקלען. ווי ס׳איז באַקאַנט, לײַדן כּמעט אַלע שמועס־ערטער איבער דער אינטערנעץ, וווּ מע קאָן זיך גרינג רעגיסטרירן און איבערלאָזן עפּעס אַ קאָמענטאַר, פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם "ספּאַם" — נאַרישע רעקלאַמעס, פּאָליטישע לאָזונגען און אַנדערע מינים ידיעות, וואָס שטערן דעם נאָרמאַלן גאַנג פֿון די דיסקוסיעס.
לויט דער אָנגענומענער עטימאָלאָגיע, שטאַמט דאָס וואָרט "ספּאַם" פֿונעם באַקאַנטן בריטישן טעלעוויזיע־סעריאַל "מאָנטי פּײַטאָנס פֿליִענדיקער צירק". אין איינער פֿון די סעריעס ווערט געוויזן אַ רעסטאָראַן, וווּ די אָפֿיציאַנטקע דערמאָנט אַ סך מאָל דאָס וואָרט "ספּאַם" — דעם נאָמען פֿונעם פֿאַרשפּרייטן ביליקן קאָנסערווירטן חזיר־פֿלייש פֿון דער פֿירמע "האָרמעל". בשעת־מעשׂה, הייבט אָן אַ גרופּע וויקינגען זינגען אַ ליד וועגן דעם זעלבן פּראָדוקט, איבערחזרנדיק אַ סך מאָל דאָס וואָרט "ספּאַם", וואָס ווערט שוין דערעסן די געפּלעפֿטע באַזוכער פֿונעם רעסטאָראַן.
דער דאָזיקער קאָמישער פֿילם אילוסטרירט גאַנץ גוט דעם סטיל פֿון אַ סך מיסט־מעלדונגען אויף דער אינטערנעץ, דערפֿאַר האָבן זיי געקראָגן אַזאַ נאָמען. אַחוץ דעם, וואָס די ספּאַם־בריוולעך זענען געוויינטלעך היפּש נודנע, שטעקט אין זיי טאַקע אָפֿט נישט ווייניק "חזירײַ" — רעקלאַמעס פֿון פּאָרנאָגראַפֿישע וועבזײַטן און צווייפֿלהאַפֿטיקע מכשירים און פּילן, וואָס זענען, כּלומרשט, מסוגל צו מאַכן ניסים־ונפֿלאָות אינעם געביט פֿון סעקסועלע באַציִונגען, פֿאָרשלאָגן צו באַטייליקן זיך אין שווינדלערישע געשעפֿטן מכּל־המינים, וכּדומה.
די ידיעות וועגן אַזאַ סחורה קאָנען פֿאַרוואַנדלען אַ שטילע ערנסטע וועבזײַט אין אַ מיסטקאַסטן, אויב מע מעקט זיי כּסדר נישט אָפּ. אָבער, מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט אונדזער וועבזײַט — אַפּנים, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון אונדזער שפּראַך — אָנגעהויבן פֿאַרמיסטיקט צו ווערן מיט ספּאַם־מעלדונגען אויף ייִדיש.
ווען דער מחבר פֿון די שורות האָט זיי ערשט דערזען, האָט ער אַ טראַכט געטאָן: וואָס זאָל מען טאָן מיט אַזעלכע מעלדונגען? פֿון איין זײַט, זענען זיי טאַקע געווען גאַנץ נאַריש און דערעסנדיק. ס׳איז קלאָר געוואָרן, אַז די ספּאַם־פּראָגראַם האָט פּשוט געזאַמלט צופֿעליקע פֿראַזעס פֿון אונדזער וועבזײַט און צונויפֿגעשטעלט פֿון זיי אַן אומזיניקן טעקסט מיט אַ שטיקל רעקלאַמע. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די דאָזיקע מעלדונגען געווען אַ נײַער שטאַפּל אין דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש־לשון. נאָך אַ פּאָר סעקונדעס וואַקלעניש האָב איך זיי, אָבער, אומברחמנותדיק פֿאַרניכטעט.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געטראַכט אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ראָבאָט, אַ מין עלעקטראָנישן גולם. עלטעכע מאָל האָב איך אויך אָנגעשריבן פֿאַר זיך אויף טשיקאַוועס קליינע פּראָגראַמקעלעך, וואָס שטעלן צונויף ייִדישע פֿראַזעס אינעם נוסח פֿון דער באַקאַנטער אַלטער פּראָגראַם "דאָקטער עליזאַ". איך האָב אָבער נישט געטראַכט, אַז אַמאָל וועל איך מוזן באַשיצן אונדזער וועבזײַט פֿון רעאַלע ייִדיש־רעדנדיקע ראָבאָטן־נודניקעס.
"סעלין און דזשוליאַן, און די ייִנגלעך — סעם און דזשייק. די רוסישע נעמען וועלן זײַן זייערע צווייטע נעמען", חזרט דער ראָבאָט איבער די ווערטער פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַנס אַרטיקל "נישט אַלץ איז פֿאַרלוירן", פֿון אויגוסט 2007, אויסגעמישט מיט אַ רעקלאַמע פֿון אַ וועבזײַט, וווּ מע קאָן קריגן די ריכטיקע ענטפֿערס אויף די עקזאַמענס פֿאַר די, וואָס ווילן פֿאַרהערט ווערן, כּדי צו באַקומען סערטיפֿיקאַטן אין פֿאַרשיידענע טעכנישע געביטן.
אויף דעם זעלבן אופֿן, ציטירט דער ראָבאָט שׂרה־רחל שעכטערס ווערטער וועגן דער שפּינאַט־עפּידעמיע, אָנגעשריבן מיט דרײַ און אַ האַלב יאָר צוריק, און אַ צוויי־יעריקן אַרטיקל פֿון איתן פֿינקעלשטיין, "וויפֿל קאָסט דער קאָפּ פֿון אָסאַמאַ בין לאַדען?".
צו שאַפֿן אַזאַ פּראָגראַם, וואָס "קײַט איבער" די אינפֿאָרמאַציע פֿון אַ געוויסער וועבזײַט, און "שפּײַט זי אויס" אין אַ מאָדיפֿיצירטער פֿאָרעם, פֿאָדערט נישט קיין סך חכמה. אַן אַנדער ספּאַם־מעלדונג, וואָס האָט זיך באַוויזן אין אָקטאָבער, איז געווען אַ סך מער חידושדיק: אַן אויסמיש פֿון שטאַרק פֿאַרקריפּלטע ייִדישע אויסדרוקן, אָנגערשריבן טיילווײַז מיטן ייִדישן אַלף־בית, טיילווײַז אין אַ לאַטײַנישער טראַנסליטעראַציע.
"ולים האוויר Fragt נישט Mich אודות ליבא ב Freindshaftn, קאן איך איירה Antfarn מיט עצות Atlaca". נישט געקוקט אויף דעם ווילד־אויסטערלישן אויסלייג, קאָן מען פֿאַרשטיין, אַז אָדער דער ראָבאָט מיטן נאָמען וויליאַם האַוויער וויל באַגליקן די לייענער פֿונעם "פֿאָרווערטס" מיט עטלעכע עצות וועגן ליבע און פֿרײַנדשאַפֿט, אָדער פֿאַרקערט — קען ער אַזעלכע קשיות דווקא ניט פֿאַרענטפֿערן. ס׳זעט אויס, אַז דער "גולם" האָט נישט אויסגעלערנט די שפּראַך ווי געהעריק, דערפֿאַר זענען זײַנע סינטאַקטישע קאָנסטרוקציעס היפּש פֿאַרפּלאָנטערט.
ווײַטער דרשנט דער "גולם" עפּעס וועגן ימים־נוראָים — גאַנץ צוגעפּאַסט צו דער צײַט, ווען דער ספּאַם־קאָמענטאַר איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. עס גייט אַ רייד, אַז ס׳איז כּדאַי אויסצוטרינקען אַ סך וואַסער דרײַ טעג פֿאַר יום־כּיפּור, כּדי דער גוף זאָל זײַן גוט "באַוואַסערט" פֿאַרן תּענית. די דאָזיקע מיסטעריעזע דרשה איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, אויסגעמישט מיט אַ רעקלאַמע פֿון עפּעס אַן אינטערנעץ־געשעפֿט.
פֿונוואַנען קומט אַזאַ אויסטערלישער אויסלייג? ס׳איז נישט קיין ייִוו״אַ־סטאַנדאַרט, און אויך נישט דער היימישער ייִדיש פֿון די סאַטמאַרער צײַטונגען. לויט אַלע סימנים, פּרוּווט דער אינטערנעץ־ראָבאָט זיך אויסצודריקן אויף אַלט־ייִדיש! בערך אויף אַזאַ שפּראַך פֿלעגט מען, מסתּמא, שרײַבן אין די צײַטן פֿונעם לעגענדאַרן שאַפֿער פֿונעם ליימענעם גולם — דער באַרימטער מהר״ל פֿון פּראָג. דער ראָבאָט מיטן נאָמען וויליאַם האַוויער האָט טאַקע אויסגעקליבן גאָר אַ מיוחסדיקע שפּראַך, וואָס שטאַמט פֿון די סאַמע גולם־צײַטן!
פֿונדעסטוועגן, דער קוואַל פֿונעם דאָזיקן טעקסט בלײַבט אַ רעטעניש. עס קאָן זײַן, אַז ער איז טאַקע געשאַפֿן דורך אַ ראָבאָט, וואָס האָט זיך באַנוצט מיט עפּעס אַ ווערטערבוך פֿון אַלט־ייִדיש. ווען איך האָב געפּרוּווט אויפֿצוזוכן די דערמאָנטע אַלט־ייִדישע פֿראַגמענטן אויף דער אינטערנעץ, האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַ צאָל גאַנצע אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן, בתוכם נתנאל רימערס פֿאָרשערישן אַרטיקל וועגן די זכרונות פֿון גליקל האַמעל, דעם ייִדישן טעקסט פֿונעם ספֿר "מצות נשים", געדריקט אינעם יאָר 1577, עטלעכע אַלטע ביכער אויף דער וועבזײַט "hebrewbooks.org", און דזשעראָלד פֿרייקסעס אַנטאָלאָגיע פֿון די אַלטע ייִדישע טעקסטן.
אַגבֿ, וואָס שײַך "עצות וועגן ליבע און פֿרײַנדשאַפֿט". להיפּוך צו דעם "מיטל־עלטערישן" ראָבאָט, זוכן נישט ווייניק מענטשן אויף ייִדיש אין דער אינטערנעץ דווקא גאָר לעבעדיקע זאַכן. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז אַ רעלאַטיוו קליינער, אָבער אַ מערקווירדיקער טייל באַזוכער פֿון אונדזער אינטערנעץ־צײַטונג — 2—3 פּראָצענט — שטויסן זיך אָן אויף איר על־פּי־צופֿאַל, זוכנדיק אַזעלכע שליסל־פֿראַזעס, ווי "חסידישע סעקס", "הייס מיידל פאָטאָ", "פּאָרן ווידעאָ", וכּדומה. דער ייִדישער פּאָעט און שרײַבער שלום בערגער האָט אויך אַמאָל באַמערקט, אַז אַ סך מענטשן קומען מיט אַזעלכע "שאלות" צו צו זײַן בלאָג.
הגם אין דעם פֿאַל איז גאַנץ קלאָר, אַז די דאָזיקע באַזוכער זענען דווקא לעבעדיקע מענטשן, האָט דער דאָזיקער פֿענאָמען אויך אַ שײַכות צו די ראָבאָטן. ווען מע "גוגלט" אויס אַזעלכע פֿראַזעס אויף דער אינטערנעץ, קאָן מען געפֿינעןַ אַ פּאָר "פֿינצטערע ווינקלעך", וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך חסידישע הולטײַען און אַ לאַנגע ריי וועבזײַטן, וועלכע האָבן נישט קיין שײַכות צו ייִדן, אָבער זענען אָנגעשריבן אויף אַן אויסטערליש־פֿאַרקריפּלטן ייִדיש.
למשל, ווען מע זוכט דאָס גאַנץ נייטראַלע וואָרט "מיידל", קאָן מען געפֿינען, צווישן אַנדערן, עטלעכע מוסולמענישע וועבזײַטן מיט אַזעלכע טיטלען ווי "האַדראַמאַוט אַראַבער נעץ"; אַ דיסקוסיע־קלוב פֿון מיידלעך, וואָס האָבן ליב צו פֿאָרן אויף מאָטאָציקלען; אַ פֿאָרום פֿון כינעזישע הויז־באַלעבאָסטעס; און — האַחרון אַחרון חבֿיבֿ — רעקלאַמעס פֿון זנות און פּאָרנאָגראַפֿיע.
צוליב דעם, קאָן מען טאַקע עפּעס געפֿינען, ווען מע זוכט אין דער אינטערנעץ די דערמאָנטע "לעבעדיקע" פֿראַזעס. פֿאַר די עלטערן איז עס אָבער אַ צרה. מע קען נישט זײַן זיכער, וואָס פֿאַר אַ מין מאַטעריאַל קאָן זיך באַווײַזן, ווען אַ קינד זוכט אויף דער אינטערנעץ עפּעס אַן "אומשולדיק" ייִדיש וואָרט.
מסתּמא האָבן אַ טייל אונדזערע לייענער שוין באַמערקט, אַז די אינטערנעץ איז לעצטנס פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט אַזעלכע מאָדנע כּמו־ייִדישע וועבזײַטן. וואָס איז געשען? נישט שוין זשע האָט די גאַנצע וועלט, פֿון פּוילישע זונות ביז תּימנער אולטראַ־פֿרומע מוסולמענער, זיך פּלוצעם גענומען זיך לערנען ייִדיש?
מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט די פֿירמע "Google" צוגעגעבן ייִדיש צו איר איבערזעצונג־דינסט. אַ דאַנק דער דאָזיקער איבערזעצונג־סיסטעם, קאָן מען אויטאָמאַטיש איבערטײַטשן די אַרטיקלען פֿון אונדזער צײַטונג אין דער אינטערנעץ אויף ענגליש, רוסיש, אַראַביש, כינעזיש און צענדליקער אַנדערע שפּראַכן. הגם די איבערזעצונג זעט אויס מאָדנע און גרײַזיק, קאָן מע זי מער־ווייניקער פֿאַרשטיין. די סיסטעם דערלויבט אויך איבערצוזעצן אַ וועבזײַט אויף אַ געמיש פֿון ייִדיש און ענגלישע ווערטער, פֿאַרשריבן אין אַ ייִדישער טראַנסקריפּציע. צוליב אַן אַומקלאָרער סיבה, ווערן אַ סך ייִדישע ווערטער אין דער איבערזעצונג פֿאַרשריבן לויט דער סאָוועטישער אָרטאָגראַפֿיע.
אַזאַ סיסטעם איז לעצטנס אינסטאַלירט געוואָרן אויף כּלערליי וועבזײַטן, בפֿרט אַזעלכע, ווי כינעזישע און אַראַבישע, כּדי צו דערמעגלעכן די אויסלענדער צו באַקענען זיך מיטן אינהאַלט. ווײַזט אויס, אַז Google אַליין פֿאַרשטייט נישט דעם חילוק צווישן די אָריגינעלע און איבערגעזעצטע ווערסיעס פֿון די וועבזײַטן. אויב מע זוכט עפּעס אויף דער אינטערנעץ, קאָן מען מער נישט וויסן פֿון פֿריִער, צי מע וועט טאַקע צוקומען צו אַ וועבזײַט, וואָס האָט עפּעס אַ שײַכות צו ייִדיש און ייִדן.
דערווײַל קאָן אַ מענטש, וואָס קאָן ייִדיש גענוג פֿליסיק, גרינג דערקענען די ווילדע "גולם־שפּראַך". אָט אַזוי, למשל, זעט אויס די ייִדישע איבערזעצונג פֿון אַ כינעזישן אַרטיקל וועגן ניט־געזונטע שפּײַז־פּראָדוקטן: "אַ באַמערקונגען, אַז געשמאַק ווי זיסוואַרג ווי נאָרמאַל דעקן אַנדערע סוויץ, מיט פילע אַטראַקטיוו קאָלאָרס: בלוי, גרין, רויט, געל". די סיסטעם ווערט כּסדר פֿאַרבעסערט, און הייבט אָן קלינגען אַלץ מער ווי אַ רעלאַטיוו "לייענבאַרער" ייִדיש.
פֿאַר אַ ספּאַם־פּראָגראַם איז די נײַע איבערזעצונג־סיסטעם זיכער אַ מציאה. עס קאָן זײַן, אַז גאָר אין גיכן וועלן זיך אין דער אינטערנעץ פֿאַרשפּרייטן גאַנצע דיסקוסיעס פֿון ייִדישע "גולמס"; עס קאָן אַפֿילו זײַן, אַז צוליב דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון די קאָמפּיוטער־אַלגאָריטמען וועט ווערן שווער צו פֿאַרשטיין, ווער איז אַ מענטש און ווער איז אַ ראָבאָט. שטעלט זיך פֿאָר: איר מיינט, אַז איר שמועסט מיט אַ חסידישן ייִד פֿון באָראָ־פּאַרק, און געפֿינט אויס, אַז אײַער מיטשפּרעכער איז אַ רעקלאַמע־אויטאָמאַט אין אַן אַנדער עק וועלט.
איז אַזאַ כוואַליע פֿון "מאַשין־ייִדיש" אַ בראָך, צי אַ ברכה? די צײַט וועט ווײַזן...