אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
אַן אימיגראַנט לייענט וועגן דעם האָמליער פּאָגראָם, 1903, אינעם "פֿאָרווערטס"
אַן אימיגראַנט לייענט וועגן דעם האָמליער פּאָגראָם, 1903, אינעם "פֿאָרווערטס"

איצט, ווען קיין צײַט-גרענעצן פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אינפֿאָרמאַציע עקסיסטירן כּמעט ניט, איז אָפֿט מאָל שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די קאַנאַלן פֿון פֿאַרבינדונגען האָבן פֿונקציאָנירט מיט אַ הונדערט יאָר צוריק. איך פֿאַרשטיי עס אַזוי: די פּאָסט האָט דעמאָלט געאַרבעט אַ סך בעסער ווי איצט. לעצטנס האָב איך אַ פּאָר מאָל געשיקט בריוו קיין טאָראָנטאָ און באַקומען פֿון דאָרטן בריוו. געדויערט האָט עס יעדעס מאָל בערך צוויי וואָכן. מיט ענגלאַנד איז עס בעסער — אַרום אַ וואָך. האָב איך טאַקע אַ חשד, אַז בריוו פֿון ניו-יאָרק קיין קאַנאַדע גייען לויט די אַלטע קאָלאָניאַלע מאַרשרוטן, דאָס הייסט, דורך ענגלאַנד. איך בין גאָר ניט זיכער, צי די הײַנטיקע אייראָפּעיִשע לייענער פֿון אונדזער צײַטונג באַקומען זי גיכער ווי אין די ערשטע יאָרן פֿון איר עקסיסטענץ.

איינער פֿון די אייראָפּעיִשע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז געווען אַהרן פּערעלמאַן (1876—1954). וועגן זײַן בוך זכרונות האָט דעם 13טן נאָוועמבער 2009 געשריבן מײַן שכן אויף דער "פֿאָרווערטס"-זײַט מיכאל קרוטיקאָוו. אַ זון פֿון פֿאַרמעגלעכע, אינטעליגענטע עלטערן, האָט פּערעלמאַן פֿאַרבראַכט אַ צענדליק יאָר אין דײַטשלאַנד און אין דער שווייץ און נאָר אין יאָר 1906, שוין אַן אויסגעלערנטער, זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד, וווּ ער האָט געשפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע אין קולטור-לעבן, בפֿרט ווי אַ פֿאַרלעגער.

זײַענדיק אין מערבֿ-אייראָפּע, האָט פּערעלמאַן געהאַט אַ צוטריט צום "פֿאָרווערטס" און פֿאָרמולירט זײַן באַציִונג צום רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן. איך מיין, אַז ס׳איז טשיקאַווע צו באַקענען זיך מיט אַזאַ "אייראָפּעיִשן" קוק, באַזירט, אַ פּנים, אויף די קלאַנגען, וועלכע האָבן צירקולירט אין דער ייִדישער אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה, ווי אויך אויף קריטישע אַרטיקלען אין דער פּרעסע. פֿאַר די לייענער, וואָס האָבן ניט קיין מעגלעכקייט צו לייענען דאָס רוסישע בוך, ברענג איך דאָ מײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿון דעם פֿראַגמענט:


אַבֿ. קאַהאַן איז געקומען אין "פֿאָרווערטס", ריכטיקער אין זײַן פֿאָרגייער, די "אַרבעטער-צײַטונג", ווען די אויסגאַבע האָט נאָך מער אויסגעזען ווי אַן אַגיטאַציע-בלעטל איידער אַ טעגלעכע געזעלשאַטלעך-פּאָליטישע צײַטונג. צו יענער צײַט האָט ער שוין געהאַט עפּעס אַ נאָמען ווי אַ שרײַבער, וואָס האָט זיך געדרוקט אין רוסישע און ענגלישע צײַטשריפֿטן. די צײַטונג אויף "זשאַרגאָן" האָט אים אינטערעסירט אויסשליסלעך ווי אַ פֿאָרום פֿאַר פּריידיקן סאָציאַליזם צווישן ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע, וועלכע האָבן קיין אַנדער שפּראַך ניט געקענט. צום "זשאַרגאָן", ווי אַ שפּראַך, און צו ייִדישע נאַציאָנאַל-קולטורעלע אינטערעסן און פֿאָדערונגען איז ער געווען, אין בעסטן פֿאַל, גלײַכגילטיק. אָבער אַזוי ווי ער האָט אויסגעקליבן די "זשאַרגאָנישע" צײַטונג ווי אַ פֿאָרום פֿאַר זײַן מגידות, האָט ער געטאָן אַלץ כּדי פֿאַרפֿעסטיקן די דאָזיקע טריבונע און צוציִען צו איר וואָס אַ גרעסערן עולם. אין אַמעריקע איז שוין דעמאָלט געווען אַ טאָגצײַטונג מיט אַ גרויסן טיראַזש, "ייִדישעס טאַגעבלאַט", וועלכע עס האָט אַרויסגעגעבן יחזקל שׂרהזאָן — אַן אָרטאָדאָקס, רעאַקציאָנער, קעגנער פֿון אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן ראַדיקאַלע אידעען. קאַהאַן האָט געדאַרפֿט פֿאַרמאַניען צו זיך לייענער פֿון "טאַגעבלאַט".

אַ גוטער אָרגאַניזאַטאָר, אַ שרײַבער מיט עפּעס אַ שם, אָבער אַ גאַנץ מיטלמעסיקער זשורנאַליסט, וועלכער איז ניט בכּוח געווען באַגײַסטערן זײַנע לייענער, האָט קאַהאַן זיך אַ קער געטאָן צו מיטלען פֿון דער סאַמער געלער אַמעריקאַנער פּרעסע — צום אינטימען לשון-הרע, פֿאַרשענערט אַ ביסעלע, צוליב יוצא וועגן, מיט ראַדיקאַלע רייד, מיט פּראָגרעסיוון מגידות און מיט מוסר-השׂכּל. טאָג-אײַן טאָג-אויס האָט מען אין "פֿאָרווערטס" אונטער שרײַענדיקע קעפּלעך געדרוקט בריוו פֿון לייענער, מיט דערציילונגען פֿון זייער פּריוואַטן לעבן, וועגן כּלומרשטיקע "משפּחה-דראַמעס" און מיט פּליאָטקעס וועגן דעם לעבן פֿון זייערע שכנים. לייענער (צי, אפֿשר, די רעדאַקציע וואָס האָט זיך פֿאַרשטעלט ווי לייענער) האָבן זיך געוואָנדן צום רעדאַקטאָר, בעטניק צו געבן זיי עצות און דערקלערונגען. די רעדאַקציע האָט מען געפֿרעגט, ווי אַזוי אומצוקערן די ליבע פֿון אַן אַנטלאָפֿענעם מאַן, ווי אַזוי זיך אויפֿצופֿירן מיט אַן אַנטפּלעקטער קאָנקורענטקע אאַז״וו. די רעדאַקציע האָט מען לאַנג ניט געדאַרפֿט בעטן. תּיכּף, גלײַך נאָכן בריוו, האָט זי "אין אַ פּראָגרעסיוון גײַסט", אויף עפּעס אַן אַמעריקאַנער-דײַטשישן "איסט-ענדישן" זשאַרגאָן געגעבן די נייטיקע עצות און דערקלערונגען. לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" פֿלעגן קודם-כּל זיך צוכאַפּן צו פּיקאַנטע בריוו אין רעדאַקציע און די "מוסר-השׂכּלדיקע" ענטפֿערס פֿון דער רעדאַקציע. בשעת-מעשׂה האָבן זיי געלייענט אויך די סאָציאַליסטישע פּריידיקן פֿון קאַהאַן און זײַנע חבֿרים, און דאָס האָט טאַקע קאַהאַן געוואָלט דערגרייכן. דערווײַל האָט עס, אָבער, געשאַפֿן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" אַ ריזיקע לייענערשאַפֿט און בהדרגה איז די צײַטונג געוואָרן אַ מעכטיקער קולטורעלער פֿאַקטאָר אין דעם לעבן פֿונעם איסט-ענד-ייִדנטום.

איך האָב דעמאָלט געוווינט אין אויסלאַנד און געלייענט די אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע, בפֿרט דעם "פֿאָרווערטס". דאָס זײַנען געווען די ערשטע יאָרן פֿון זײַן עקסיסטענץ. צווישן אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען איז דער "פֿאָרווערטס", ניט געקוקט אויף זײַן גראָבן בײַטעם, געווען גאָר ניט די ערגסטע צײַטונג. קיינער פֿון זײַנע קאָנקורענטן האָט ניט געהאַט טענות צו אים פֿאַר די דאָזיקע בריוו. אויב מע האָט שוין קריטיקירט און געמאַכט די רעדאַקציע מיט דער בלאָטע גלײַך, איז עס געווען פֿאַר פּריידיקן סאָציאַליזם און "אַפּיכּורסות", אָבער — די אַנאַרכיסטן — האָבן געשטעלט אונטער אַ ספֿק די פּראָגרעסיווקייט און אַנטירעליגיעזקייט פֿון "פֿאָרווערטס", מחמת די צײַטונג האָט געדרוקט רעקלאַמעס פֿאַר חנוכּה-ליכטלעך און סידורים.

זינט דעמאָלט זײַנען אַדורך אַ סך יאָר. כ׳האָב מער ניט געהאַט קיין צוטריט צום "פֿאָרווערטס". אפֿשר פֿלעג איך צו מאָל יאָ זען באַזונדערע נומערן פֿון דער צײַטונג, אָבער איצט געדענק איך עס ניט. פֿון צײַט צו צײַט האָב איך געלייענט וועגן "פֿאָרווערטס" און, אויף וויפֿל איך קען שאַפֿן אַ מיינונג פֿון אַזאַ אינפֿאָרמאַציע, האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרנומען אַן אויסערגעוויינטלעך וויכטיק אָרט אין דעם קולטורעלן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע.