|
דער אויסשטאַלטונג־מוזיי אין חולון |
|
אין געציילטע טעג אַרום וועט דערעפֿנט ווערן אין דער שטאָט חולון דער ערשטער אויסשטאַלטונג־מוזיי פֿון ישׂראל. די דאָזיקע ידיעה איז איבערגעבן געוואָרן אויף דער ספּעציעלער פּרעסע־קאָנפֿערענץ וואָס די שטאָט־פֿאַרוואַלטונג פֿון חולון האָט דורכגעפֿירט, כּדי פֿאָרצושטעלן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט דעם אויסשטאַלטונג־מוזיי אין זײַן גאַנצער פּראַכט. אויב איר וועט פֿרעגן, צי איז דאָס אַזאַ וויכטיקע ידיעה אַז מ’דאַרף צוליב דעם אָפּשטעלן די דרוק־מאַשינען? איז דער ענטפֿער: יאָ! ס’איז טאַקע כּדאַי דאָס צו טאָן. צי האָט מען דען אַנדערש געהאַנדלט, ווען מ’האָט מיטגעטיילט, למשל, אַז אין ניו־יאָרק גייט מען דערעפֿענען דעם גוגענהײַם־מוזיי?
דער גוטער סוף פֿון דער געשיכטע, וואָס מיר זעען אין דער פֿאָרעם פֿון אַ מאָדערניסטישער קאָנסטרוקציע, האָט זיך אָנגעהויבן אין 2004, ווען דער בירגערמײַסטער פֿון חולון מוטי (מאָטי) שׂשׂון, מיט דער מוניציפּאַליטעט־לייטערין חנה הערצמאַן, האָבן זיך געווענדט צום וועלט־באַרימטן ישׂראלדיקן אויסשטאַלטונג־קינסטלער און אַרכיטעקט רון (ראָן) אָרד (אָראַד) מיטן פֿאָרשלאָג צו בויען אין זייער שטאָט אַן אייגנאַרטיקע געבײַדע וווּ עס זאָל זיך אַנטפּלעקן פֿאַר די מוזיי־באַזוכער די אויסשטאַלטונג־וועלט, וואָס וועט זיי דערמעגלעכן זיך צו באַקענען מיט אַ רעלאַטיוו נײַעם צווײַג אין דער מאָדעלירונג־קונסט. אין אויגוסט 2006 האָט מען אָנגעהויבן בויען דעם מוזיי וואָס איצט האַלט מען שוין בײַם עפֿענען זײַנע טויערן.
און דאָס אַלץ אין חולון — אַ קאַצנשפּרונג פֿון תּל־אָבֿיבֿ — האָט נאָך ביז נישט לאַנג געליטן פֿון אַ בולטן מינדערווערטיקייט־קאָמפּלעקס, בעיקר, איבער סאָציאָלאָגישע סיבות. ווי עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, איז מיט די חולונער אײַנוווינער געשען עפּעס אַן אויסטערלישע זאַך, זיי האָבן ווירקלעך דורכגעמאַכט אַ מעטאַמאָרפֿאָזע, וואָס איז משפּיע געווען זיי צו באַפֿרײַען פֿון יענער פּסיכאָלאָגישער לאַסט. פֿון דאַנען איז לײַכט אָפּצושאַצן, אַז די באַפֿרײַונג פֿון דעם דאָזיקן נישט סימפּאַטישן געפֿיל איז אָן שום ספֿק אַ דירעקטע קאָנסעקווענץ פֿון די קולטורעלע און קינסטלערישע דערגרייכונגען פֿון דער שטאָט וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די לעצטע צען יאָר, שוין אונטער דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דעם איצטיקן בירגער־מײַסטער. די חולונער מוניציפּאַליטעט האָט זיך דאַן אונטערגענומען צו פֿאַרוואַנדלען זייער שטאָט אין אַ קולטור־צענטער פֿון דעם גאַנצן ראַיאָן, שטעלנדיק דעם טראָפּ אויפֿן וווילטאָג פֿון די קינדער. ס’איז דאַן מאָדערניזירט געוואָרן דער "מעדיאַטעק", אַ צונויפֿבינדונג צווישן דער שטאָטישער צענטראַלער ביבליאָטעק, דעם יוגנט־טעאַטער און דער סינעמאַטעק, שפּעטער איז אויך צוגעקומען דער קאָמיקס־ און קאַריקאַטורן־מוזיי. פֿון דעם אַלעמען קאָנען מיר באַגרײַפֿן, אַז חולון איז רײַף געוואָרן אויפֿצושטעלן דעם אויסשטאַלטונג־מוזיי.
|
דער קינסטלער־אַרכיטעקט רון אָרד |
|
וואָס איז דער וויכטיקסטער עקספּאָנאַט אין דער קאָלעקציע פֿון דעם נײַעם אויסשטאַלטונג־מוזיי אין חולון? אויף דער פֿראַגע ענטפֿערט קלאָר און דײַטלעך די קונסט־לייטערין גלית גאָון: "די געבײַדע אַליין. די מעטאַליש־פֿאַרזשאַווערטע ברוינע, אָראַנזש־רויטע ספּיראַלן זײַנען נישט בלויז דאָס וואָס פֿאַרכאַפּט דאָס אויג איבער אַלע אַנדערע זאַכן אין דער שטאָט, נאָר דאָס איז זיכער איינער פֿון די דערשטוינענדיקסטע אַרכיטעקטור־אָביעקטן אויפֿגעבויטע במשך די לעצטע יאָרן אין ישׂראל". נאָך איידער דער אָפֿיציעלער דערעפֿענונג האָט דער מוזיי דערגרייכט צו אַן אינטערנאַציאָנאַלער אָנערקענונג ווי איינער פֿון די אָריגינעלסטע אַרכיטעקטור־דערגרייכונגען פֿון אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט. די געבײַדע איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין דער רעטראָספּעקטיווער אויסשטעלונג פֿון רון אָרדס אַרבעטן אין "פּאָמפּידו"־צענטער אין פּאַריז, אין דער איינצל־אויסשטעלונג פֿאַר מאָדערנער קונסט אין ניו־יאָרק, און אין גיכן וועט זי פֿאָרגעשטעלט ווערן אין "באַרביקאָן"־צענטער אין לאָנדאָן.
און וואָס זאָגט דער קינסטלער רון אָרד אַליין? ס’געפֿעלט מיר אין אים דאָס, וואָס ער נעמט זיך נישט צו ערנסט אָן און קוקט אויפֿן אַרום מיט אַן עטוואָס איראָנישן שמייכל; זײַן בליק ווערט ערנסטער, ווען ער באַציט זיך צו זײַן פּראָיעקט: "ס’איז אַ באַקאַנטער פֿאַקט, אָנגענומען, ליידער, אין דער אַרכיטעקטור־וועלט, אַז נישט יעדער פּראָיעקט, ווי אידעאַל און אַמביציעז ער זאָל נישט זײַן, איז זוכה פֿאַרווירקלעכט צו ווערן. די מערהייט דערגרייכט נישט צו דעם און די יעניקע וואָס דערגרייכן יאָ — לעבן איבער די גרויזאַמע מלחמה, וואָס דערלאָזט זיי נישט צו פֿאַרבלײַבן געטרײַ יענעם אויסגעטרוימטן אידעאַלן קאָנצעפּט.
שוין פֿינף יאָר ווי מיר זײַנען באַשעפֿטיקט מיטן אויסשטאַלטונג־מוזיי אין חולון. און ווען מיר זעען אים הײַנט און מיר קוקן אַרײַן אין יעדן ווינקעלע, קאָנען מיר בפֿירוש זאָגן: יאָ, דאָס האָבן מיר געמיינט, ווען מיר האָבן פּראָיעקטירט דעם בנין, אויב נישט נאָך מער פֿון דעם".